דניאל גלאי
פּערסאָנאַזשן:
די מאָבילקע
איר מאַן
אין זייער דירה, פֿרימאָרגן שעהען. דער מאַן איז ערשט אויפֿגעשטאַנען פֿון שלאָף. גייט פֿון צימער צו צימער, אויך אין קיך, דרייט זיך נערוועז אַרום און קאָן זײַן מאָבילקע נישט געפֿינען. ווי די ערד וואָלט זי אײַנגעשלונגען.
מאַן: ווי אין וואַסער פֿאַרשוווּנדן! מאָבילקע מײַנע… וווּ ביסטו? כ’ווער משוגע. צו אַלדי שוואַרצע יאָר! אָן דיר, ווי קאָן איך אַרויס? וווּהין ביסטו פֿאַרקראָכן? הונדערט פּראָצענט, אַז כ’האָב דיך אין סאַלאָן געלאָזט… נאָר ווי ביסטו איצט, צום טײַוול? נו, מאָבילקעלע. גענוג מיטן שפּיל. מאַך זיך ניט נאַריש. ווייסט דאָך, אָן דיר, גיי איך נישט אַרויס. נו, מאָבילקעלע, הער אויף!… אפֿשר ווידער אַ קוק טאָן אין קיך?
מאָבילקע: (באַהאַלט זיך אויס אין שלאָפֿצימעראונטער אַ קופּע צײַטונגען און זשורנאַלן) זוך, מאַן מײַנער. אַ גאַנצן חודש קאָנסטו זוכן. צעדרייט זאָלסטו ווערן… עס אַרט מיך? דײַן פֿיבערדיקע זוכעניש מאַכט קיין רושם נישט אויף מיר. ווען דײַן „מאָבילקעלע‟, דײַן „נשמהלע‟, דאַרף עפּעס פֿון דיר, ביסטו קיין מאָל נישטאָ. דײַן קאָפּ איז תּמיד פֿול מיט געשעפֿטן, רײַזעס, געסט פֿון האָנאָלולו. אַ פּאָלנער „ביזנעסמען‟ מיר געוואָרן! בין איך עפּעס ווערט פֿאַר דיר? Nada. קריך איצט אויף די ווענט, שעלט וויפֿל ס’גלוסט דיר, נאָר ס’וועט דיר גאָרנישט העלפֿן… אַ נאַקעטער וועסטו פֿון שטוב אַרויס! ס’איז דײַן שטראָף!
מאַן: (קערט זיך אום אין שלאָפֿצימער, הייבט האַסטיק אויף די אַלע צײַטונגען פֿון בענקל און… דערזעט פּלוצעם די מאָבילקע. אָטעמט אָפּ לײַכטער. אַ שמייכעלע מאָלט זיך אויס אויף זײַן פּנים. ווייך). מאָבילקעלע!… מײַן נשמהלע!
מאָבילקע: (שמייכלט צוריק. מיט אַ ניגונדל) דו אָן מיר און איך אָן דיר… נאָר סוף כּל סוף מיט מיר, געטרײַער יונגער־מאַנטשיק.
מאַן: תּמיד מיט די שפּיצלעך. ס’ווערט מיר שוין נימאס.
מאָבילקע: נישט מיך. דײַן זכּרון באַשולדיק.
מאַן: נישט דאָס ערשטע מאָל, טײַערינקע… און ווייסט, ווי כ’האָב עס פֿײַנט.
מאָבילקע: צו אַלט בין איך פֿאַר דיר, מיינסטו?
מאַן: כ’פֿיר קיין חשבונות נישט…
מאָבילקע: זאָג עס מיר אין פּנים אַרײַן… און אויס! אויך דו ביסט נישט קיין מציאה ווי דו מיינסט.
מאַן: קום אַהער, טײַערינקע. (שטרעקט אויס די האַנט אַרומצונעמען די מאָבילקע…)
מאָבילקע: אַוועק! זאָלסט נישט וואַגן. אַוועק פֿון דאַנעט!
מאַן: וואָס איז מיט דיר?! וואָס פּלוצעם?!
מאָבילקע: פֿאַרשוויצט-פֿײַכטע פֿינגער, קויטיקע נעגל… עס עקלט מיך!
מאַן: גענוג געפּלאַפּלט. כ’דאַרף אַרויס. ווילסטו צי נישט, דו קומסט מיט מיר.
מאָבילקע: אַ גאַנצע נאַכט אויף הפֿקר מיך געלאָזט. דעם קאַבל, נעבעך, אין שטעקער ניט אַרײַנגעשטעקט… נישט געטראַכט וועגן מיר אַפֿילו… קיין זאָרג נישט אויסגעדריקט… און איצט: „כ’דאַרף אַרויס אין גאַס‟… (גאָר אומעטיק) כ’מוז דיר אויסזאָגן מײַן סוד.
מאַן: וואָס? וואָס איז?!מאָבילקע: איך גיי אויס…
מאַן: (גיט אַ קוק אויף איר עקראַן) די באַטעריע — דרײַצן פּראָצענט!… אוי, גאָטעניו! זי שטאַרבט אַוועק.
מאָבילקע: מיינסט, אַז כ’פֿיל עס נישט?… אפֿשר איז עמעצער עובֿר-בוטל, איך אָבער ווייס, וואָס ס’טוט זיך מיט מיר.
מאַן: צוועלף פּראָצענט! דווקא איצט, ווען כ’מוז אַרויס.
מאָבילקע: ס’אַרט מיך גאָרנישט… מײַן לעבן דיר אַוועקגעגעבן… און דו, מיך ווידער און ווידער פֿאַרגעסן… נאָר „געשעפֿטן‟ ליגן דיר אין קאָפּ.
מאַן: נאָך זיבן פּראָצענט. כ’ווער משוגע!
מאָבילקע: מײַן שעה דערנענטערט זיך…
מאַן: ווער? וואָס? וואָס דערנענטערט זיך?…
מאָבילקע: ווידוי דאַרף איך איצט זאָגן…
מאַן: אַראָפּ פֿון זינען ביסטו.
מאָבילקע: ס’איז מײַן סוף…
מאַן: מײַן סוף. אין וועלכער וועלט לעבסטו? אַזוי פֿיל ענינים אויף הײַנט פּלאַנירט!
מאָבילקע: הענג זיך אויף.
מאַן: איך קאָן נישט. כ’קאָן נישט.
מאָבילקע: ס’פֿעלן ביימער אין דרויסן?
מאַן: אַ גאָרנישט שבגאָרנישט בין איך אָן דיר.
מאָבילקע: גיב אַ קוק. וויפֿל בלײַבט נאָך?
מאַן: (קוקט אויפֿן עקראַן) דרײַ פּראָצענט…
מאָבילקע: מײַן לעבן… מײַן געליבטער…
מאַן: ס’וועט שוין גאָרנישט העלפֿן…
מאָבילקע: נעם מיך אַרום.
מאַן: (נעמט אַרום די מאָבילקע מיט ביידע הענט. טרויעריק) איין פּראָצענט.
מאָבילקע: דער מלאך-המוות.
מאַן: ניין, ניין!
מאָבילקע: כ’ציטער פֿאַר אים…
מאַן: אויס מאָבילקע. געוואַלד!… נאָר וואָס רעד איך נאַרישקייטן? (ווילדערהייט, מיט דער מאָבילקע אין האַנט לויפֿט ער זי צו פֿאַרשטעקן אין שטעקער. טויט-שטיל. ס’גייען אַריבער די סעקונדן. דער מאַן קוקט אַרײַן אין עקראַן. דערמוטיקט) דרײַ פּראָצענט… פֿינף פּראָצענט…. פֿופֿצן פּראָצענט… כ’וועל אַ שלוק אַ טרינק טאָן. (גייט צו אין קיך און טרינקט אויס זײַן קאַווע-גלאָז) טעלעפֿאָנען, וואַצאַפּן, מעסעדזשעס וואָס כ’דאַרף אַרויסשיקן, באַקומען און ווידער אַרויסשיקן… אוי, גאָטעניו, ראַטעווע! טו עס אַמשנעלסטנס וואָס דו קאָנסט… (מיט דער גלאָז אין האַנט לויפֿט ער אַרײַן אין שלאָפֿצימער און קוקט ווידער אויפֿן עקראַן. צופֿרידן) פֿינף-און-זיבעציק! בָּרוך אתָּה אדוני אֶלקינו מֶלך העולם… פֿינף-און-צוואַנציק. באַלד פֿליִען מיר אַרויס פֿון שטוב… בָּרוך אתָּה… (ווידער קוקט אויפֿן עקראַן)… פֿינף-און-אַכציק! בָּרוך-השם, בָּרוך-השם, בָּרוך-השם… תּחית-המתים!
מאָבילקע: (אַ גליקלעכע) הונדערט!
מאַן: (קושט דעם עקראַן) כ’בין אַזוי שטאָלץ פֿון דיר! (ציט דעם קאַבל אַרויס פֿון שטעקער) מאַדמואַזעל, מיר גייען! ביז צוועלף בײַ נאַכט!
מאָבילקע: פֿאָרויס, מײַן שטעקערל!
מאַן: (שפּאַנט אַנטשלאָסן צו דער טיר) מײַן מאָבילקעלע!…
מאָבילקע: כ’בין דײַנע. נאָר דײַנע.
מאַן: כ’ווייס.
מאָבילקע: (ערנסט) אָן קיין אַוואַנטורעלעך!…
מאַן: אַ דאָן זשואַן בין איך?…
מאָבילקע: פֿאַרגעס מיך נישט, מאַן מײַנער…
מאַן: אוי, מע קלינגט צו מיר!
מאָבילקע: (מיט אַ זויערע מינע) ווידער די מעשׂה.
מאַן: (מיט אַ ברייט-זיסן שמייכל) זשינאַ!… וואָס הערט זיך עפּעס, זשינאַ?
מאָבילקע: מנוּוול!
מאַן: ווען דו ווילסט. זאָג מיר נאָר ווען, טײַערינקע.
מאָבילקע: גיי אין באָד אַרײַן!
מאַן: (אַ צופֿרידענער, צו זשינאַן) אָפּגערעדט.
מאָבילקע: וועסט שוין אַרײַנכאַפּן!…
מאַן: האָסט עפּעס געזאָגט, מאָבילקעלע?…
סוף