דינה קומט אין העלפֿאַנדביינס־שלאָס

דיאַנע שפּירא

ס׳איז געווען איינער פֿון דינהס ערשטע טעג אין דער עטוואָס סודותּדיקער ייִדיש־אָפּטיילונג בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אַן אָרט, וווּ ניט יעדער פּראָסטער בשׂר־ודם האָט געקאָנט אַהין צוקומען, און אַ פֿרעמד אויג האָט עס געקאָנט זען. אַ נײַע אַקאַדעמישע ייִדיש־פּראָגראַם האָט עקזיסטירט ווי אַ המשך פֿון דער אַלטער קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש מיט אַ קאָמפּליצירטער געשיכטע. שוין פֿון אָנהייב אָן האָט זי זיך אָנגעהויבן מיט דעבאַטן אַרום איר עקזיסטענץ.

נאָך אַ ניט־קורצער נסיעה פֿון דער אַרבעט אין תּל־אָבֿיבֿ ביז הר־הצופֿים, איז דינה אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם אויטאָבוס אין מיטן אַ גרוי־פֿאַרחושכדיקן טומלענדיקן טונעל, וואָס האָט מער דערמאָנט אַ מיליטערישן פֿליהייל אין מידבר; אָבער אַנשטאָט אַעראָפּלאַנען און זעלנער איז דער טונעל געווען פֿול מיט לויפֿנדיקע אויטאָבוסן און נאָך פֿאַרשלאָפֿענע סטודענטן.

אין די טעג פֿון דער אָנגייענדיקער אינטיפֿאַדע איז די גאַנצע אַקאַדעמישע סבֿיבֿה געווען אָנגעפֿילט מיט אַ שווערער לופֿט פֿון שפּאַנונג און מורא. די ריי צו אַ געוויינטלעכן קאָנטראָל פֿון רענצלעך און פּערזענלעכע דאָקומענטן איז מיטאַמאָל געוואָרן גרויס און זיך קוים גערירט. אַ חוץ דעם, האָבן אייניקע סטודענטן אָנגעהויבן קומען מיט שערעלעך, טרער־גאַז־באַלאָנען און אַנדער „געווער‟ און ס׳האָט גענומען בײַ די וועכטער מער צײַט זיי בודק זײַן. כאָטש דאָס לערניאָר האָט זיך שוין אָנגעהויבן, האָט דינה צוליב אַ געוויסער ביוראָקראַטישער סיבה ניט באַקומען קיין סטודענטיש קאַרטל און געדאַרפֿט וואַרטן דעם קאָנטראָל. פּלוצעם האָט זי דערזען איר גוטע חבֿרטע פֿון אַמאָל מאַרינע, אַן אַספּיראַנטקע פֿון דערציִונג.

— דינה, שוועסטערל, וואָס טוסטו דאָ? — האָט מאַרינע אָנגעהויבן אויסצופֿרעגן.

די אַנדערשקייט צווישן די „שוועסטערס‟ — אַ הויכע, עקסטראַוואַגאַנטע און תּמיד פֿריילעכע מאַרינע, און דינה, די ערנסטע מויד מיט לאַנגע האָר — איז געווען זייער בולט.

— פֿרעג ניט, — האָט דינה געזאָגט, — חדשים פּרוּוו איך זיך פֿאַרשרײַבן אין ייִדיש-אָפּטייל, אָבער דערווײַל גייט עס ניט…

מאַרינע איז געבליבן ממש איבערראַשט:

— מיט פּראָפֿעסאָר מאָרגנשטערן? ווילסט זיך לערנען ייִדיש דווקא איצט, ווען מענטשן גייען אין אוניווערסיטעט מיט שערעלעך? האָסט עס געהערט?
— מוראדיק. און איך האָב אַפֿילו ניט געדינט אין מיליטער… וואָס טוט מען מיט די שערעלעך ווייס איך ניט. — האָט דינה געענטפֿערט.

ביידע האָבן זיך צעלאַכט אויף אַ קול און דער וועכטער האָט באַלד געבעטן אים צו ווײַזן די רענצלעך און דאָקומענטן. מאַרינע האָט פֿאַרלאָשן איר ניט־דעררייכערטן סיגאַרעט און באַוויזן דאָס קאַרטל. דינה האָט געעפֿנט איר גרויס רענצל און אַ ווײַלע געקוקט דורך די טירן. לויט אַלע סימנים, מוז מען זיך דאָ, בײַם אַרײַנגאַנג, געזעגענען מיטן קליינעם שטיקל בלויען הימל, וואָס מ׳האָט נאָך געזען פֿון דער ווײַטנס. דעם מאָדנעם ווײַסן בנין פֿון דעם הומאַניסטיק־פֿאַקולטעט, רופֿן אַ צאָל מענטשן „העלפֿאַנדביינס־־שלאָס‟.

דינה האָט זיך אויפֿגעהויבן מיט די ווינקלטרעפּ און זיך געלאָזט אין דער ריכטונג פֿונעם גרויסן אוידיטאָריום־זאַל, וווּ זי האָט געלערנט איר ערשטן ליטעראַטור־קורס „אַן אָפּשטעל־פּונקט פֿון ליטעראַטור און קריטיק: פֿון פּלאַטאָ ביז ניטשע‟. כאָטש זי איז דערצויגן געוואָרן אין אַ היים פֿול מיט ביכער און ליטעראַטור, און אין שול איז איר באַליבטע דיסציפּלין געווען ליטעראַטור, האָט זי קיין מאָל ניט געלערנט ליטעראַטור אין אַקאַדעמיע, סײַדן אין אָנהייב שוין אין ישׂראל בעת דער צוגרייטונג פֿאַר די נײַע עולים אין בר־אילן אוניווערסיטעט מיט גאָר באַקאַנטע אין ספּעציפֿישע ישׂראלדיקע קרײַזן לערער. נאָך צוואַנציק יאָר האָט זי דערפֿילט אַ געוואַלדיקן אונטערשייד צווישן די צוויי איבערלעבענישן פֿונעם לערנען ליטעראַטור און די ווערק פֿון פּלאַטאָ אויף העברעיִש. די אויסגעצייכנטע יונגע לערערין ד״ר יעל לווין, וואָס האָט אונטערגעריכט אויך די ענגליש־אַמעריקאַנער ליטעראַטור, האָט געמאַכט אויף דינה אַ שטאַרקן אײַנדרוק און זי אינספּירירט זיך פֿאַרטיפֿן אין דער גרונט־לערערײַ פֿון ביידע ליטעראַטורן. ס׳איז געווען קלאָר, אַז אין עטלעכע יאָר אַרום וועט ד״ר לווין ווערן אַ פּראָפֿעסאָרין און וועט אויף אייביק בלײַבן אין די מויערן פֿונעם העלפֿאַנדביינס־שלאָס.

דורך די פֿענצטער פֿונעם היסטאָרישן קאַמפּוס אויפֿן הויכן באַרג, ווי אַ געמאָלטער וווּנדער, האָט זיך געעפֿנט אַ מעכטיקע און פּאַסיקע צו אַ גרויסן חלום פּאַנאָראַמע פֿון דער אַלטער שטאָט. במשך פֿון דער לעקציע האָט זיך דער האַרבסטיקער הימל איבערגעביטן און אַ קרישטאָל־בלאָ. עס ווערט בלאַסער און בלייכער, מעלאַנכאָליש, אָבער ניט ווייניק קעניגלעך. אָט־דער איין און איינציקער לאַנדשאַפֿט האָט אַרויסגערופֿן בײַם יעדן איינעם אַ געפֿיל, אַז ער האָט זיך שוין אופֿגעהויבן צו דער העכסטער מדרגה און קאָן דערלאַנגען ביזן הימל. ס׳קאָן זײַן, אַז פּונקט אַזוי האָט אויסגעזען דאָס אָרט, וווּ פֿלאָבער האָט געהייסן זיך פֿאַרשפּאַרן, כּדי ניט הערן די נאַראָנים.

— איצט איז דער העלפֿאַנדביינס־שלאָס געוואָרן מײַנער, מײַן שלאָס אין מידבר… און אַפֿילו די גאַנצע ביבליאָטעק מיט אירע ייִדישע ביכער איז מײַנע. יאָ, דאָס לעבן איז ניט מער ווי אַ חלום. — האָט אַ בליץ געטאָן אין דינהס קאָפּ.

ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, זײַענדיק אַ הייסע ליבהאָבערין פֿון ייִדיש, טיף אין האַרצן האָט זי געטראָגן אַ דאַנק דעם גורל פֿאַר איר אַלט־נײַ ייִדיש־חלום, פֿאַר דער נײַער געלעגנהייט, וואָס האָט זיך געעפֿנט. ווי תּמיד אין די רגעס פֿון שׂימחה, ווערט זי פֿאַרטראַכט און פֿאַרלוירן אין זכרונות; האָט זי איצט אויך געטראַכט — וואָס וואָלט אויף דעם געזאָגט דער טאַטע ע”ה. נאָך די אַלע יאָרן אין ישׂראל האָט דינהס וואַרעמע באַציִונג צו ייִדיש זיך ניט געביטן. זי איז געווען איינע פֿון די דרײַ סטודענטן, וואָס פֿאַר זיי ייִדיש איז פֿאַרבונדן געווען מיט דער היים און קינדער־יאָרן. גלײַך ווי אינעם ליד פֿון אַבֿרהם רייזען: דאָס קינד אַ גאָלדענע דינה האָט נאָר איין צרה געהאַט — פֿיר גערעדטע אין דער היים שפּראַכן. ייִדיש פֿלעגט זי רעדן מיט איר באָבע־זיידן אין ווילניוס, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן, אויפֿגעוואַקסן און האָט געלעבט צווישן די סוף 1970ער און 1990ער יאָרן. מיט טאַטע־מאַמען האָט זי גערעדט רוסיש, מיט איר מאַמעס קרובֿים פֿון ווײַסרוסלאַנד — אַ ביסל פּויליש, מיט די שכנים — אַ ביסל ליטוויש. ווילנער פֿילשפּראַכיקע היים איז געבליבן אין איר זכּרון ווי דאָס גליקלעכע לאַנד פֿון קינדהייט. ווילניוס פֿון איר תּקופֿה איז אַ שטאָט מיט אַ רײַך קולטור־לעבן.

געוויס, דער גן־עדן אונטער די סאָוועטישע הימלען איז אָבער געווען גאָר ניט קײן פֿולװערטיקער. די באָבע־זיידע זײַנען געשטאָרבן, ווען דינה איז נאָך ניט געווען קיין פֿינף און גיך איז איר ייִדיש פֿאַרלוירן געגאַנגען. רוסיש איז געווען די הויפּט־שפּראַך פֿון ליטע און די עלטערן האָבן אויסגעקליבן פֿאַר איר טאָכטער איינע פֿון די בעסטע רוסישע שולן אין שטאָט, אויף לוקישקעס־גאַס. אָבער די ניט גרויסע באָבע־זיידעס ביבליאָטעק און די אַטמאָספֿער פֿון דער וועלטלעכער ייִדישקייט זײַנען פֿאַרבליבן. כּמעט אין יעדער ייִדישער היים זײַנען געווען ייִדישע ביכער אָדער איבערזעצונגען אויף רוסיש פֿון שלום־עליכם. קאָנצערטן אױף ייִדיש זײַנען געווען אַ טייל פֿונעם שטאָטישן קולטורעלן לעבן. מ׳האָט אויך געהערט ייִדיש אויף די צענטראַלע גאַסן. פֿאַרשטייט זיך, מ׳האָט געקאָנט הערן ייִדיש אויך אין די צוויי שולן, אָבער דעם אמת געזאָגט, האָט דינה ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיי צו באַזוכן. די צוויי שטאָטישע שולן פֿון אירע קינדער־יאָרן זײַנען שטענדיק געווען אין אַ פֿאַרשלעפּטער קריג צווישן זיך, דערפֿאַר האָט דינהס ייִדישער טאַטע באַשלאָסן ניט צו גיין אין קיין איינער ניט. ער איז געווען אַ דירעקטאָר פֿונעם רוסישן צירק, אַ ייִד פֿון אַ וועלטלעכער קולטורעלער פּלעיאַדע.

אין אונטערשייד צו דער גרויסער צאָל סטודענטן פֿונעם פֿאַקולטעט, וואָס פֿון דעם ערשטן קורס האָבן געהאַט מער אָדער ווייניקער קלאָרע אַקאַדעמישע פּלענער, האָט אַלץ, וואָס ס׳האָט געהאַט צו טאָן מיט ייִדיש אינעם אוניווערסיטעט, געווען פֿאַרדעקט מיט אַ נעפּל. פֿון דעסטוועגן, האָט קיינער ניט געשטעלט קיין „איבעריקע פֿראַגעס‟, און די לאַנגע קאָרידאָרן פֿונעם „העלפֿאַנדביינס־שלאָס‟ האָבן אַזוי צי אַזוי געדאַרפֿט צום סוף ברענגען צו אַ גוט אָרט. ס׳רובֿ מענטשן אין די ייִדיש־קלאַסן, בערך אַ מנין, האָבן ניט געהאַט קיין צײַט און געדולד צו שרײַבן אַקאַדעמישע אַרבעטן, זײַנען זיי פּאַמעלעך נעלם געוואָרן. בלויז צוויי סטודענטקעס — פֿון רוסלאַנד און אַמעריקע — האָבן געהאַט אַ ממשותדיקע אָבסעסיע מיט אַ ייִדיש־קאַריערע. דינה איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ גרויסע בת־חלומות און דאָך פֿלעגט זי אָפֿט אירע חלומות ברענגען צו אַ תּכלית. נאָר איין חלום איז געבליבן ניט רעאַליזירט — דער חלום צו ווערן אַ מעדיקער. ווען זי האָט עס פֿאַרשטאַנען, האָט זי באַשלאָסן צו ווערן אַן אַדוואָקאַטקע, אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די סאַמע שוואַכע שיכטן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, און דאָס איז געוואָרן איר באַרוף. כאָטש דינהס וועלט איז געווען פֿאַרבונדן מיט ליטעראַטור, האָט זי קיין מאָל ניט געהאַט קיין געדאַנק צו ווערן אַ שרײַבערין פֿון דער ערשטער שורה; זי האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז זי וועט שרײַבן פֿאַר אַ זייער באַגרענעצטן עולם.

אַ לעקציע אין אַזאַ גרויסן פּרעכטיקן זאַל וואָס איז שוין געווען דאָ באַשריבן, איז געווען אַ זעלטנקייט. פֿאַקטיש דער טונעל בײַם אַרײַנגאנג איז געווען אַן עק בײַ אַ גרויסן ווײַסן מאָנסטער. פֿון אינעווייניק האָט דער בנין מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ לאַבירינט, צעטיילט אויף אַכט בלאָקן, אויסגעמאָלטע אין פֿאַרשיידענע פֿאַרבן, כּדי צו מאַכן לײַכטער און באַקוועמער די אָריענטאַציע, אָבער ס׳איז כּמעט אוממעגלעך געווען זיך ניט פֿאַרבלאָנדזשען. די פֿילצאָליקע ציפֿערן פֿון בלאָקן, שטאָקן און צימער־נומערן האָבן ניט געהאָלפֿן און אַפֿילו געשרעקט אַ טייל סטודענטן און לערער פֿונעם פֿאַקולטעט. ווי אַן אמתער שלאָס, איז העלפֿאַנדביינס־שלאָס געווען אָנגעשטופּט, מיט ניט־גרויסע פֿענצטער לענג־אויס אַ לאַנגן קאָרידאָר; אַ צאָל דורכגאַנגען און פֿאַרשיידענע סאָרטן צימערן מיט און אָן גענוג אָקסיגען. אַ סך פֿון זיי האָבן שטאַרק דערמאָנט קאַטאַקאָמבעס און מיקלטים. אָפֿט האָט דער לאַנגער מיסטישער קאָרידאָר מיט זײַנע טריקן געבראַכט יענע, וואָס האָבן געזוכט זייער קלאַס, גלײַך צו דעם אָרט, פֿון וועלכן זיי האָבן אָנגעהויבן זייער וועג. ווי ס׳האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, איז דער מענטש, וואָס האָט פּראָיעקטירט דעם מאָדנעם בנין פֿון די הומאַניסטיק, געווען איינער פֿון די גרעסטע ישׂראלדיקע אַרכיטעקטאָרן, אַ געווינער פֿון ישׂראל־פּרײַז, רם כּרמי, עליו־השלום. צווישן זײַנע אַנדערע באַקאַנטע שאַפֿונגען געפֿינט זיך דער הויכער געריכט אין ירושלים, די צענטראַלע אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ און אַ טערמינאַל פֿאַר די אַרויסגייער פֿונעם פֿליפֿעלד בן־גוריון. אין זײַן בוך „לירישע אַרכיטעקטור‟ האָט כּרמי באַשריבן די לאַנגע זוכענישן אויפֿן וועג פֿון ברוטאַלקייט צו לירישקייט, וואָס ער האָט סוף כּל סוף געפֿונען. פֿאַר ס׳רובֿ ייִדיש־סטודענטן אָבער, איז געבליבן דער לירישער טייל, אויסער דעם בנין פֿונעם הומאַניסטישן פֿאַקולטעט. יעדער איינער, וואָס איז אין העלפֿאַנדביינס־שלאָס אַרײַנגעקומען האָט געהאַט זײַן אייגענעם, אָפֿט מאָל אין גאַנצן ניט־דערוואַרטנדיקן גורל.

נאָך דער לעקציע, אָן ספּעציעלע שוועריקייטן, איז דינה אָנגעקומען אינעם סעקרעטאַריאַט, וואָס האָט געהערט צו אַ גרינעם בלאָק פֿון דער וווּנדערלאַנד, כּדי צו באַהאַנדלען די פּראָבלעמע מיטן פֿאַרשרײַבן זיך. די טיר מיט אַ שיינער רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער מאַגיסטער־פּראָגראַם איז געווען פֿאַרמאַכט און זי האָט אָנגעקלאַפּט. כאָטש קיינער האָט ניט געענטפֿערט, האָט מען געקאָנט הערן פֿון אינעווייניק מאָדנע קלאַנגען און דינה האָט אָנגעקלאַפּט נאָך אַ מאָל. אַ בחור, וואָס איז פֿאַרבײַ דורכגעגאַנגען, האָט פֿאָרגעלייגט צו וואַרטן און פּרוּוון אָנצוקלאַפּן נאָך אין עטלעכע מינוט אַרום. ווען נאָך אַ האַלבער שעה האָט די טיר זיך געעפֿנט, האָט דינה דערזען אַן אַנדער קעניגלעכן פּייזאַזש: אַ גרויסע ווײַסע קאַץ האָט זיך צעלייגט אויף אַ בערגל דאָקומענטן אַ צופֿרידענע מיט איר לעבן; האַרבסטיקע זונען־שטראַלן און אַ שיינעם לאַנדשאַפֿט.

— שלום, דאַרפֿסטו זײַן דינה? דבֿורה, זייער אײַנגענעם! פּראָפֿעסאָר מאָרגנשטערן האָט מיך וועגן דײַן ענין אָנגעשריבן… אַגבֿ, איך בין ניט קיין סעקרעטאַרשע פֿון ייִדיש… און דאָס איז די קאַץ מיצי. זי איז אַ חנעוודיקע קאַץ. זי האָט ערשט אַ ביסל איבערגעביסן און אַצינד קאָנען מיר אָנהייבן אַרבעטן. זעץ זיך אַוועק און זײַ אַזוי גוט, זיי פֿאָרזיכטיק מיט מיצי. — האָט די סעקרעטאַרשע געזאָגט.
— זייער אײַנגענעם! גוט. ניט געדײַגעט, איך האָב זייער וואַרעמע באַציִונגען מיט חיות. מײַן טאַטע איז געווען אַ דירעקטאָר פֿון צירק… שלום־עליכם, מיצי! — האָט ניט טראַכטנדיק געזאָגט דינה, כּדי צו באַרויִקן די סעקרעטאַרשע.

די נײַע סטודענטקע האָט געמאַכט אויף איר אַ רושם…

— וואָס זאָגסטו?! צירק…?! איך בין קיין מאָל ניט געווען אין צירק, אָבער איך בין זיכער, אַז די בעסטע אין דער וועלט מענטשן אַרבעטן אין צירק… זאָג מיר, וואָס פֿאַר אַ לעבן איז דאָס? אַ רגע… און וואָס קאָכסטו זיך אַזוי אין ייִדיש…?
— ס׳איז אַ לאַנגע מעשׂה. ס׳האָט פּאַסירט אין מײַן לעבן מסתּמא מיט הונדערט יאָר צוריק… ניין, אָבער מיט צענדליקער יאָר צוריק. אפֿשר, ווען איך וועל פֿאַרשריבן ווערן אין דעם ייִדיש־אָפּטייל, וועלן מיר פּראַווען אַ שׂימחה, דעמאָלט וועל איך אײַך וועגן דעם דערציילן. — האָט דינה אַ שמייכל געטאָן. די סעקרעטאַרשע האָט פֿאַרשטאַנען דעם רמז און צוגעזאָגט אַלץ ברענגען אין אָרדענונג.

ס’איז שוין געווען צו שפּעט, דינה האָט נאָך באַדאַרפֿט פֿאַרכאַפּן דעם לעצטן אויטאָבוס אַהיים. דאָס מאָל איז זי אַרויסגעגאַנגען פֿונעם שלאָס דורך דעם אַרײַנגאַנג אַקעגן באָטאַנישן גאָרטן. זי האָט געמאַכט עטלעכע בילדער מיט דער מאָבילקע און זיי באַלד אָפּגעשיקט דער מאַמען, כּדי צו לאָזן זי צו וויסן, אַז אַלץ איז גוט. נאָכן לאַנגן טאָג, פֿול מיט געלויף און טשיקאַווע צירק־חוויות אינעם אוניווערסיטעט, האָט זי דורכגעמאַכט דעם וועג צוריק צו דער צענטראַלער אויטאָבוס־סטאַנציע אין ירושלים. דער הימל האָט זיך דורכויס איבערגעביטן, די וואָלקנס זײַנען געוואָרן איין טונקעלע גרויסע כמאַרע און דינה האָט אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין איר טאָגבוך:

„אין די דושנע האַרבסטיקע טעג פֿון כאַאָס ווערן אַפֿילו די וואָלקנס בלייך און טרויעריק; די דורשטיקע בלומען, גראָזן און ביימער האָבן געזוכט וואַסער אין מידבר יהודה. אַ גרויסע כמאַרע, ווי פֿון עבֿר, איז צוריקגעקומען און האָט געבראַכט אַ רעגן פֿון אַלטע קלאַנגען‟.

Leave a comment