אין די טעג פֿון קאָראָנאַווירוס (המשך)

יעווגעני קיסין

אַפּריל 16

אָפּגעשפּילט דעם קאָנצערט. די פּראָגראַם פֿאַרבעסערט זיך ביסלעכװײַז. דאָס פּובליקום האָט מיך אױפֿגענומען ממש אױסגעצײכנט, מ׳איז אױפֿשטאַנען די גאַנצע צײַט (אַפֿילו אינעם סוף פֿון דער ערשטער אָפּטײלונג).

דערלײענט די נעכטיקע נײַעס. אין מאָסקװע האָט מען באַשטראָפֿט אַן 18–יאָריקן אַקטיװיסט פֿאַרן „אָרגאַניזירן אַן אומקאָאָרדינירטן מיטינג‟, װאָס איז אין דער אמתן נישט פֿאָרגעקומען, װײַל די מאָסקװער רעגירונג האָט זיך אָפּגעזאָגט אים צו קאָאָרדינירן. מע האָט אים אױך באַשטראָפֿט פֿאַר „דיסקרעדיטאַציע‟ פֿון דער רוסלענדישער אַרמײ, װײַל ער האָט געהאַט פּלאַנירט דורכצופֿירן דעם נישט–פֿאָרגעקומענעם מיטינג דעם 24סטן פֿעברואַר און אָנצורופֿן אים „דאָס יאָר פֿון גהינום‟. 

פֿאַר „דיסקרעדיטאַציע‟ האָט מען באַשטראָפֿט אין מאָסקװע אױך אײנע אַ פֿרױ צוליב אַ דיסקוסיע אין אַ קאַפֿע. אײנער פֿון די באַזוכערס האָט הויך אויף אַ קול, אַגרעסיװ און מיאוס גערעדט װעגן די אוקראַיִנער. די פֿרױ האָט אים געבעטן נישט רײדן מיט שמוציקע װערטער עפֿנטלעך, און האָט דערמאָנט, אַז פֿיל רוסלענדער האָבן פֿרײַנד און קרובֿים אין אוקראַיִנע. יענער האָט אַרױסגערופֿן די פּאָליצײ און פֿאַרהאַלטן די פֿרױ אינעם קאַפֿע, ביז װאַנען די פּאָליצײ איז נישט געקומען. יענע האָבן אױסגעפֿאָרשט דער פֿרױס פּאָסטן אין סאָציאַלע נעצן, געפֿונען דאָרטן עפּעס אַ „קראַמאָלע‟, צונױפֿגעשטעלט אַ פּראָטאָקאָל װעגן „דיסקרעדיטאַציע‟ און געראָטן איר אויף ווײַטער „צו באַהאַנדלען אוקראַיִנע אין קיך‟. יאָ, צו מאָל געבן זײ עצות. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט פֿ. [1] מיר אָנגעשריבן, אַז אַ פּאָליציאַנט האָט געהאַט געקלונגען איר מאַן, דערמאָנט װעגן יענעמס באַטײליקונג אין פֿריִערדיקע דעמאָנסטראַציעס און געװאָרנט, אַז יענער זאָל מער אין ערגעץ נישט גײן און זיך היטן מיט אַ װאָרט.
  
דער הױפּט פֿון דעם פּרעזידענטס מענטשנרעכט–ראַט האָט גערופֿן צו פֿאַרװערן די װיקיפּעדיע אין רוסלאַנד, און דעפּוטאַטן–קאָמוניסטן פֿון דער „דומע‟ האָבן געפֿאָדערט דורכצוקאָנטראָלירן דעם נײַעם דירעקטאָר פֿון פּושקינס מוזעום, װײַל יענע האָט געמאָלדן, אַז „סטאַלין האָט געפּגרט‟, און האָט אים פֿאַרגליכן מיט מיקי מאַוס.

אין אַ יעקאַטערימבורגער שול קומען פֿאָר פּײַניקונגען…

נאָכן אומקערן זיך אינעם האָטעל, האָב איך דערזען, אַז דאָס אָנזאָגן–קנעפּל אױפֿן טעלעפֿאָן איז געװען אױפֿגעלױכטן. עס האָט געװאַרט אױף מיר נאָך פֿון נעכטן גאָר אַ לאַנגער אָנזאָג פֿון אַן אַלטער פֿאַרערערין, װאָס פֿלעגט קומען אױף מײַנע קאָנצערטן דאָ מיט איר מאַמען, וואָס האָט מיר אַ מאָל אָנגעשריבן, אַז בשעתן הערן מײַן שפּילן, האָט זי געהאַט דאָס זעלבע געפֿיל, װי װען זי האָט געהאַט אירע פֿינף קינדער. אַצינד האָט איר טאָכטער געקלונגען פֿון אַ שפּיטאָל מיטצוטיילן מיר, אַז, צום באַדױערן, װעט זי נישט קאָנען קומען אױף מײַן קאָנצערט. זי האָט געבעטן, איך זאָל איר אָנקלינגען. װען איך האָב איר אָנגעקלונגען, האָט זי גערעדט אַזױ גיך, אַז איך האָב נישט אַלץ פֿאַרשטאַנען. אין אָנהײב האָט זי גענומען רײדן װעגן גלײבן אין גאָט, אַז פֿריִער איז איר זון נישט געװען אַ גלױביקער, װײַל ער האָט געמײנט, אַז גאָט איז באַגאַנגען גענאָצידן אין דער ביבל, נאָר איצט גלײבט ער אין גאָט פֿון ליבע און גנאָד… איך האָב זי געפֿרעגט, פֿאַר װאָס איז זי אין שפּיטאָל, און זי האָט מיר אױספֿירלעך דערציילט, אַז שױן צװײ יאָר צײַט, אַז זי איז שטאַרק שלאַף אױף פֿאַרשײדענע קראַנקײטן, און כאָטש אַצינד איז איר בעסער, װײסט מען נאָך נישט, װען זי װעט קאָנען זיך אומקערן אַהײם.

פֿאַרן שלאָפֿן האָב איך געמאַכט גימנאַסטיק (צום מײנסטן מיט אַ פּילקעלע) אָנדערטהאַלבן שעה.

אַפּריל 17

אױפֿגעכאַפּט זיך מיטן געפֿיל, אַז איך האָב זיך פֿאַרקילט און, אַז אינעם האָטעל–צימער איז קאַלט. געטרונקען װאַסער און טײ און אַרײַנגעלאָזט „װינסענטקאַ‟–טראָפּנס אין דער נאָז אין פֿאַרלױף פֿונעם גאַנצן טאָג. אין אָװנט איז מיר געװאָרן אַ סך בעסער.

געלײענט די הײַנטיקע נײַעס. פּריגאָזשין מײנט, אַז מע דאַרף אױפֿהערן די מלחמה. אַלעקסאַנדר „טשאַטשאַ‟ איװאַנאָװ אױף אַ קאָנצערט אין מאָסקװע איז אַרױס אױף דער בינע אין אַ העמדל מיטן אױפֿשריפֿט „מאַשאַ מאָסקאַליאָװאַ‟ און דערצײלט װעגן די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון אָט דעם מײדעלע און איר טאַטן; די צוהערערס האָבן אָנגעהױבן אַפּלאָדירן און סקאַנדירן: „אַ פּ–ץ דעם קריג!‟. די מסירות–קולטור אין רוסלאַנד איז איצט אין פֿולן בלי…
  
אין דרעזדען אין גאַנג פֿון די בױ–אַרבעטן האָט מען זיך אָנגעשטויסן אין אַ באָמבע, װאָס איז געבליבן דאָרטן נאָך פֿון דער צװײטער װעלט–מלחמה. ביז װאַנען זשע װעט מען האַלטן אין אײן געפֿינען באָמבעס אין אוקראַיִנע?! אין סודאַן קומט פֿאָר אַ קאָשמאַר — און אַפֿילו צו אים לײגט רוסלאַנד צו איר שמוציקע האַנט.

אַפֿילו בראַזיל איז אָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד: פֿון זײַנע מינעראַל־באַגיטיקונגען. מחמת דעם האָט לולאַ בשעת זײַן באַזוך אין כינע אױפֿגערופֿן דעם מערבֿ „אױפֿצוהערן אונטערהאַלטן די מלחמה‟ און העלפֿן אוקראַיִנע מיט געװער. אַ בושה און אַ חרפּה! נו מילא, בראַזיל (און דרום–אַמעריקע בכלל) איז, לאָמיר זאָגן אַזױ, נישט אין גאַנצן דער מערבֿ — נאָר װען זשע װעט דער מערבֿ סוף–כּל–סוף פֿאַרשטײן, אַז ער טאָר בשום–אופֿן נישט זײַן אָפּהענגיק נישט פֿון דער רוסלענדישער, נישט פֿון דער אַזערבײַדזשאַנישער, נישט פֿון דער סאַודי אַראַביער ענערגיע, נישט פֿון קײן װאָסערן–נישט–איז אַנדער טינוף? און אַז ער טאָר נישט זײַן אָפּהענגיק פֿון כינעס עקאָנאָמיע? אַ בזיון — און אַ פֿולשטענדיק משוגעת. 

סאַראַ פּאַראַדאָקס: דער מערבֿ, בײַ אַלע חסרונות, איז די בעסטע געזעלשאַפֿט אױף דער װעלט — נאָר ס׳רובֿ מערבֿדיקע פּאָליטיקער זײַנען, װי מע זאָגט אױף העברעיִש, „בני זונות‟. במשך פֿון אַ סך יאָרן האָב איך עס נישט פֿאַרשטאַנען. אַװדאי איז מיר געװען קלאָר, אַז די היגע פּאָליטיקער זײַנען נישט קײן מאלכים, נאָר איך האָב זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אין װאָס פֿאַר אַ מאָס זײ זײַנען פּרינציפּלאָזיקע אָפּאָרטוניסטן און דערצו נאָך שוטים. לכן האָב איך נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, הלמאַי אום פֿרילינג 2002, אױפֿן הויכפּונקט פֿון דער צװײטער אינטיפֿאַדע, האָט כּמעט די גאַנצע מערבֿדיקע װעלט זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף ישׂראל. „מילא, לאָמיר דערלאָזן, אַז שרון איז אַ שלעכטער, — נאָר װאָס, אײגנטלעך, טוט ער אַצינד אַזױנס, װאָס, למשל, רבין װאָלט נישט געטאָן אין אַזאַ סיטואַציע?‟ — האָב איך דעמאָלט געפֿרעגט זיך אַלײן, — „בשעת דער ערשטער אינטיפֿאַדע, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן װי אַן ענטפֿער אױף דער אָקופּאַציע, האָט רבין גערופֿן צו ברעכן פֿיס און הענט בײַ יענע, װאָס װאַרפֿן שטײנער. די איצטיקע אינטיפֿאַדע אָבער האָט זיך אָנגעהױבן להיפּוך, װי אַן ענטפֿער דװקא אױף ישׂראלס פֿאָרשלאָג צו מאַכן אַ סוף מיט דער אָקופּאַציע, און איצט װאַרפֿן זײ נישט שטײנער, נאָר באָמבעס! װאָס זשע טוט זיך?‟. דעריבער איז יענער פֿרילינג געװאָרן פֿאַר מיר אַ װענדפּונקט: איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז „עפּעס איז פֿױל אין דער דענישער מלוכה‟, נאָר װאָס פּינקטלעך — דאָס האָב איך דעמאָלט נאָך נישט געקאָנט פֿאַרשטײן.

בוקאָװסקיס בוך „דער מאָסקװער פּראָצעס‟

אין אָט דעם זינען איז בוקאָװסקיס בוך „דער מאָסקװער פּראָצעס‟, װאָס איך האָב עס איבערגעלײענט אין 2008, געװאָרן פֿאַר מיר אַן אמתע אַנטפּלעקונג. פֿון די פֿילצאָליקע דאָקומענטן, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אָט דעם בוך, איז מיר סוף–כּל–סוף געװאָרן קלאָר, אַז די מערבֿדיקע װערטן, די מערבֿדיקע פּרינציפּן פֿון אײן זײַט און די מערבֿדיקע אױסערן–פּאָליטיק פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען געװען כּלל נישט אײנס און דאָס זעלבע. נאָך מער: ס׳רובֿ מערבֿדיקע פּאָליטיקער אָפֿט פֿאַרראַטן זײערע אײגענע פּרינציפּן און אידעאַלן. דעריבער טאַקע האָבן זײ דעמאָלט (און נישט בלױז דעמאָלט) פֿאַרראַטן דאָס דעמאָקראַטישע ישׂראל, דעריבער טאַקע האָבן זײ כּמעט תּמיד נאָכגעגעבן די קרעמלינער מאַכטהאָבערס, סײַ די קאָמוניסטן, סײַ יענע, װאָס האָבן זײ פֿאַרביטן. בוקאָװסקיס אָנשױונגען מכּוח סאָציאַליזם אינעם מערבֿדיקן באַטײַט פֿונעם װאָרט (דאָס הייסט, סאָציאַל–דעמאָקראַטיע) האָבן מיך נישט אין גאַנצן איבערגעצײַגט, און שפּעטער, װען מיר האָבן זיך באַקאַנט, האָב איך געשטרײַט מיט אים װעגן דעם, נאָר װאָס שײך דעם מערבֿס אָפּאָרטוניזם און פּרינציפּלאָזיקײט אין זײַנע באַציִונגען מיט קאָמוניזם, איז װלאַדימיר קאָנסטאַנטינאָװיטש אַװדאי געװען לגמרי גערעכט, און די דאָקומענטן, װאָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, רײדן פֿאַר זיך אַלײן; דעריבער טאַקע האָב איך געטאָן אַלץ, װאָס כ׳האָב געקאָנט טאָן, כּדי אָט דאָס בוך זאָל פֿאַרעפֿנטלעכט װערן אין דער ענגלישער איבערזעצונג.
                                   
  אינעם שיקאַגער פֿליפֿעלד אין אַ טואַלעט אױף אַ װאַנט האָב איך געזען פּלאַקאַטן מיטן טעלעפֿאָן–נומער פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס העלפֿט קרבנות פֿון צװאַנג–אַרבעט (בתוכם פּראָסטיטוציע וכּדומה).

אַבֿרהם מפּו, 1807־1867

אומגעקערט זיך קײן ניו–יאָרק. געלײענט „די ציון–ליבע‟. בריהש האָט מאפּו פֿאַרדרײט דעם סיפּור–המעשׂה! װאָס שײך דעם רעשט… אַװדאי איז עס נישט הוגאָ, נישט גאָגאָל און נישט דיקענס (כ׳דערמאָן בכּיװן דװקא שרײַבערס פֿון יענער תּקופֿה), און דאָך לײען איך עס מיט גרױס הנאה: דאָס אײגענע איז טײַער און ליב, אַפֿילו אױב ס׳איז נישט דאָס סאַמע בעסטע. אַזױ, מסתּמא, האָט מען ליב די אײגענע קינדער מער װי אַלע אַנדערע, אַפֿילו װיסנדיק, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך קליגערע און מער טאַלאַנטירטע קינדער. װען איך טראַכט װעגן דעם, װער זײַנען מײַנע סאַמע באַליבטע ליטעראַטור–העלדן, פֿיל איך, אַז הגם קײן גרױסער שרײַבער בין איך לחלוטין נישט און װעל קײן מאָל נישט זײַן, זײַנען דאָס די פּערסאָנאַזשן פֿון מײַנע אײגענע דערצײלונגען (מאַרינע אוו װעניע, סטאַסיק עטלער, סעריאָזשע לװאָװ, ליאָשקע װאָלקאָװ, מאָיִסײ מילמאַן, סעמיאָן באַגראָװסקי), — װײַל זײ זײַנען מײַנע „קינדער‟, מײַנע באַשעפֿענישן.

שפּאַצירט אינעם ריװערסײַד–פּאַרק, געשפּאַנט זיבן קילאָמעטער. געאַרבעט אַ ביסעלע. 

אַפּריל 18

אין דער פֿרי האָט די מאַמע געהאַט זײער אַ שטאַרקן האַרץ–אָנפֿאַל. צום גליק, האָט אַ גוטער קאַרדיאָלאָג, װאָס אַרבעט אינעם זעלבן שפּיטאָל װי ליאָניע, מסכּים געװען זי תּיכּף אױפֿנעמען. אַפּנים, איז עס געשען מחמת דער מאַמעס בראָך, נאָר דער הײַנטיקער אָנפֿאַל איז געװען דער שטאַרקסטער פֿאַר איר גאַנץ לעבן, און זי האָט זיך געפֿילט נישט איבעריק גוט דעם גאַנצן טאָג.
  
געגאַנגען צו שמואלן. נישט באַװיזן אָפּצואַרבעטן גענוג; דערצו האָב איך זיך הײַנט עפּעס געפֿילט מיד, און אַלץ האָט זיך בײַ מיר באַקומען ערגער, אײדער נעכטן.

דיטמאַר האָט אונדז דערקלערט, אַז כינע װעט בשום–אופֿן נישט דערלאָזן, אַז אוקראַיִנע זאָל צוריקגעװינען איר גאַנצע טעריטאָריע, װײַל דאָס װעט מײנען, אַז כינע אַלײן װעט קײן מאָל נישט קאָנען פֿאַרכאַפּן טײַװאַן, לכן אױב די אוקראַיִנער װעלן אָפּטרײַבן די רוסן צו די גרענעצן פֿון פֿעברואַר 2022 און פּרוּװן צוריקגעװינען אױך דעם קרים, װעט כינע אָנהייבן העלפֿן פּוטינען, און דאַן װעט אוקראַיִנע נישט זײַן ביכולת עס צו טאָן, װי באַלד כינע מיט איר אומגעהײַערער באַפֿעלקערונג און פֿאַקטיש שקלאַפֿן–אַרבעט האָט אָן אַ שיעור מער אַמוניציע, אײדער דער גאַנצער מערבֿ. אױב אַזױ, הײסט עס, אַז די אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנער זײַנען אין די 1990ער געװען גערעכט, װען זײ זײַנען געװען קעגן װאָפֿן–פֿאַרקירצונג: אַפֿילו אױב אַמעריקע (און דער מערבֿ בכלל) דאַרף נישט פֿאַרטײדיקן זיך אַלײן, דאַרף זי (און, אַפּנים, װעט דאַרפֿן נאָך לאַנג) פֿאַרטײדיקן אַנדערע לענדער פֿון אַזעלכע באַנדיטן, װי רוסלאַנד און כינע. כ׳געדענק, װי אין יענער צײַט בין איך מיט מײַנעם אַן אַלטן אַמעריקאַנער פֿרײַנד, װאָס שטימט אַלע מאָל, אָן אױסנאַם, פֿאַר די דעמאָקראַטן, דורכגעפֿאָרן דורך האַרלעם, און ער האָט געזאָגט: „אפֿשר אַצינד װעלן מיר מער נישט מאַכן קײן נאַרישע באָמבעס און װעלן אױסגעבן געלט אױף אונדזערע אָרעמע ראַיאָנען?‟. צום באַדױערן, װי טרױעריק עס זאָל נישט זײַן און װי שװער עס זאָל נישט זײַן פֿאַר אַ סך מענטשן אָנצונעמען אָט דעם אמת, זײַנען די „נאַרישע באָמבעס‟ נײטיק…

אַ פֿאַרוווּנדיקטער אוקראַיִנישער סאָלדאַט אויפֿן שלאַכטפֿעלד

כ׳געדענק אױך, אַז װען קלינטאָן איז געװאָרן פּרעזידענט, האָט דער זעלבער פֿרײַנד מײַנער מיר געזאָגט: „האָפֿנטלעך, װעט עס זײַן דער סוף פֿון רײגאַנען, װײַל בוש איז געװען דער המשך פֿון רײגאַנען. אָט די מענטשן דאַרפֿן האָבן אַ שׂונא, אַן ׳אַנטיקריסטוס׳. די װעלט איז מער נישט אַזאַ!‟ איך האָב אים דאַן דערװידערט, אַז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז באמת געװען אַ שׂונא, נאָר (כאָטש ער האָט זײער גוט געװוּסט, װי שלעכט איז געװען דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד) עס האָט אים מחמת עפּעס נישט איבערצײַגט. מעגלעך דעמאָלט, אָנהייב 1993, האָט זיך װירקלעך געדוכט, אַז די װעלט איז געװען מער נישט אַזאַ, װי פֿריִער, װײַל די בײז–אימפּעריע האָט שױן געקראַכט, — נאָר װאָס זשע קאָן מען זאָגן הײַנט? מע דאַרף זײַן װײַטזיכטיק און פֿאַרשטײן, אַז אַגרעסאָרן און פֿאַרכאַפּערס װעלן אין דער נאָענטער צוקונפֿט נישט נעלם װערן.
  
מיט פֿיל יאָרן שפּעטער האָט דער זעלבער אַלטער פֿרײַנד מײַנער מיר געזאָגט, אַז זײַן לאַנד מוז אומגעזאַמט אַרױספֿירן די אַרמײ פֿון איראַק, און זײַן אַרגומענט איז געװען אַזאַ: „דאָס איז אַן אָקופּאַציע!‟ מיר דוכט זיך, אַז דעמאָלט האָב איך נאָך נישט געלײענט „דער מאָסקװער פּראָצעס‟, אין װעלכן בוקאָװסקי דערצײלט, אַ חוץ דעם אַלעם, אַז אין די 1970ער פֿלעגן אַ סך מענטשן אױפֿן מערבֿ אָפּערירן מיט באַגריפֿן אױפֿן אַבסטראַקטן אופֿן, אַרױסרײַסנדיק זײ פֿונעם קאָנטעקסט. למשל, „פֿרידן‟ און „מיטאַרבעט‟ — סאַראַ שײנע װערטער, און מע פֿלעגט אָפּערירן מיט זײ, דערקלערנדיק, הלמאַי זײ האָבן אונטערגעהאַלטן דעם „דעטאַנט‟ מיטן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. „פֿון דעסטװעגן, נישט דאָס, נישט יענץ האָט פּשוט נישט קײן זינען אױסער אַ קאָנקרעטן קאָנטעקסט‟, — שרײַבט בוקאָװסקי, — „אינעם אַבסטראַקטן זינען איז אַ צװינטער דאָס סאַמע פֿרידלעכע אָרט אױף דער ערד, און מיטאַרבעטן, אַשטײגער, מיט אַ פֿאַרברעכער װערט דעפֿינירט ווי אַ מיטבאַטײליקונג און באַשטראָפֿט לױט די געזעצן פֿון אַיעדן לאַנד.‟ דװקא אַזױ. און װאָס שײך „אָקופּאַציע‟ — האָט דיטמאַר, אַליין אַ דײַטש, מיט עטלעכע װאָכן צוריק אונדז געזאָגט, אַז די 50 יאָר, במשך פֿון װעלכע דײַטשלאַנד איז געװען אָקופּירט פֿון די אַמעריקאַנער, זײַנען געװען די סאַמע בעסטע יאָרן אין דער געשיכטע פֿון דײַטשלאַנד!

און אַצינד װײסן מיר זײער גוט, װאָס איז געשען אין אַפֿגאַניסטאַן באַלד נאָך דעם, װי אַמעריקע האָט געהאַט אַרױסגעפֿירט איר אַרמײ פֿון דאָרטן. און נישט בלױז אין אַפֿגאַניסטאַן, נאָר אױך אין אוקראַיִנע: פּוטין האָט עס אָן שום ספֿק אױפֿגענומען װי אַ סימן פֿון אַמעריקעס שװאַכקײט.

פֿון דעסטװעגן, איז די פּאָליטיק, װי שטענדיק, פֿול מיט פּאַראַדאָקסן און סתּירות. איצט זײַנען די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטן פֿאַראײניקט אינעם אונטערהאַלטן אוקראַיִנע, בעת די רעפּובליקאַנער זײַנען אין אָט דעם ענין צעשפּאָלטן… 

אַפּריל 19

אופֿגעכאַפּט זיך אין מיטן דער נאַכט, נישט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, װידער אײַנגענומען מײַנע פּילן, דעריבער אױפֿגעכאַפּט זיך שפּעט. באַװיזן אָפּצואַרבעטן בלױז אײן שעה פֿאַרן אָפּפֿאָרן, נאָר הײַנט איז אַלץ געגאַנגען גוט. הלװאַי עס זאָלן נישט זײַן קײן פּראָבלעמען מיטן פֿאָרטעפּיאַן אין באָסטאָן, היות די צײַט פֿאַר דער אַרבעט דאָרטן װעט זײַן בײַ מיר באַגרענעצט.

די מאַמע נעבעך פֿילט זיך נאָך אַלץ נישט גאַנץ גוט און איז זיכער, צי זי װעט נישט קאָנען פֿליִען קײן באָסטאָן. אַ שאָד…
  
דן האָט מיר צוגעשיקט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם כּתבֿ–יד פֿון פּנס [2] ליד, װאָס ער האָט געהאַט אָנגעשריבן אין 1930. ער האָט עס אָנגעשריבן אױף ייִדיש, נאָר אין אַ העברעיִשן אויסלייג, אָן װאָקאַלן און מיט נקודות. איך האָב קײן אַנונג נישט געהאַט, אַז פּן פֿלעגט שרײַבן לידער אױך אױף מאַמע–לשון! װאָס שײך דעם ליד גופֿא, איז עס, לױט די סטאַנדאַרטן פֿון יענער צײַט, נישט קײן געניאַלס, נאָר אַ גוטס.

אינעם עראָפּלאַן האָב איך געלײענט די הײַנטיקע נײַעס. דער קאָשמאַר אין רוסלאַנד און אין אוקראַיִנע גײט אָן װײַטער, פּוטין און זײַנע יוצר–משרתים האָבן זיך שױן אין גאַנצן צעגאַרטלט. מע האָט אַרײַנגעבראַכט אינעם קרימינעלן קאָדעקס אַ נײַעם אַרטיקל: „מיטװירקן אינעם אױספֿילן באַשלוסן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס‟, װאָס רוסלאַנד איז נישט זײער מיטגליד; אַזױנס איז, דוכט זיך, נישט געװען אַפֿילו אין די סאָװעטישע צײַטן. נעכטן האָט רוסלאַנדס אױסערן–מיניסטעריום אַרױסגערופֿן די אַמבאַסאַדאָרן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און בריטאַניע „אין צוזאַמענהאַנג מיטן גראָבן אַרײַנמישן זיך אין די אינערלעכע ענינים פֿון רוסלאַנד‟, מחמת זײ האָבן זיך געהאַט אַרױסגעזאָגט מכּוח דעם דראַקאָנישן אורטײל פֿאַר קאַראַ–מורזאַ; מע האָט זײ צוגעסטראַשעט מיט אַרױסשיקונג. װידער האָט מען אײַנגעזעצט אין נאַװאַלניס קאַמער דעם מענטשן, װאָס װאַשט זיך נישט, דאָס מאָל האָט פֿון אים געשטונקען באַזונדערס שטאַרק, און װען נאַװאַלני האָט זיך אָפּגעזאָגט אַרײַנגײן אין דער עיפּושדיקער קאַמער, האָט מען אים צעמזיקט און דערקלערט װעגן אײַנפֿירן אַ קרימינעלן ענין מכּוח דעזאָרגאַניזירן די אַרבעט אין דער קאָלאָניע (ביז צו פֿינף יאָר אָפּנעמען די פֿרײַהײט). אין פּעטערבורג האָבן די עלטערן פֿון אײנעם אַ שילער אָנגעשריבן אַ מסירה אױף אַ קינדער–שרײַבער, װאָס אין זײַנעם אַ בוך זיצט דער העלד מיטן נאָמען אַלעקסײ אין תּפֿיסה. 

פֿון װאַנען נעמען זיך אַזױ פֿיל זאָגטערס אין רוסלאַנד? “סטוקאַטש” — אויף רוסיש

פֿון װאַנען נעמען זיך אַזױ פֿיל זאָגטערס אין רוסלאַנד יעדעס מאָל, װען עס קומט אױף זיי אַן אָנפֿרעג? אַן אַלט רוסיש װערלט זאָגט: „דעם מסור קומט דער ערשטער שמײַס מיט דער בײַטש.‟ אפֿשר, איז עס אַ סאָװעטישער פֿענאָמען, װאָס לעבט עד־היום? צוריק געשמועסט, לײען איך אַ סך װעגן לוקאַשענקאָס טעראָר — נאָר קײן אײן װאָרט פֿון װאָסערע–ניט–איז צוטראָגערס אין װײַסרוסלאַנד…
  
פֿון דער אַנדערער זײַט, קלערנדיק מכּוח אָט דעם פֿענאָמען, קאָן איך פֿאַרשטײן דעם מסורס פּסיכאָלאָגיע, היות װען איך דערװיס זיך װעגן פּוטיניסטן אין אַמעריקע און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער, כאַפּ איך זיך בײַם געפֿיל, אַז מיר װילט זיך אינפֿאָרמירן עפֿ–בי–אײַ און אַנדערע אַמטן פֿון אַזאַ מין, כּדי אויסצורײניקן דעם מערבֿ פֿונעם פּוטיניסטישן אומפֿלײט. איך טו עס נישט, װײַל איך פֿאַרשטײ מיטן קאָפּ, אַז ס׳איז שלעכט פֿונעם מאָראַלישן שטאַנדפּונקט, און דאָך האָב איך אַזאַ חשק. אַװדאי פֿאַר סטאַלינען פֿלעגט מען שרײַבן מסירות אױף אַנדערע מענטשן, כּדי צו קריגן זײער װױן–שטח אָדער נישט אָפּצוגעבן זײ די חובֿות וכּדומה — פּונקט װי בשעתן חורבן פֿלעגט מען אַרױסגעבן ייִדן, כּדי צוצואײגענען זײערע װױנונגס–ערטער און האָב–און–גוטס. פֿון דעסטװעגן, זײַנען אין אַלע צײַטן געװען אױך אידעיִשע מסורים, װאָס האָבן אױפֿריכטיק געמײנט, אַז זײ טוען אַ נײטיקע און װיכטיקע זאַך, אַז זײ האָבן דעמאַסקירט רשעים, שׂונאים פֿון זײער הײמלאַנד און פֿון דער גאַנצער מענטשהײט. אַזאַ איז געװען, למשל, די איבערצײַגטע קאָמוניסטקע–סטאַליניסטקע נינאַ אַנדרעיעװאַ, אַזעלכע זײַנען אָן שום ספֿק די איצטיקע מסורניקעס אין רוסלאַנד.

רוסלאַנדס גענעראַל–פּראָקוראַטור האָט דערקלערט דעם נאָרװעגישן עקאָלאָגישן פֿאָנד „בעללאָנאַ‟, װאָס האָט געהאַט אָנגעהױבן אַרבעטן אין רוסלאַנד נאָך אין די סאָװעטישע צײַטן, ווי אַ „ניט–געװוּנטשענע אָרגאַניזאַציע‟. מע האָט פֿאַרמישפּט אַ מענטשן פֿון נאָװאָראָסיִיסק צו צװיי מיט אַ האַלב יאָר קאָלאָניע פֿאַר „עפֿנטלעכע אױפֿרופֿן צו טעראָריזם‟, װי באַלד ער האָט געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט אין זײַן טעלעגראַם–קאַנאַל אַ װידעאָ מיט די װערטער „רום צו אוקראַיִנע!‟. אָלעג אָרלאָװ האָט אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, מחמת װעלכן מע באַשולדיקט אים אין דיסקרעדיטאַציע פֿון דער רוסלענדישער אַרמײ; מע האָט געמאַכט אַ לינגװיסטישע עקספּערטיזע פֿונעם אַרטיקל, און די עקספּערטן זײַנען געקומען צום אױספֿיר, אַז אָרלאָװ פֿאַרנעמט די „רעכטפֿאַרטײדיקע אַנטירוסלענדישע שטעלונג‟; עס דראָעט אים ביז דרײַ יאָר טורמע. שױן צום זיבעטן מאָל האָט מען אין רוסלאַנד באַשטראָפֿט די װיקיפּעדיע פֿאַר אָפּזאָגן זיך אַרױסנעמען עפּעס. צװײ קאָנצערטן פֿון דער „נאַיִװ‟–גרופּע זײַנען אַנולירט געװאָרן צוליב דעם, וואָס איר אָנפֿירער האַלט אונטער מאַשאַ מאָסקאַליאָװאַ און איר פֿאָטער. די „װאַגנער‟–מיטגלידער דערצײלן װעגן זײערע אײגענע אַכזריותן אין אוקראַיִנע. דער מיליטערישער קאָמיסאַר פֿון מאָסקװע האָט געמאָלדן, אַז מע ניצט אױס אַ װידעאָ–אַכטגעבונג סיסטעם פֿאַר באַשטימען די אמתע װױן–ערטער פֿון די פּריזיװניקעס…

אַליִעװ [3] האָט דערקלערט, אַז די אַרמענער, װאָס װױנען אין קאַראַבאַך זאָלן אָדער אָננעמען די אַזערבײַדזשאַנישע בירגערשאַפֿט, אָדער אױסקלײַבן פֿאַר זיך אַן אַנדער װױן–אָרט. נאָך אײן רצחן — נאָר אַצינד מחמת דער מלחמה אין אוקראַיִנע אַרט קאַראַבאַך קײנעם נישט אין דער װעלט. װאָס זשע װעט דאָרטן זײַן?

אין דער אַסטראַכאַנער געגנט זײַנען דרײַ יעהאָװיסטן פֿאַרמישפּט געװאָרן צו 7 יאָר קאָלאָניע, הגם אַפֿילו פּוטין האָט געזאָגט מיט עטלעכע יאָר צוריק, אַז ער פֿאַרשטײט נישט, פֿאַר װאָס מע רודפֿט יעהאָװיסטן. און באמת טאַקע — פֿאַר װאָס? 

מיט די יעהאָװיסטן איז מיר אױסגעקומען האָבן צו טאָן שױן לאַנג. נאָך װען איך האָב געלעבט אין מאָסקװע, בשעת מײַנע גאַסטראָלן אין יאַפּאַן, פֿלעגן זײ מיר געבן פֿאַר אַ מתּנה זײערע זשורנאַלן. מיר האָבן זײ שױן דעמאָלט אױסגעזען צו זײַן עפּעס אַ מין קינדער–ליטעראַטור: אי לױט דער שפּראַך און לויטן סטיל (צוליב עפּעס פֿלעגן זײערע אַנאָנימע אױטאָרן כּסדר זיך דוצן מיט די לײענער), אי לױט דער אױספֿורעמונג. און אַװדאי אױסגערעכנט זײַנען זײ געװען אױף פֿולשטענדיקע עם–הארצים: אַ חוץ דעם אַלעם, האָט מען אין אײנעם פֿון זײ געבראַכט דעם קאָסמאָלאָגישן אַרגומענט. אױך האָט מען אין אײנעם פֿון יענע אױסגאַבעס באַהױפּט, אַז נאָר בלױז צװישן די „עדות פֿון יעהאָװע‟ איז נישטאָ קײן ראַסיזם.
  
דאָס זײַנען געװען כּלל נישט די אײנציקע פּרוּװן מצד גאָר אומבאַקאַנטע מענטשן צו באַהעפֿטן מיך צום קריסטלעכן גלױבן. כ׳געדענק, למשל, װי אין נאָװעמבער 1990, בעת איך בין געװען אױף גאַסטראָלן מיטן קאַמער–אָרקעסטער פֿון אײראָפּע און קלאַודיאָ אַבאַדאָ, האָט אײנער אַ מיטגליד פֿון יענעם אָרקעסטער מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה די עװאַנגעליע און אָנגעשריבן: „דאָס װעט זײַן אַ גרױסער עוצר פֿאַר אײַך אײַער גאַנץ לעבן און װעט אײַך אָנװײַזן דעם װעג צו גאָט.‟ דעמאָלט, אין 1990, האָט מען אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד געקאָנט קריגן סײַ די ביבל, בתוכם דעם נײַעם טעסטאַמענט, סײַ כּלערלײ אַנדערע, בתוכם (און אַפֿילו באַזונדערס!) קריסטלעכע, רעליגיעזע ליטעראַטור. אַפֿילו פֿאַר דער „איבערבױונג‟ פֿלעגט מען פֿאַרעפֿנטלעכן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נישט בלױז גראָבע, װוּלגאַרע אַנטירעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדע, נאָר אױך אַ סך קלוגע אַטעיִסטישע ליטעראַטור, װיסנשאַפֿטלעכע אױספֿאָרשונגען אינעם געביט פֿון רעליגיע; מע האָט אױך געקאָנט זיך אַבאָנירן אױפֿן „זשורנאַל פֿון דער מאָסקװער פּאַטריִאַרכיִע‟. פֿאַר װאָס זשע, אײגנטלעך, איז יענער אָרקעסטראַנט געװען אַזױ זיכער, אַז איך האָב נישט געהאַט געלײענט די עװאַנגעליע? און נאָך עפּעס: פֿאַר װאָס איז ער געװען זיכער, אַז װען איך װעל איבערלײענען אָט דאָס בוך, װעט עס מיר געפֿעלן װערן אַזוי ווײַט, אַז איך װעל גלײבן אין אַלצדינג, װאָס איז אין דעם אָנגעשריבן? 

מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, װען איך האָב שױן געלעבט אין „דער גאָלדענער מדינה‟, האָט אײנע אַ יעהאָװיסטקע פֿון יאַפּאַן זיך געיאַװעט אינעם הױז, װוּ איך האָב דעמאָלט געװױנט (פֿון װאַנען האָט זי זיך דערװוּסט מײַן אַדרעס, װײסט אײן גאָט), געשאָנקען מיר די ביבל און געזאָגט, אַז איך זאָל זי איבערלײענען, װײַל ס׳איז זײער װיכטיק. אַװדאי װען מע דערלאַנגט אײַך אַ מתּנה, איז עס אומהעפֿלעך צו זאָגן: „נײן, אַ דאַנק, איך האָב עס שױן געהאַט געלײענט‟, — נאָר װידער: נו, הלמאַי איז זי געװען אַזױ זיכער, אַז איך, אַ דערװאַקסענער מענטש, האָב נישט געלײענט די ביבל?

מיט עטלעכע יאָר צוריק, בשעת אַן עפֿנטלעכן אינטערװיו אין האָנג–קאָנג, האָט אײנע אַ פֿרױ מיך געפֿרעגט, צי איך גלײב אין אַ װאָסערער–ניט–איז רעליגיע און װאָס איז דער זינען פֿון מײַן לעבן. אױף דער ערשטער פֿראַגע האָב איך געגעבן אַ נעגאַטיװן ענטפֿער, און איך געדענק שױן נישט, װאָס כ׳האָב געענטפֿערט אױף דער צװײטער פֿראַגע. נאָך מײַן קאָנצערט מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער איז יענע פֿרױ צוגעגאַנגען צו מיר און האָט מיר דערלאַנגט אַ פּעקעלע; איך האָב געפֿרעגט, װאָס איז דאָס, און זי האָט געענטפֿערט: „איך װײס נישט.‟ אױפֿן פּעקעלע זײַנען געװען אָנגעשריבן עפּעס לױב–װערטער װעגן ישׂראל, און אינעם פּעקעלע איז געװען עפּעס אַ קריסטלעכע ליטעראַטור… די זעלבע מעשׂה: נו, פֿאַר װאָס האָט זי נישט דערלאָזט דעם געדאַנק, אַז איך, אַ מענטש, װאָס האָט געלעבט מײַן גאַנץ לעבן אין דער קריסטלעכער װעלט, גלײב נישט אין דער קריסטלעכער רעליגיע נישט װײַל איך װײס נישט װעגן איר, נאָר להיפּוך, װײַל איך װײס יאָ, און גאַנץ גוט?! סאַראַ טיפּשות — צו האַלטן אַנדערע, אומבאַקאַנטע מענטשן פֿאַר װײניקער געבילדעטע, װי דו ביסט אַלײן. מסתּמא, אױב מע װעט מיר אַ מאָל װידער שטעלן אַזאַ פֿראַגע, װעל איך פֿאַרפּינקטלעכן/דערקלערן, אַז איך האָב שטודירט פֿאַרשײדענע רעליגיעס און קײן איינע פֿון זײ צײַגט מיך נישט איבער. און מסתּמא, װעל איך דאַרפֿן צוגעבן, אַז איך בין אַ ייִד, און הגם איך גלײב נישט אין די דאָגמאַטן פֿון יודאַיִזם, װען איך גײ אַרײַן אין אַ שיל אָדער לײען ייִדישע רעליגיעזע ליטעראַטור, פֿיל איך, אַז דאָס איז מײַנס, אַז איך האָב אַ שײַכות צו דעם; בעת װען איך גײ אַרײַן אין אַ קירך, אַ בודיסטישן טעמפּל און אַ מעטשעט אָדער לײען קריסטלעכע, בודיסטישע און מוסולמענישע שריפֿטן, איז עס מיר אינטערעסאַנט, נאָר לגמרי פֿרעמד (הגם, אַװדאי, װער איך נספּעל פֿון דער שײנקײט פֿון יענע טעמפּלען).

פֿראַנץ מאָר (1927־2021)

עמפּאַטיע, עמפּאַטיע — װי נײטיק איז עס… בשעת מײַנע פֿאָרלעצטע גאַסטראָלן איבער יאַפּאַן, האָב איך איין מאָל דערזען אױף אַ פּאָליצע אין דער „סטײנװײ‟–סטודיע אין טאָקיאָ, װוּ איך האָב געאַרבעט, עטלעכע עקזעמפּלאַרן פֿון פֿראַנץ מאָרס בוך „מײַן לעבן מיט די גרױסע פּיאַניסטן‟. „אָ, זײער אינטערעסאַנט‟, — האָב איך געזאָגט, און די גאַסטפֿרײַנדלעכע יאַפּאַנער האָבן מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה אײן עקזעמפּלאַר. בײַם לײענען דאָס בוך אָבער האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ס׳איז נישט אַזױ אַ דערצײלונג װעגן גרױסע פּיאַניסטן, מיט װעמען מאָרן איז אױסגעקומען צו אַרבעטן (רובינשטײן, סערקין, האָראָװיץ, גילעלס), װי קריסטלעכע פּראָפּאַגאַנדע. איך קאָן פֿאַרשטײן דעם אױטאָר: פֿאַר אים איז עס געװען העכסט װיכטיק; פֿון זײַן לעבנס–געשיכטע, װאָס ער באַשרײַבט זי אינעם בוך, איז לגמרי קלאָר, הלמאַי עס איז געװען ביז גאָר װיכטיק פֿאַר אים; דעריבער האָט ער געשריבן אַזױ פֿיל װעגן דעם אין זײַן בוך. מיר אָבער איז די קריסטלעכע פּראָפּאַגאַנדע נישט אינטערעסאַנט; װען איך זע אַ בוך מיטן נאָמען „מײַן לעבן מיט די גרױסע פּיאַניסטן‟, װילט זיך מיר לײענען דװקא װעגן גרױסע פּיאַניסטן, און װען עס װײַזט זיך אַרױס, אַז אין דער אמתן איז דאָס בוך אין גרונט װעגן עפּעס גאָר אַנדערש, פֿיל איך, אַז מע בינדט עס אָן אױף מיר. און דעמאָלט האָב איך תּיכּף אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר בינד איך צו מאָל אױך אָן אױף אַנדערע מענטשן דאָס, װאָס איז זײ לחלוטין נישט אינטערעסאַנט? איך װײס, אַז איך האָב אַזאַ חסרון…
                                   *
  נאָכן אָנקומען קײן באָסטאָן האָב איך איבערגעלײענט אַן אַרטיקל װעגן דער געשיכטע פֿון דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט און דורכקאָנטראָלירט באָריעס רעדאַקטור פֿונעם טײל פֿון מײַן נאָך נישט פֿאַרענדיקטן ראָמאַן, װאָס ער װעט פֿאַרעפֿנטלעכן אינעם קומעדיקן נומער „ייִדיש בראַנזשע‟. 

אַפּריל 20

אױפֿגעכאַפּט זיך זײער פֿרי, דערפֿילט, אַז איך שלאָף נישט אײַן, און װידער אײַנגענומען באַלדריפּאַראַן…

תּיכּף אױסגעקליבן דעם האַמבורגער פֿאָרטעפּיאַן, װײַל דער אַמעריקאַנער קלינגט זײער מיאוס. צום גליק, קײן פּראָבלעמען מיט אָט דעם אינסטרומענט זײַנען נישט געווען. געאַרבעט העכער פֿינף שעה: תּחילת כּמעט אָנדערטהאַלבן שעה אױף דער בינע, דערנאָך אינעם „פּיאַנע–צימער‟ אױבן.

די מאַמע פֿילט זיך בעסער, נאָר נאָך נישט אין גאַנצן גוט. זי האָט באַשלאָסן נישט צו פֿאָרן ניט קײן באָסטאָן, ניט קײן טאָראָנטאָ. אַ שאָד…

געלײענט די הײַנטיקע נײַעס. דער קאָשמאַר אין אוקראַיִנע און אין רוסלאַנד, װי געװײנטלעך, מישט זיך איבער מיט אַבסורד. מע האָט שטראַפֿירט אַ זיבעציק־יאָריקע מאָסקװער פּענסיאָנערשע אױף פֿערציק טױזנט רובל פֿאַר „דיסקרעדיטאַציע פֿון דער רוסלענדישער אַרמײ‟, װײַל זי האָט געהאַט געזאָגט אין אַ פּריװאַטן שמועס, אַז זעלענסקי איז „אַ שײנער יונגער־מאַן מיט אַ גוטן געפֿיל פֿון הומאָר‟ (אין פֿאַרלױף פֿונעם טאָג האָט די פּאָליצײ באַקומען דרײַ מסירות אױף איר). מע מישפּט דעם מיטאַרבעטער פֿון דעם אינערן–מיניסטעריומס הױפּט–פֿאַרװאַלטונג אין מאָסקװע סערגײ קלאָקאָװ (װעדעל) פֿאַר „פֿײקן‟ װעגן דער רוסלענדישער אַרמײ מחמת זײַן פּריװאַטן טעלעפֿאָן–געשפּרעך; לױט דער באַשולדיקונג האָט קלאָקאָװ עפֿנטלעך פֿאַרשפּרײט די „פֿײקן‟, װי באַלד מע האָט אונטערגעהערט זײַן שמועס, דעריבער האָט ער איבערגעגעבן די „פֿײקן‟ נישט בלױז זײַן מיטשפּרעכער, נאָר אױך דעם פּאַרשױן, װאָס האָט אונטערגעהערט דעם שמועס (דערבײַ האָט די אױספֿאָרשונג נישט געהאַט קײן דערלױבעניש צו הערן קלאָקאָװס טעלעפֿאָן–געשפּרעכן). דער „ראָסקאָמנאַדזאָר‟ [4] האָט באַשטעטיקט די קריטעריעס פֿון דער אַזױ–גערופֿענער „לגבט‟–פּראָפּאַגאַנדע, צװישן זײ — „אױסבילדונג די פּאָזיטיװע אָפּשאַצונג פֿון מענטשן, װאָס זײַנען אין לגבט–באַציִונגען‟; אינטערעסאַנט, צי װעט מען מעגן אַצינד „אָפּשאַצן פּאָזיטיװ‟ טשײַקאָװסקין, דיאַגיליעװן, ריכטערן און אַזױ װײַטער? 

אין װאַרשע אױף דער צערעמאָניע אין שײַכות מיטן 80סטן יאָרטאָג פֿונעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ האָט שטײַנמײַער געבעטן מחילה אין נאָמען פֿון דײַטשלאַנד. מיט 80 יאָר שפּעטער האַלטן די דײַטשן אין אײן בעטן מחילה! — װײַל בשעתּו האָט מען זײ אַװעקגעשטעלט אױף די קני. װען זשע װעט דער מערבֿ סוף–כּל–סוף אַװעקשטעלן די רוסן אױף די קני?! ס׳װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, אַז די איצטיקע מלחמה טראָגט ממש אונטער אַזאַ געלעגנהײט: פּוטין פֿירט זיך אַצינד אױף, װי היטלער, — איז צעשמעטערט אים און זײַן לאַנד, װי איר האָט צעשמעטערט היטלערן און דײַטשלאַנד מיט קנאַפּע 80 יאָר צוריק! נאָר נײן: דער מערבֿ װיל נישט געבן אוקראַיִנע קײן װײַטשיסנדיק געװער, כּדי, חס–וחלילה, די אוקראַיִנער זאָלן ניט טרעפֿן אױף רוסלאַנדס טעריטאָריע. נו, פֿון װאַנען, פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ פּחדנות? און טיפּשות אױך: אױב זײ שפּײַען שױן אױף דער מאָראַל און דעם יושר, װי פֿאַרשטײען זײ נישט, אַז אױב פּוטין װעט בלײַבן בײַ דער מאַכט, װעט עס זײַן מוראדיק אױך פֿאַר זײערע לענדער, פֿאַר זײערע װײלערס, פֿאַר זײ אַלײן, אַז עס װעט זײ זײַן פּשוט  א ו מ ג י נ ס ט י ק  אין אַלע הינזיכטן? 

אין איראַן זײַנען אין 2022 הינגעריכט געװאָרן 582 מענטשן, בתוכם 16 פֿרױען און 3 דערװאַקסלינגען. דער קאָשמאַר אין כאַרטום גײט אָן װײַטער… װען מע װאָלט זיך אָפּגערעכנט מיט פּוטינען און קאָמפּאַניע, װאָלט געװאָרן אַ סך גרינגער פּטור צו װערן אי פֿון די איראַנישע אַיאַטאָלעס, אי פֿון די סודאַנער באַנדיטן, אי פֿון די אַלע אַנדערע רצחנים אױף דער ערד! שױן זשע איז עס אַזױ שװער צו פֿאַרשטײן פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָליטיקערס? 

פֿאַרן שלאָפֿן האָב איך געמאַכט גימנאַסטיק אײן שעה.


[1] דער איניציאַל איז געענדערט
[2] פּן, אַלכּסנדר (1906־1972) — ישׂראלדיקער פּאָעט

[3] אַליִעװ, אילכאַם (1961) — פּרעזידענט פֿוןן אַזערבײַדזשאַן
[4] „ראָסקאָמנאַדזאָר‟ — פֿעדעראַלע דינסט צו קאָנטראָלירן די קאָמוניקיר־מיטלען, אינפֿאָרמאַציע און מעדיאַ

המשך קומט

Leave a comment