נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 72

אַבי ניט שווײַגן!

יעדער קעשענעווער אײַנוווינער האָט דעם צוויישטאָקיקן בנין אויף דער צענטראַלער לענין־גאַס דערקענט און זיך געוווּנטשן אַהין קיין מאָל נישט טרעפֿן. מ׳האָט אים, דעם בנין, אַפֿילו ניט גערופֿן בײַם נאָמען, „קאָמיטעט פֿון מלוכישער זיכערהייט‟, בקיצור, „קאַגעבע‟, נאָר אויף אַ קאָנספּיראַטיוון אופֿן, ווי ס׳האָט זיך געפֿירט אין זײַנע ווענט, „פּלאַנעטאַריום‟. פֿאַר וואָס „פּלאַנעטאַריום‟? מחמת אָט די וויסנשאַפֿט־פּאָפּולערע אינסטיטוציע, פֿאַרבונדן מיטן קאָסמאָס און ווײַטע פּלאַנעטן, האָט זיך געפֿונען אַקוראַט לעבן דער פֿעסטונג פֿון סאָוועטן־מאַכט, איר „שוץ און שווערד‟.

אין יאַנואַר 1991 האָב איך זיך אָנגעטאָן דעם כּוח און נאָך אַ דערלויבעניש זיך צו באַקענען מיטן „קרימינעלן ענין‟ פֿון דער גרופּע ייִדישע שרײַבערס, אַרעסטירט אין פֿעברואַר 1949, אַליין אָנגעקלאַפּט אינעם טויער פֿון דער דאָזיקער פֿעסטונג.

אין 1992 איז אין ירושלים דערשינען מײַן עסיי־בראָשור, געווידמעט מײַן באַשיידענער אַרבעט אויף דעם „דיעלאָ‟, וואָס האָט געטראָגן דעם נומער 5390. זינט יענעם ווײַטן יאַנואַר זײַנען אַוועק 32 יאָר. צענדליקער אַנדערע ביכער און אַקאַדעמישע אויספֿאָרשונגען זײַנען אין דער צײַט דערשינען און האַלטן בײַם דערשײַנען, ווײַל די דאָקומענטן פֿון „יענע גוטע צײַטן‟ געפֿינען זיך פֿאַרשפּאַרט אין די אַרכיוו־קאַזעמאַטן ביז הײַנט. עס בײַט זיך די מאַכט, אָבער די פֿאַרברעכן פֿון די פֿריִערדיקע מאַכטהאָבערס בלײַבן אָפּגעהיט הינטער זיבן שלעסער. ניט צוצוקומען איז הײַנט אויך צום „ענין נומ׳ 5390‟, וואָס כ׳האָב זיך שעהען לאַנג אין די פֿאַרגעלטע זײַטלעך, פֿאַרשריבן בעת די מעת־לעתנווײַז, אָן אַן איבעררײַס אָנגייענדיקע פֿאַרהערן, — אַרײַנגעקוקט, פּרוּוונדיק צו פֿאַרשטיין, וואָס זשע האָבן די אויספֿאָרשערס פֿון די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבערס געוואָלט אַזוינס אַרויסשלאָגן, אַז דער פּסק־דין איז שוין אַרויסגעטראָגן געוואָרן פֿון פֿריִער.

און כ׳האָב פֿאַרשטאַנען: ניט אַזוי צום אמת האָבן די תּלינים זיך געוואָלט דערגרונטעווען, נאָר דווקא צום ליגן, וואָס די פֿאַרפּײַניקטע און פֿאַרחלשטע אָסירים האָבן זיי אַנטפּלעקט. „ניט שווײַגן! רעד!‟ — און די שרײַבערס האָבן גערעדט, אויסגעטראַכט מעשׂיות, ענלעך צום אמת, אויף זיך און אויף אַנדערע.

רעאַלע נעמען האָבן זיך דאָ איבערגעפֿלאָכטן מיט בילבולים. און דער אויספֿאָרשער האָט עס אַלץ פֿאַרשריבן. אַזוי האָט דער פּראָזע־שרײַבער יאַנקל יאַקיר, אויף זײַן פּשוטן און פֿאָלקסטימלעכן אופֿן, מיט הומאָר דערציילט דעם אויספֿאָרשער די געשיכטע פֿון זײַן טרעפֿונג מיט דוד האָפֿשטיינען.

„אין אויגוסט 1944 האָב איך זיך אומגעקערט פֿון דער עוואַקואַציע אַהיים. געפֿאָרן בין איך קיין קעשענעוו דורך קיִעוו און אויפֿן וועג האָט מען מיך באַגנבֿעט. דער איינציקער מענטש אין קיִעוו, מיט וועלכן כ׳בין געווען באַקאַנט, ריכטיקער ניט אַזוי מיט אים, ווי מיט זײַנע ווערק, איז געווען דער פּראָפֿעסאָר אלי ספּיוואַק. איך האָב אים אָפּגעזוכט און געבעטן מיט עפּעס העלפֿן. ספּיוואַק האָט מיר דערלויבט איבערצונעכטיקן בײַ אים אין דער היים, אָבער נאָך אַ מאַטעריעלער שטיצע געשיקט צום פֿאָרזיצער פֿונעם אוקראַיִנישן שרײַבער־פֿאַראיין. יענער האָט מיך שיין אויסגעהערט און געהייסן צוגיין צום פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער סעקציע בײַם שרײַבער־פֿאַראיין, דוד האָפֿשטיינען. איך האָב זיך אָפּרעקאָמענדירט פֿאַר האָפֿשטיינען ווי אַ ייִדישער שרײַבער פֿון מאָלדאַוויע. דוד האָפֿשטיין האָט געזאָגט, אַז מײַן נאָמען איז אים נישט באַקאַנט. אַ קוק געטאָן אויף מײַן צעריסענעם קאָסטיום, האָט ער מיך געפֿרעגט, פֿאַר וואָס איך בין אַזוי אָנגעטאָן. האָב איך דערקלערט האָפֿשטיינען, אַז אויפֿן וועג האָט מען מיך באַגנבֿעט, צוגענומען דעם טשעמאָדאַן מיט אַלע מײַנע זאַכן. דערנאָך האָט ער געפֿרעגט, צי כ׳האָב עפּעס מיט זיך פֿון מײַנע ווערק. כּדי נישט פֿאַרהאַלטן אים, האָב איך פֿאָרגעלייענט אַ קורץ ליד מײַנס ׳מיזרח־מאָטיוון׳, וווּ כ׳האָב קריטיקירט די מוסולמענישע מעטשעטן און די ייִדישע סינאַגאָגעס. אויסהערנדיק מיך, האָט האָפֿשטיין געזאָגט: ׳וואָס זידלט איר אַזוי די סינאַגאָגעס און די מעטשעטן, זיי פֿאַרשטעלן אײַך דעם וועג און די זון? — און צוגעגעבן: — אײַערע לידער פּאַסטן צו אײַערע הויזן!..‟

די דאָזיקע מעשׂה, פֿאַרשריבן וואָרט בײַ וואָרט, איז דערציילט געוואָרן דעם 24סטן פֿעברואַר 1949. ווײַטער איז אינעם פּראָטאָקאָל אָנגעוויזן: „דער פֿאַרהער האָט זיך אָנגעהויבן 16:00, פֿאַרענדיקט זיך — 23:30.‟

אַז דאָס דערציילטע איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה וואָלט גרינג געווען פֿעסטצושטעלן, מחמת סײַ דער באַקאַנטער ייִדישער לינגוויסט אלי ספּיוואַק און דער גרויסער פּאָעט דוד האָפֿשטיין זײַנען שוין ביידע פֿאַרשפּאַרט געווען אין דער מאָסקווער „לוביאַנקאַ‟. צו דעם טאָג אין יאָר 1944, וואָס מ׳האָט יאַקירן „באַגנבֿעט‟ אין קיִעוו, זײַנען סײַ ספּיוואַק און סײַ האָפֿשטיין נאָך געווען אין דער שטאָט אופֿאַ, באַשקיריע, וווּהין זיי האָבן זיך עוואַקויִרט אין 1941.

די צוויי פֿאָרשערס, וועלכע האָבן געביטן איינער דעם אַנדערן, האָט עס אָבער נישט געאַרט. זיי האָבן געדאַרפֿט, אַז דער אַרעסטירטער, אַן אויסגעמאַטערטער פֿון דעם אָנסופֿיקן פֿאַרהער זאָל נישט שווײַגן — נאָר רעדן, כאָטש פֿון היץ, אַבי רעדן — צו האָבן וואָס אַרײַנצושרײַבן אינעם פּראָטאָקאָל.

Leave a comment