משה לעמסטער
זײַט צופֿרידן
זײַט צופֿרידן מיטן לעבן,
מיט די מענטשן,
מיט דער וועלט
מיט אַ באַרגטײַכל, וואָס קוועלט…
מיטן גאָלד פֿון קאָרנזאַנגען,
מיט פֿאַרטאָגן,
און פֿאַרגאַנגען,
וואָס זענען אויפֿן הימל רויט
און מיטן פֿרישן שטיקל ברויט…
מיטן וואַלד געדיכטן, גרינעם,
מיטן ים
און מיטן מידבר,
מיטן בליִענדיקן סאָד…
וועט מיט אײַך צופֿרידן זײַן —
אויף זיכער גאָט…
זיך פֿאַרלאָזט אויף גאָט
מײַן האַרציקע מאַמע… איך דערמאָן זי אָפֿט
זי פֿלעג נאָר בענטשן און קיין מאָל ניט שעלטן —
געזאָגט נאָר שטיל: איך פֿאַרלאָז זיך אויף גאָט, —
און דער באַשעפֿער פֿלעג איר, ווײַזט אויס, העלפֿן.
בײַ אירער אַ קראַנקייט שווערער ביז גאָר,
צי ווען די קוילן זיך פֿאַרענדיקט אין קעלטן
געזאָגט נאָר שטיל: איך פֿאַרלאָז זיך אויף גאָט, —
און דער באַשעפֿער פֿלעג איר, ווײַזט אויס, העלפֿן.
ווען זי פֿלעג הונגעריקן אַ גאַנצן טאָג,
ניט געווען קיין אַרבעט און קיין געלטן
געזאָגן נאָר שטיל: איך פֿאַרלאָז זיך אויף גאָט, —
און דער באַשעפֿער פֿלעג איר, ווײַזט אויס, העלפֿן…
ווען ז’האָט געפֿילט, אַז באַלד זי שטאַרבט
אָטעמט זי אויס מיט קלאָרע געדאַנקען:
— איך פֿלי אַרויף צו אונדזער האַר
געקומען די צײַט אים פֿאַר אַלעס באַדאַנקען…
אַ נאַטורמאָרט מיט גאָט
זומער. גאָט פֿונעם הימל, פֿון אויבן,
באַקט פֿרוכטן אין דערפֿישע סעדער,
ווי אין אַ ריזיקן זוניקן אויוון:
פֿלוימען, קאַרשן און רויטע עפּל.
אויף מײַן טיש פֿיל פּירות רײַפֿע,
מיט טעמען זיס־זויערע, צאַרטע,
אין טעלערס געפֿלאָכטענע פֿון צווײַגן:
פֿלוימען, עפּל און שוואַרצע קאַרשן…
כ’געדענק נאָך ביז הײַנט דעם טעם פֿון די פֿרוכטן —
דעם נאַטורמאָרט אונטער ביימער־קרוינען:
גאָט אין הימל, און צום טיש מיך רופֿן:
קאַרשן, עפּל און ראָזעווע פֿלוימען…
וווּ ביסטו, מיידל
פֿאָלקסמאָטיוו
אויפֿן טיש דער מאַמעס קניידלעך,
זי האָט צוגעגרייט אַ כּיבוד —
וווּ זשע ביסטו, כ’וואַרט דיך, מיידל,
וואָס זשע קומסטו ניט, מײַן ליבע?
אומעטום אַ זויבער־ריינקייט,
די מאַמע צוגעראַמט אין שטיבל —
וווּ זשע ביסטו, כ’וואַרט דיך, מיידל,
וואָס זשע קומסטו ניט, מײַן ליבע?
פֿאַר דיר שמעקנדיקע קווייטן
כ’האָב אין פֿעלד פֿאַר טאָג געקליבן —
וווּ זשע ביסטו, כ’וואַרט דיך, מיידל,
וואָס זשע קומסטו ניט, מײַן ליבע?
כ’וועל זיך הײַנט בײַ נאַכט ניט לייגן,
כ’האָב דעם שלאָף פֿון זיך פֿאַרטריבן —
וווּ זשע ביסטו, כ’וואַרט דיך, מיידל,
וואָס זשע קומסטו ניט, מײַן ליבע?
נאָר וועסט זיכער קומען, ווייס איך,
מיר דאָך מוזן זײַן צוזאַמען! —
ס’וואַרט דיך אין דעם צימער צווייטן
אויך מיט מיר מײַן טײַערע מאַמע…
אַלע לידער — יולי 2023