
יעווגעני קיסין
אַפּריל 21
אױפֿגעכאַפּט זיך אַרום 5 אַזײגער, װידער אײַנגענומען באַלדריפּאַראַן, נאָר אײַנגעשלאָפֿן נאָך 7…
געאַרבעט עטלעכע שעהען אינעם „פּיאַנע–צימער‟. שפּאַצירט אַ ביסעלע. באָסטאָן איז געװיס די סאַמע אײראָפּעיִשע שטאָט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, עס זײַנען דאָ פֿיל שײנע אַלטע געבײַדעס. װען איך װאָלט געמוזט לעבן אין אָט דעם לאַנד און געהאַט אַזאַ פּראָפֿעסיע, אין װעלכער מע גײט אַװעק אױף פּענסיע, װאָלט איך, קאָן זײַן, פֿאַרװאָלט אָפּלעבן מײַנע אַלטע יאָרן גראָד דאָ, אין באָסטאָן, אין אײנעם פֿון די אַלטע הײַזער לעבן Symphony Hall… כאָטש דאָס סאַמע װיכטיקסטע איז, װי באַװוּסט, נישט װוּ צו לעבן, נאָר מיט װעמען.
בײַ טאָג האָב איך זיך געטראָפֿן מיט ליודמילע דאַװידאָװנען. פֿאַרבעטן זי צום מיטיק, נאָר זי איז געקומען שפּעט; געזאָגט, אַז זי האָט שױן געהאַט געגעסן, און בלױז אױסגעטרונקען אַ טעסעלע קאַװע. זי האָט געבראַכט פֿאַרשײדענע מתּנות, אײַגעשלאָסן איר מאַמעס צװײ בילדער. סאַראַ ליבלעכע פֿרױ איז זי! און די מאַמע אירע איז אױך געװען זײער אַ װױלע, אַן אינטעליגענטישע…
יאָ, מײַן שול איז אײנע פֿון די סאַמע ליכטיקע דערינערונגען פֿון מײַנע קינדער– און דערװאַקסלינג–יאָרן, נאָר י ע נ ע שול איז, צום באַדױערן, מער נישטאָ: אי דער בנין אַלײן איז רעסטאַװרירט און איבערגעבױט געװאָרן (דאָס איז, פֿאַרשטײט זיך, געװען נײטיק), אי דאָס, װאָס כאָכלאָװ [1] האָט געטאָן אין אָנהײב פֿון דער מלחמה מיט זײַן „מוזיקאַלישן געשאַנק‟, — װי האָט ער געשענדט אונדזער שול… אײנע אַ באַקאַנטע מײַנע האָט מיר דעמאָלט אָנגעשריבן: „אַן אומגליק איז געקומען אין דײַן הײם‟.
אַ פּאָר מאָל האָבן מיר געשטרײַט מיט קאַרינאָטשקען װעגן מײַן שול. איך האָב געטענהט, אַז כאָטש איך האָב זיך געהאַט געלערנט אין רוסלאַנד, האָב איך דעם לאַנד גאָרנישט ניט געהאַט צו פֿאַרדאַנקען, װי באַלד די שול, אין װעלכער איך האָב זיך געלערנט, איז געגרינדעט געװאָרן פֿון אַ ייִדישער משפּחה (די גנעסין–שװעסטער), איר דירעקטאָר איז געװען אַ ייִד, און מײַן פּיאַנע–לערערין איז געװען אַ ייִדישקע, — דעריבער האָב איך צו פֿאַרדאַנקען בלױז מײַנע שטאַמברידער, נישט דאָס אַנטיסעמיטישע רוסלאַנד.
קאַרינאָטשקע האָט אױף דעם געענטפֿערט: „און דאָך איז דײַן שול געגרינדעט געװאָרן טאַקע אין רוסלאַנד, ס׳איז נישטאָ אַזאַ שול אין ישׂראל. װײַזט אױס, נישט געקוקט אױפֿן אַנטיסעמיטיזם, איז אין רוסלאַנד געװען אַ גוטער יסוד פֿאַר דעם.‟ אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע…
װי עס זאָל נישט זײַן, איז אונדזער שול װירקלעך געװען אין אַ באַדײַטנדיקער מאָס אַ ייִדישע: נישט בלױז דער דירעקטאָר, נאָר אױך אַ סך פּעדאַגאָגן און שילערס זײַנען געװען ייִדן. עס זײַנען געװען עטלעכע אַזעלכע שולן אין מאָסקװע: אַשטײגער, די שול נומער 43 (איצט די גימנאַזיע נומער 1543), װוּ קאַרינאָטשקע און מאַריאַשע האָבן זיך געלערנט און װאָס אין זײער ראַיאָן פֿלעגט מען זי רופֿן „די סינאַגאָגע נומ׳ 43‟; אָדער די באַרימטע מאַטעמאַטיק–שול נומער 57, װוּ װאַליע האָט זיך געלערנט… אין אָט דעם פֿאַל האָט מיר טאַקע אָפּגעגליקט: אױפֿװאַקסנדיק אינעם אַנטיסעמיטישן רוסלאַנד, בין איך אָנגעקומען אין אַ פּאַסיקער שול. אַװדאי געשען איז דאָרטן פֿאַרשײדנס: אי אַנטיסעמיטן פֿלעגן זיך פֿאָרט אָנטרעפֿן צװישן די לערערס (די סאַמע גרױסע אַנטיסעמיטקע פֿון אונדזער שול האָב איך געשילדערט אונטערן נאָמען נינאַ ניקאָלאַיעװנאַ גאָלענקאָװאַ אין מײַן דערצײלונג „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟), אי מיט קינה מצד אַנדערע שילערס איז מיר נישט אײן מאָל אױסגעקומען זיך צונױפֿצושטױסן — און דאָך בכלל פֿלעגט מען זיך צו מיר אין שול באַציִען זײער גוט, און די דערינערונגען מײַנע װעגן איר זײַנען ליכטיקע. דעריבער אַלע מאָל, װען איך טרעף אַ מיטדענקער פֿון אונדזער שול, װערט מיר װאַרעם אױפֿן האַרצן, און ס׳איז דאָ וועגן װאָס זיך צו דערמאָנען…
כ׳װעל קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן אײן געשיכטע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אום האַרבסט 1987. בלױז יענע, װאָס האָבן געאַרבעט און זיך געלערנט אין אונדזער שול, װײסן װעגן דעם, נאָר איך האַלט, אַז אַלע זאָלן עס װיסן, װײַל ס׳איז זײער אַ װיכטיקער שטריך צום פּאָרטרעט פֿון „דעם פֿאָטער פֿון דער רוסישער דעמאָקראַטיע‟ באָריס יעלצין. די מאַמע פֿון אײנעם אַ שילער פֿון אונדזער שול האָט אָנגעשריבן אַ מסירה אינעם מאָסקװער שטאָטישן פּאַרטײ–קאָמיטעט, װאָס יעלצין איז דעמאָלט געװען זײַן ערשטער סעקרעטאַר; זי האָט געמאָלדן, אַז אונדזער שול איז אַ בלאַטע, „אַ נעסט פֿון ציוניזם‟ און דעריבער דריקט מען דאָרט אונטער איר זון, אַ רוסיש ייִנגעלע פֿון אַן אַרבעטער–פֿאַמיליע. נאָך דעם האָט יעלצין פּערזענלעך זי אױפֿגענומען — און אין אונדזער שול איז געקומען אומגעריכט אַ קאָמיסיע, װאָס איז באַשטאַנען הױפּטזאַכלעך פֿון פֿולע אידיאָטן. זײ פֿלעגן זיך אַרײַנרײַסן אין קלאַסצימערן און פֿרעגן בײַ די שילער: „ביסטו געקומען אַהער צו באַקומען אַ פּריװאַטע שטונד, צי װאָס?״‟ — און אַזױ װײַטער. זײ האָבן אָפּגעשטעלט אין אַ קאָרידאָר מײַן קלאַס–חבֿרטע נאַטאַשע

רובינשטײן און געפֿרעגט זי: „װי אַזױ ביסטו אָנגעקומען אין אָט דער שול? װאָס איז דײַן לעבנס–פּאָזיציע?‟. אײניקע מיטגלידערס פֿון דער קאָמיסיע זײַנען געװען לערערס פֿון די ראַיאָנישע מוזיק–שולן, און נאָכן באַזוכן די לימודים פֿון מוזיק–ליטעראַטור אין אונדזער שול האָבן זײ געמאָלדן: „בײַ אײַך הערן די קינדער צו פֿיל מוזיק! בײַ אונדז אָבער לערנט מען דורך ׳איװאַן סוסאַנינען׳ אין אײן שעה!‟ (װי באַװוּסט, דױערט אָט די אָפּערע אַן ערך דרײַ שעה!)… מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט יעלצין זיך דערקלערט פֿאַר אַ דעמאָקראַט, און די רוסלענדישע דעמאָקראַטן האָבן אים געמאַכט פֿאַר זײער פֿירער. פֿרעגט זיך: װאָס איז דאָ זיך צו װוּנדערן, אַז אין דער צײַט פֿון זײַן רעגירן איז מיט רוסלאַנד געשען דאָס, װאָס ס׳איז געשען?
בכלל זײַנען אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געװען באַזונדערע „אינדזלעך‟ אָדער װעלטלעך פֿאַר זיך, אין װעלכע עס פֿלעגט אױך אַרײַנדרינגען די סאָװעטישע װירקלעכקײט, און דאָך זײַנען זײ געװען עפּעס אָפּגעזונדערט. מיר האָט געװיס אָפּגעגליקט, מחמת מײַן קומענדיקע פּראָפֿעסיע איז באַשטימט געװאָרן נאָך אין די קינדער־יאָרן. צוליב דעם איז מיר אָפֿט אױסגעקומען צו האָבן אַ פֿאַרקער אין אײניקע פֿון יענע װעלטלעך; גראָד מיט זײ זײַנען פֿאַרבונדן מײַנע ליכטיקע דערינערונגען װעגן די יאָרן, װאָס איך האָב אָפּגעלעבט אין רוסלאַנד. אײנס אַזאַ װעלטל איז געװען אונדזער שול (װי אױך די אַנדערע שולן, װעלכע איך האָב דערמאָנט אױבן). צו די אַנדערע וועלטלעך האָבן געהערט די אַזױ–גערופֿענע שאַפֿונג–הײַזער פֿאַר די קאָמפּאָזיטאָרן, אין װעלכע איך, אַ דאַנק טיכאָן ניקאָלאַיעװיטשן [2], פֿלעג אין די לעצטע יאָרן פֿון מײַן לעבן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד פֿאַרברענגען מײַנע זומער– און װינטער–קאַניקולן. אין יענע שאַפֿונג–הײַזער זײַנען אױך געװען פֿיל ייִדן; װי באַװוּסט, האָבן די ייִדישע מיטגלידער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן אונטער כרעניקאָװס פֿליגל געקאָנט לעבן און שאַפֿן רויִק. ער פֿלעגט זײ אַלע פֿאַרטײדיקן — אַפֿילו יענע, װאָס זײער מוזיק איז געװען אַ פֿולשטענדיק דרעק, אָדער יענע, װאָס פֿלעגן אין יענער צײַט שױן גאָרנישט ניט שרײַבן (װעגן אײנעם אַזאַ קלײנװוּקסיקן אַלטינקן ייִדעלע האָט אַנע פּאַװלאָװנע געפֿרעגט בײַ לעװ בירנאָװס [3] פֿרױ יהודית מיכײַלאָװנע, װער איז ער, און יענע האָט געענטפֿערט: „אַ געװעזענער קאָמפּאָזיטאָר.‟). אַװדאי זײַנען דאָרט אױך געװען אַנטיסעמיטן. אַ מאָל אום זומער 1986, אינעם שאַפֿונג–הױז „איװאַנאָװאָ‟ האָט די אױפֿראַמערין, אַ פּראָסטע און גוטע רוסישע פֿרױ פֿונעם דערבײַיִקן דאָרף, אונדז דערצײלט, אַז דעם קאָמפּאָזיטאָר װלאַדימיר טשערנאָװ און זײַן פֿרױ האָט מען באַזעצט אין דער נײַ–אױפֿגעבױטער שטײנערנער צװײ־גאָרנדיקער דאַטשע (אַלע אַנדערע דאַטשעס דאָרטן זײַנען געװען הילצערנע און אײן־גאָרנדיקע); האָבן זײ איר, דער אױפֿראַמערין, געהאַט געזאָגט: „אין אַזאַ דאַטשע טאָר מען קײן הינט און זשידעס נישט אַרײַנלאָזן!‟ אַן אַנדערש מאָל אין „רוזאַ‟, װען אין אײנעם אַ װינטערדיקן אָװנט בין איך אַרױסגעגאַנגען אויסער דער טעריטאָריע פֿונעם שאַפֿונג–הױז, האָט אַ פֿאַרבײַגײענדיקע פֿרױ גלײַך בײַם פּאַרקן מיך אַ פֿרעג געטאָן, װוּ געפֿינט זיך עפּעס. איך האָב געענטפֿערט, אַז איך װײס נישט, — און דערהערט: „דו ביסט נישט קײן רוס.‟ איך בין געװאָרן אַזױ געפּלעפֿט, אַז כ׳האָב געפֿרעגט: „פֿאַר װאָס?‟ — „אַזאַ ביסטו געבױרן געװאָרן‟. דאַן האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר מײנט זי נישט „רוססקי‟, נאָר „רוזסקי‟, אַן אײַנװױנער פֿונעם דאָרף רוזאַ, װאָס האָט זיך געפֿונען דערנעבן? איך האָב געפֿרעגט די פֿרױ װעגן דעם, נאָר זי האָט באַשטעטיקט: „נײן, דו ביסט נישט קײן רוס לױטן פּאַספּאָרט…‟ נו, און בשעת מײַן סאַמע לעצטן זומער אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, אױך אין „רוזאַ‟, זײַנען אױפֿן „צענטראַלן פּלאַץ‟ געשטאַנען בעטאָן־בלאָקן, װאָס אױף אײנעם פֿון זײ איז געװען אָנגעשריבן מיט גרױסע בוכשטאַבן: „זשידעס! בעסער צו הונגערן שטײענדיק, אײדער צו פֿרעסן אױף די קני!‟ און דאָך… דװקא אין „איװאַנאָװאָ‟ האָב איך זיך באַקענט מיט ראַפֿאַיִל מאַטװײעװיטש כאָזאַקן, װאָס האָט מיר „דערקלערט‟ פּאָליטיש, בפֿרט װעגן ישׂראל.
אַן אַנדער װעלטל פֿון אַזאַ מין איז געװיס געװען דאָס פּובליקום, װאָס פֿלעגט גײן אױף די קאָנצערטן פֿון קלאַסישער מוזיק. אַװדאי איז עס גאָר נישט „דאָס סאַמע בעסטע אין דער װעלט‟ (כאָטש זײער אַ גוטס), און דאָס, װאָס אײניקע מענטשן אין רוסלאַנד האַלטן עס נאָך אַלץ פֿאַרן סאַמע בעסטן, איז, װי זשאַבאָטינסקי האָט אָנגעשריבן, „אַן אױפֿברױז פֿון דער איבערמאָסיק אױפֿגעבלאָזענער נאַציאָנאַלער זעלבסטליבע, װאָס פֿאַרנעפּלט די אױגן און לאָזט נישט די שילערס זיך לערנען שׂכל בײַ אײראָפּע, בײַ אַמעריקע, בײַ אױסטראַליע, בײַ יאַפּאַן, בײַ אַלעמען, װײַל אַלע האָבן זײ שוין איבערגעיאָגט‟. און דאָך, װי באַװוּסט, אַז מע קלינגט, איז אַ חגא, און מיר איז אין גאַנצן קלאָר, װאָס איז געװען די חגא.

פֿאַר אַ יאָרן האָב איך געלײענט אַן אינטערװיו מיט אַרטור רובינשטײנען, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין „ניו–יאָרק טײַמס‟ אין די אָנהייב 1970ער. צװישן אַנדערש, האָט רובינשטײן אין יענעם אינטערװיו געזאָגט: „אין דער אונאָ פֿירן די רוסישע פֿאָרשטײערס זיך אױף װי באַנדיטן — איך װאָלט געװאָלט זײ אַלע אַרױסװאַרפֿן דורכן פֿענצטער אַרױס — נאָר דאָס רוסישע פּובליקום איז דאָס בעסטע אין דער װעלט.‟ צום לעצטן מאָל האָט רובינשטײן געשפּילט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1964, און איך פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס האָט דאָס דאָרטיקע פּובליקום געמאַכט אױף אים אַזאַ אײַנדרוק. די מערהײט סאָװעטישע מענטשן האָבן געלעבט אין אָרעמקײט, און נישט האָבנדיק קײן מאַטעריעל גוטס, פֿלעגן אײניקע פֿון זײ (װײַט נישט אַלע, פֿאַרשטײט זיך) זוכן און געפֿינען די אַלטערנאַטיװע אין גײַסטיקע װערטן. דערצו נאָך, װי באַלד די גרענעצן פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד זײַנען געװאָרן פֿאַרמאַכט, איז יעדער באַזוך פֿון אַן אױסלענדישן מוזיקאַנט, באַזונדערס פֿון אַזאַ ניװאָ װי רובינשטײן, געװען אַן עקסטראַאָרדינאַר געשעעניש, דעריבער פֿלעגן די צוהערערס זײ אױפֿנעמען מיט אַזאַ ענטוזיאַזם װי אין קײן אײן מערבֿדיק לאַנד. איך געדענק זײער גוט די אַטמאָספֿער, װאָס האָט געהערשט אין און אַרום דעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע בשעת די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן אױף טשײַקאָװסקיס נאָמען: דאָס איז באמת געװען עפּעס באַזונדערס, אַן עכטער יום–טובֿ פֿאַר די מאָסקװער (און נישט בלױז מאָסקװער) מוזיק–ליבהאָבערס. און אפֿשר איז עס געװען די אײנציקע אונטערנעמונג אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אױף װעלכער מאַסן מענטשן האָבן געקאָנט פֿרײַ אױסדריקן זײער מײנונג; איך געדענק יענע יוני–נאַכט אין 1982, װען נאָכן לעצטן טור פֿונעם קאָנקורס, בעת די זשורי–מיטגלידערס האָבן באַהאַנדלט, װי פֿונאַנדערצוטײלן די פּרעמיעס, האָבן צענדליקער מענטשן אין דרױסן סקאַנדירט: „דאָ–נאָ–האָ–ו! דאָ–נאָ–האָ–ו! ערש–טע פּרע–מיע! ערש–טע פּרע–מיע!‟.

דאָס סאַמע אױסערגעװײנטלעך װעלטל מײַנס, אין װעלכן מיר איז אױסגעקומען צו האָבן אַ פֿאַרקער און אַפֿילו זיך צו באַטײליקן, איז געװען דער פֿעסטיװאַל „דעצעמבער–אָװנטן‟. אַהין, האָט זיך געדוכט, פֿלעגט די סאָװעטישע װירקלעכקײט לחלוטין נישט אַרײַנדרינגען; ריכטער און אַנטאָנאָװאַ האָבן עס באַזאָרגט. אַז מע פֿלעגט אין יענע אָװנטן אַרײַנגײן אינעם מוזעום אױף פּושקינס נאָמען און דערנאָך אַרױפֿגײן אינעם זאַל, װאָס האָט געדינט װי אַ קאָנצערט–זאַל בשעתן פֿעסטיװאַל, האָט זיך געדוכט, אַז מע טרעפֿט באמת פֿון דער גראָער, װיסטער סאָװעטישער װירקלעכקײט אין גאָר אַן אַנדער וועלט — אַ באַזונדערער און װוּנדערשײנער. די ייִדישע אָנװעזנהײט איז דאָרט אױך געװען זײער שטאַרק. אַנטאָנאָװאַ אַליין איז געװען אַ האַלב־ייִדישקע, איר שטעלפֿאַרטרעטערין אינע יעפֿימאָװנע פּרוס — אַ גאַנצע ייִדישקע… שױן אָפּגערעדט פֿון ריכטערס באַשטענדיקע פּאַרטניאָרן אין קאַמער–מוזיק אַנסאַמבלען: אָלעג קאַגאַן, נאַטאַליע גוטמאַן, יורי באַשמעט (װאָס איז געװאָרן מיט באַשמעטן שפּעטער איז אַן אַנדער פֿראַגע). מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געלײענט ערגעץ–װוּ, װי עפּעס אַ קלוגער סאָװעטישער טשינאָװניק האָט געהאַט געפֿרעגט בײַ ריכטערן, פֿאַר װאָס יענער שפּילט אַלע זײַנע קאָנצערטן מיט ייִדן, אױף װאָס סװיאַטאָסלאַװ טעאָפֿילאָװיטש האָט געהאַט געענטפֿערט: „װײַל זײ זײַנען גוטע מוזיקאַנטן.‟ יענער פֿעסטיװאַל איז דעמאָלט געװען נישט בלױז אַ באַזונדערע, נאָר, מע קאָן זאָגן, אַן עליטאַרע אונטערנעמונג. כ׳געדענק, װי אַנע פּאַװלאָװנעס אַ גוטע באַקאַנטע, די צײן–דאָקטערשע, װאָס מיר אַלע פֿלעגן גײן צו איר אַהיים הײלן די צײן, האָט אונדז אַ מאָל דערצײלט, װי זי האָט געהאַט פֿאָרגעלייגט איר טאָכטער צו גײן אױף עפּעס אַ קאָנצערט פֿון די „דעצעמבער–אָװנטן‟, און די טאָכטער האָט געענטפֿערט: „מאַמע, דאָרטן װעט זײַן בלױז די עליטע, און מיר װעלן זיצן װי צװײ קוקאַװקעס…‟
* * *
הײַנט איז קאַרינאָטשקע געקומען צו פֿליִען [אין באָסטאָן]. אין אָװנט זײַנען מיר געװען בײַ די זאַרעצקיס. איך האָב געפֿרעגט בײַ מישען (נישט האָפֿנדיק, איבעריקנס, צו באַקומען אַ פּאָזיטיװן ענטפֿער), צי ער האָט זיך אַ מאָל געהאַט געטראָפֿן מיט שאָסטאַקאָװיטשן, און געשטעלט אים נאָך עטלעכע פֿראַגעס, װאָס האָבן געהאַט צו טאָן מיטן לערנען זיך אין דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע סוף 1960ער — אָנהייב 1970ער יאָרן. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז מישע האָט שױן געהאַט פֿאַרענדיקט די קאָנסערװאַטאָריע אין 1970. ער האָט דערצײלט אײניקע אינטערעסאַנטע און אַמוזאַנטע געשיכטעס, נאָר גאָרנישט פֿון דעם װעט מיר, דוכט זיך, ניט קומען צו נוץ פֿאַר מײַן ראָמאַן… איך האָב דערצײלט מישען און לענען װעגן זײער באַרימטן פֿאַמיליען–חבֿר. „אַן ערלעכער לינגװיסט?‟ — האָט לענע באַלד געפֿרעגט. „יאָ, אַן ערלעכער און אַן אױסערגעװײנטלעכער, נאָר אין דער אידעאָלאָגיע פֿלעגט אים צו מאָל פֿאַרטראָגן — אָבער ערלעך פֿאַרטראָגן‟, — האָב איך געענטפֿערט.
שפּעטער זײַנען געקומען צו פֿאָרן ברכה און יותּם. שױן אַ לאַנגע צײַט האָב איך זײ נישט געזען… קאַרינאָטשקע האָט זײ געזען צום ערשטן מאָל, און זײ זײַנען בפֿירוש זײער געפֿעלן געװאָרן אײנער דעם אַנדערן; װען מיר האָבן זיך אומגעקערט אינעם האָטעל, האָט קאַרינאָטשקע מיך אַפֿילו געפֿרעגט, פֿאַר װאָס האָב איך אין מײַן צײַט נישט געהאַט אוכאַזשעװעט נאָך ברכהן.
אַפּריל 22
הײַנט געשלאָפֿן בעסער, אײדער נעכטן: אױפֿגעכאַפּט זיך פֿיר אַזײגער, װידער אײַנגענומען באַלדריפּראַרן און װידער אײַנגעשלאָפֿן.
געאַרבעט עטלעכע שעהען: צו ערשט אינעם „פּיאַנע–צימער‟, נאָך דעם אױף דער בינע. געגעסן װעטשערע האָבן מיר אין ליוסעס רעסטאָראַן אין איינעם מיט דער באַלעבאָסטע, גאַליען און גאַליעס אַ נאָענטער חבֿרטע. ס׳איז זײער שװער אָפּצוהיטן מײַן נײַע דיעטע בשעת רײַזעס. זײ האָבן אונדז געשאָנקען אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם אַלבאָם, װאָס זײ האָבן געהאַט געמאַכט אין נתּנס אָנדענק. איך האָב נישט געװוּסט, אַז ער האָט געהאַט אַזאַ אױסטערליש לעבן, פֿאָטאָגראַפֿירט אַזעלכע מענטשן װי לאָלאָברידזשידאַ, קאַרדינאַלע, מאַסטראָיאַני! נישט זײער לאַנג האָט ער געלעבט: אַזױ לאַנג, װי מײַן טאַטע… ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז מיר זײַנען אַלע פֿולשטענדיקע מיטדענקערס, װאָס שײך דער איצטיקער מלחמה; דאָס איז, אַװדאי, געװען זײער אָנגענעם: אַצינד, דאַכט זיך, קאָן מען מיט קײנעם נישט זײַן זיכער, אַפֿילו מיט מענטשן, װאָס לעבן דאָ, אין דער פֿרײַער װעלט. „אַדרעסאַט אומבאַקאַנט‟ איז געװאָרן העכסט אַקטועל.
נקמה איז אַ מאכל, װאָס װערט דערלאַנגט קאַלט. איך װאַרט מיט געדולד אױפֿן סוף פֿון פּוטינס רעזשים, װען קײנער װעט מער נישט קאָנען אָפּלײקענען דאָס, װאָס ס׳איז שױן לאַנג געװען קלאָר פֿאַר אַלע נאָרמאַלע מענטשן. דאַן װעלן אַלע, װאָס האָבן אונטערגעהאַלטן פּוטינען סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אױפֿן מערבֿ, כאָטש אין אַ מינדסטער מאָס, מוזן האַלטן אַן ענטפֿער; קײנעם טאָר מען גאָרנישט ניט פֿאַרגעבן, כּדי בײַ אַלעמען זאָל פֿאַרפֿאַלן ווערן דער חשק אונטערצוהאַלטן דיקטאַטאָרן און מאַסן–מערדערס אין אַ װײַטערער צוקונפֿט. דערװײַל װעל איך טאָן אַלץ, װאָס איך קאָן, כאָטש, צום גרױסן באַדױערן, קאָן איך זײער װײניק…
אַפּריל 23
הײַנט האָבן מײַנע „פֿאָרקאָנצערט‟–שלאָפֿמיטלען צוליב עפּעס נישט געהאָלפֿן, װי געװײנטלעך: איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט 3.50 בײַ נאַכט און דערפֿילט, אַז כ׳קאָן ווידער נישט אײַנשלאָפֿן. געמוזט אײַננעמען אױך סירקאַדין און באַלדריפּאַראַן.
אָפּגעשפּילט דעם קאָנצערט. פֿונעם מוזיקאַלישן שטאַנדפּונקט איז אַלץ מער–װײניקער געלונגען, אײניקע מאָמענטן זײַנען געװען אַפֿילו זײער גוטע; פֿונעם טעכנישן שטאַנדפּונקט אָבער איז װײַט נישט אַלץ געװען פּערפֿעקט. ביסלעכװײַז װער איך אַלט, און כּדי צו קומען צו שלמות, דאַרף איך, װײַזט אױס, אַרבעטן מער, װי פֿריִער. נאָך װי אַ קינד, האָב איך איבערגעלײענט ערגעץ–װוּ אַזעלכע װערטער (צום באַדױערן, געדענק איך שױן נישט, װער און װוּ האָט זײ אָנגעשריבן אָדער געזאָגט): „אױב איר װעט אַרבעטן פֿיר שעה אַ טאָג, װעט איר קױם קאָנען אונטערהאַלטן דעם שױן דערגרײכטן ניװאָ. אַרבעטנדיק זעקס שעה אַ טאָג, װעט איר קאָנען זיך באַװעגן אַ ביסל פֿאָרױס. נאָר כּדי צו װערן אַן עכטער שפּילער, דאַרף מען אַרײַנלײגן אַ באַרג אַרבעט.‟ פּונקט אַזױ. לײַדער, האָט מען מיר דאָ געלאָזט אַרבעטן דורכשניטלעך בלױז פֿינף שעה. אין טאָראָנטאָ, צום גליק, װעט מען מיר געבן מער צײַט צו אַרבעטן.
אי סאַשאַ, אי סטיװ, אי לענע פֿעלשטינסקאַיאַ האָבן דערפֿילט, אַז דער פּאָלאָנעז איז געװען װעגן אוקראַיִנע. אין תּל–אָבֿיבֿ האָט װלאַדימיר לװאָװיטש עס דערפֿילט, אין לאָנדאָן — אַנאַבעלע…
נאָכן קאָנצערט האָט טאַניע אונדז געשאָנקען אַ בוך דערינערונגען װעגן איר מאַמען.
דעם אָװנט האָבן מיר פֿאַרבראַכט בײַ די פֿעלשטינסקיס׳ פֿרײַנד, ליבלעכע, קלוגע און שאַרפֿזיניקע מענטשן; ס׳איז געװען זײער האַרציק און אינטערעסאַנט. איך האָב זײ דערצײלט װעגן אײניקע זאַכן, װאָס מיר האָבן זיך וועגן זײ געהאַט דערװוּסט פֿון דיטמאַרן. יורע האָט אַרױסגעזאָגט זײער אַן אינטערעסאַנטע אידעע װעגן די שװעריקײטן פֿון װאַשינגטאָנס באַציִונגען מיט בײדזשינג צוליב אַמעריקעס אומגעהײַערן חובֿ פֿאַר כינע: „אױב אײן צד האָט געטאָן עפּעס שלעכטס דעם צװײטן, קאָן דער ערשטער זאָגן, צום בײַשפּיל: ׳איר האָט דערמאָרדעט מײַן קאַץ, דעריבער װעל איך אײַך נישט אומקערן דעם חובֿ!׳.‟ יאָ, גראָד אַזױ זאָלן די דעמאָקראַטישע לענדער זיך אױפֿפֿירן מיט אַלערלײ באַנדיטן! און דאָך װאָלט געװען נאָך בעסער, װען אַמעריקע און אַנדערע דעמאָקראַטיעס װאָלטן בכלל נישט נעמען קײן חובֿות בײַ זײ.
24 אַפּריל
אינעם עראָפּלאַן אױפֿן װעג קײן טאָראָנטאָ האָב איך געלײענט די נײַעס פֿאַר די לעצטע טעג. אַ קאָשמאַר אָן אַ שיעור… רוסלאַנד האַלט אין אײן באַשיסן אוקראַיִנע און דערמאָרדן מענטשן, מער װי אַ דריטל װױנהײַזער אין אוקראַיִנע זײַנען צעשטערט. די אוקראַיִנישע גענעראַל־פּראָקוראַטור האַלט בײַם אויספֿאָרשן שױן אַכציק טױזנט ענינים פֿון רוסלאַנדס מיליטערישע פֿאַרברעכנס; נישט געקוקט דערויף, האָט דער אײראָפּעיִשער פֿאַראײן נישט צוגעשטעלט די שיס־מאַטעריאַלן פֿאַר אוקראַיִנע צו דער רעכטער צײַט צוליב דעם קאָנפֿליקט צװישן פֿראַנקרײַך און פּױלן װעגן דעם פֿונאַנדערטײלן די קאָנטראַקטן, װאָס זײַנען געװען פֿינאַנסירט פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן. די אַליִיִרטע רעכענען בפֿירוש נישט אױס אױף אַ באַלדיקן סוף פֿונעם קריג. גראָסי האָט דערקלערט, אַז בשעתן באַזוכן די זאַפּאָראָזשיער אַטאָמישע עלעקטראָסטאַנציע סוף מערץ האָט ער געהאַט „געזען קלאָרע סימנים פֿון מיליטערישע צוגרײטונגען‟. לױט „פֿײַנענשל טײַמס‟, האָט דער אײראָפּעיִשער פֿאַראײן דערגרײכט דעם מאַקסימום פֿון די סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, ס׳איז כּלומרשט אוממעגלעך צוצוטראַכטן עפּעס נײַס. דער עקאָנאָמיסט איגאָר ליפּסיץ האַלט, אַז די סאַנקציעס װעלן נישט קאָנען אָפּנעמען בײַ רוסלאַנד די מעגלעכקײט צו פֿירן די מלחמה ווײַטער, נאָר זײ װעלן לאָזן רוסלאַנד אָן דער מעגלעכקײט צו זײַן אַ מאָדערן, אַנטװיקלט לאַנד. אױב ס׳איז אַזױ, װער, פֿרעגט זיך, דאַרף אָט די סאַנקציעס? װאָס איז די נפֿקא–מינה, צי רוסלאַנד װעט קאָנען זײַן אַ מאָדערן, אַנטװיקלט לאַנד צי נישט, אױב עס װעט סײַ–װי זײַן אימשטאַנד אָנצופֿאַלן אױף אַנדערע לענדער און צו צעשטערן זײ, צו פֿאַרכאַפּן זײערע טעריטאָריעס און צו דערהרגענען צענדליקער טױזנטער מענטשן?! סאַראַ בלינדע קעצעלעך זײַנען פֿאָרט די מערבֿדיקע פּאָליטיקערס. װי האָבן זײ געקאָנט דערפֿירן צו אַזאַ לאַגע?!
דערװײַל איז אין רוסלאַנד גופֿא די סיטואַציע אױך גאָר אַ פֿינצטערע. אין מאָסקװע האָבן זיך אָנגעהױבן אָבלאַװעס אױף די פּריזיװניקעס; אײנעם אַ מאָסקװער אײַנװױנער האָבן די פּאָליצײער אַװעקגעפֿירט אין אַ מיליטערישן קאָמיסאַריאַט נאָכן אַרײַנרײַסן זיך אין זײַן װױנונג, און פֿון דאָרטן האָט מען אים געבראַכט גלײַך אױפֿן זאַמלפּונקט אָנעם דורכגײן אַ מעדיצינישע קאָמיסיע. מע האָט פֿאַראורטײלט אַ מענטשן פֿון דער שטאָט אָריאָל צו זעקס יאָר לאַגער פֿאַרן רעפּאָסטירן װידעאָ–רעקאָרדירונגען מיט „אַן אױפֿרוף צום בײַטן בגװאַלט די מלוכה–אָרדענונג‟, הגם די גרופּע, אין װעלכער ער האָט כּלומרשט רעפּאָסטירט יענע װידעאָ–רעקאָרדירונגען, איז בלאָקירט געװאָרן נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק. מע האָט איבערגעגעבן מאַשאַ מאָסקאַליאָװאַ [4] איר מאַמען, װאָס האָט נישט געזען איר טאָכטער עטלעכע יאָר. מע האָט געגעבן דער מאַמען געלט, כּדי זי זאָל דעקן אירע חובֿות; װוּ געפֿינט זיך מאַשעס טאַטע, װײסט מען נאָך אַלץ נישט. מע האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטראָף אויף דער װיקיפּעדיע צום אַכטן מאָל פֿאַרן אָפּזאָגן זיך באַזײַטיקן די אַרטיקלען װעגן דער מלחמה. דעם לערער פֿון ענגליש פֿונעם קראַסנאָיאַרסקער קאַנט, װאָס האָט געהאַט אױסגעשאָסן פֿון אַ יעגערביקס אין אַ באַנער מיט רעקלאַמע פֿון מיליטער–דינסט, האָט מען צעמזיקט און געפּײַניקט מיט עלעקטרישן שטראָם, כּדי ער זאָל זיך „מודה זײַן‟ אױך אין אונטערצינדן אַ מיליטערישן קאָמיסאַריאַט. מע האָט געבעטן זײַן מוטער, זי זאָל איבערצײַגן איר זון צו נעמען אױף זיך נאָך אײן פֿאַרברעכן. דער אַלעקסאַנדרינסקי טעאַטער אין פּעטערבורג האָט אַנולירט די ספּעקטאַקלען „סיראַנאָ דע בערזשעראַק‟, פֿאַרפּלאַנירט אױף אַפּריל און מײַ, װי באַלד עפּעס אַ צוטראָגער האָט דערזען אין אים „דיסקרעדיטאַציע‟ פֿון דער רוסלענדישער אַרמײ. ס׳װאָלט טאַקע געװען אינטערעסאַנט צו זען אָט דעם ספּעקטאַקל.
„אינסײַדער‟, ״‟שפּיגעל‟, „מאָנד‟ און „בעלינגקעט‟ האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אױספֿאָרשונג װעגן דעם, װי „גע–ער–או‟[5] האָט געהאַט אױסגענוצט דאָס ראַלי „דער זײַדנװעג‟ װי אַן אינפֿראַסטרוקטור פֿאַר דיװערסיעס און אָפּסמונגען אין אײראָפּע. „װאַשינגטאָן פּאָסט‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אױספֿאָרשונג װעגן דעם, װי רוסלאַנד װירקט מיט אויף דער פֿאַראײניקונג פֿון די רעכטע און די לינקע עקסטרעמיסטן אין דײַטשלאַנד, כּדי אָפּצושװאַכן די געזעלשאַפֿטלעכע שטיצע פֿון אוקראַיִנע.
לוקאַשענקאָ װילדעװעט אױך. אין װײַסרוסלאַנרד קװאַליפֿיצירט מען אַצינד די אומאָפּהענגיקע מאַסן–מעדיאַ װי „עקסטרעמיסטישע פֿאָרמירונגען‟ און מע פֿאַרפֿאָלגט מענטשן, װאָס האָבן געאַרבעט אין זײ.
אין פֿראַנקרײַך האָט מען געפֿונען אַ שלאָס פֿונעם 15טן יאָרהונדערט און עטלעכע װױנונגען לעבן אײפֿעל–טורעם, װאָס זײַנען פֿאַרשריבן אױף קאָמפּאַניעס, װאָס זײער לעצטער בענעפֿיציאַר איז קאָלאָמױסקיס שװעסטער. אַנטקעגן דעם בנין אין פּאַריז, אין װעלכן סע געפֿינט זיך די דירה, װאָס געהערט צו סװעטלאַנע מאַניִאָװיטשן, איז פֿאָרגעקומען אַ דעמאָנסטראַציע מיט דער פֿאָדערונג אײַנצופֿירן סאַנקציעס קעגן איר; דער פֿאָנד פֿון קאַמף קעגן קאָרופּציע האַלט איר גט מיט איװאַנאָװן פֿאַר אַ פֿיקטיװן, און לױט דעם פֿאָנדס אױספֿאָרשונג, באַזיצט מאַניִאָװיטש בריליאַנטן און רױכװאַרג, פֿאָרט אויף אַ „ראָלס–רױס‟ און אַרענדירט אין סען–טראָפּע אַ װילע פֿאַר הונדערט פֿופֿציק טױזנט אײראָ אַ חודש.
דער כינעזישער אַמבאַסאַדאָר אין פֿראַנקרײַך האָט דערקלערט אין אַ טעלעוויזיע–אינטערװיו, אַז די מלוכות פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָבן נישט קײן סטאַטוס אינעם גילטיקן אינטערנאַציאָנאַלן רעכט, װי באַלד „ס׳איז נישטאָ קײן אינטערנאַציאָנאַלער אָפּמאַך, װאָס װאָלט קאָנקרעטיזירט זײער סטאַטוס װי סוּװערענע לענדער‟. די אױסערן–מיניסטעריומס פֿון ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד האָבן אַרױסגערופֿן די כינעזישע אַמבאַסאַדאָרן, כּדי אויסצוקלאָרן די סיטואַציע.
אין ישׂראל גייען ווײַטע אָן די דעמאָנסטראַציעס קעגן דער אָפּגעלײגטער געריכט–רעפֿאָרם: װי גאָלדע האָט מיר אָנגעשריבן נאָך מיט עטלעכע װאָכן צוריק, װען זי איז געװען דאָרטן, „מע װיל קלאָר אַרײַנזעצן נתּניהו, וואָס עס זאָל נישט זײַן‟. ס׳איז מיר שװער צו פֿאַרשטײן: פֿון װאַנען נעמט זיך בײַ אײניקע פֿון די „אונדזעריקע‟ אין ישׂראל אַזאַ אומדרך–ארץ צו אַ העלפֿט (אױב נישט מער) פֿון זײערע קאָמפּאַטריאָטן? כ׳געדענק, װי אין מײַן צײַט פֿלעג איך אונטערהאַלטן דעם אָסלאָ–אָפּמאַך פֿון 1993, דעריבער האָב איך געמײנט, אַז יענע, װאָס פֿלעגן דורכפֿירן די דעמאָנסטראַציעס קעגן אים, האָבן געהאַט אַ טעות. פֿון דעסטװעגן, װאָלט מיר קײן מאָל נישט געקאָנט אײַנפֿאַלן, אַז די דעמאָנסטראַציעס זײַנען דורכגעצאָלט און די דעמאָנסטראַנטן אַליין זײַנען פּשוט געקומען אױף אַזאַ אופֿן זיך פֿאַרװײַלן וכּדומה. פֿאַר מיר איז געװען גאָר נאַטירלעך צו האַלטן, אַז יענע דעמאָנסטראַנטן זײַנען געװען באַאומרויִקט װעגן זײער לאַנד און פֿלעגן אױפֿריכטיק אױסדריקן זײער מײנונג. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך געלײענט אַ טשיקאַװע אַרטיקל פֿון אײנעם אַ ישׂראלי, װאָס האָט אָנגעשריבן, אַז אין 1996 האָט ער געהאַט געשטימט פֿאַר נתּניהו, װײַל דעמאָלט פֿלעגט די רבין–פּרס־רעגירונג אָנבינדן זײער פּאָליטיק אױף אַ העלפֿט פֿון דער ישׂראלס באַפֿעלקערונג און דערמיט צעשפּאַלטן די געזעלשאַפֿט, — און אַז אַצינד טוט נתּניהו פּונקט דאָס זעלבע! הײַנט דאַרף מען אַפֿילו לחלוטין נישט זײַן אַ לינקער, כּדי צו זײַן קעגן ביביס איצטיקער פּאָליטיק.
סאַאַקאַשװיליס מאַמע האָט דערצײלט די זשורנאַליסטן, אַז אין פֿאַרלױף פֿונעם לעצטן מעת–לעת איז איר זון צװײ מאָל געפֿאַלן אין דער שפּיטאָל–פּאַלאַטע און האָט בײדע מאָל פֿאַרלױרן דאָס באַװוּסטזײַן אױף אַ קורצער צײַט. שױן לאַנג האָט מאַנאַנאַ, ע״ה, מיר געזאָגט, אַז די גרוזינישע מאַכטהאָבערס האַלטן בײַם אומברענגען סאַאַקאַשװילי לױט פּוטינס באַפֿעל… װי האָט אַזױנס געקאָנט געשען מיט די גרוזינער, באַזונדערס נאָך דעם ווי רוסלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט 20% פֿון זײער טעריטאָריע און איז ממשיך די „קריכנדיקע אַנעקסיע‟?! פֿאַרשטײט זיך, האָט יעדע נאַציע אירע פֿאַררעטערס, און צו מאָל גיט זײ זיך אַפֿילו אײַן קומען צו דער מאַכט — נאָר װי קאָנען זײ האָבן אַזױ פֿיל אָנהענגערס אינעם פֿאָלק?! דאָס איז גאָר אַ נײַער (און האָפֿנטלעך אַ קורצװײַליקער!) פֿענאָמען אין גרוזיע, אַזױנס איז דאָרטן פֿריִער קײן מאָל נישט געװען.
אַליִעװ האַלט אין אײן כוליגאַנעװען אינעם לאַטשינער קאָרידאָר. יאָ, נאַפֿט איז קראַפֿט (עס גראַמט זיך אַפֿילו אין ייִדיש!)…
* * *
כ׳האָב אױסגעקליבן דעם האַמבורגער פֿאָרטעפּיאַן: ער קלינגט בעסער, אײדער דער אַמעריקאַנער. געאַרבעט אױף דער בינע דרײַ שעה מיט אַ פֿערטל. די קלאַװיאַטור איז לײַכטער, װי יענע פֿונעם באָסטאָנער קלאַװיר, נאָר דער קלאַנג איז שטילער: אפֿשר װײַל די אַקוסטיק דאָ איז אַ סך ערגער, אײדער אין באָסטאָן. דערװײַל איז דער בעסטער אינסטרומענט געװען אין שיקאַגע.
געגעסן װעטשערע האָבן מיר מיט אַלען און גרישען.
כאָכלאָװ, מיכאַיִל (1955) — דירעקטאָר פֿון דער גנעסין־שול [1]
[2] כרעניקאָוו, טיכאָן (1913־2007) — סאָוועטישער קאָמפּאָיטאָר
[3] בירנאָװ, לעוו (1908־1999) — סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר
[4] מאָסקאַליאָװאַ, מאַשאַ — אַ שילערין, וואָס האָט אָנגעמאָלט אַ בילד קעגן מלחמה. צוליב דעם איז איר טאַטע געמישפּט געוואָרן
[5] „גע–ער–או‟ — הויפּט אויסשפּיר־אַגענטור פֿון רוסלאַנד
המשך קומט