צוזאַמענבראָך (המשך)

עמיל קאַלין

18

דער טעלעפֿאָן האָט וויברירט אין דער קעשענע, געזשומעט, ווי אַ פֿליג — אַ גרויסער נודניק. איך האָב אים אַרויסגעקראָגן פֿון דער קעשענע. עס איז געווען עטרה, דאָס הייסט, מײַן ווײַב, וואָס כאַפּט זיך אָן אין מײַן אַרבל? וואָס קוועטשט איר, צו אַלדי שוואַרצע יאָר?

„ווער קלינגט דיר אַזוי פֿיל? — האָט זושע זיך אויסגעדרייט צו מיר און געטאָן אַ וווּנק. —שיין! האָט עמעצער גערעדט מיט מיר, ביסט אַריבער די רעם פֿון ערשטן שטאַפּל: איר זענט איצט חבֿרים און באַלד וועט קומען דער צווייטער שטאַפּל: ער וועט אַרײַנשטופּן די נאָז אַהין, וווּ מע דאַרף נישט, אָט דאָס הייסט בײַ דעם פּראָסטן ייִד חבֿרשאַפֿט — אָנמעסטן יענעם, זיך אַרײַנמישן אין זײַנע עסקים, פֿאַרקירצן אים די יאָרן.‟
„צדקה, מע וויל צדקה‟, — האָב איך געענטפֿערט קורץ, מיט אַ האַלבן מויל, כּדי זיך אָפּטשעפּען פֿון דעם שרעקלעכן נודניק. זאָל ער ציִען זײַן אייגענע נשמה.
„און ווי קענסטו וויסן, ווער עס האָט דיר אָנגעקלונגען, אַז דו ענטפֿערסט נישט? אַהאַ, ס׳אַ סבֿרא נאָר, האָסט פֿאַרשטאַנען אַ דבֿר מתּוך דבֿר‟, — האָט דער ייִד געפֿרעגט און אַליין פֿאַרענטפֿערט.
„יעדער איז אַ נצטרך, — האָב איך געמורמלט. — אַ נצרך און אַ גזלן איינצײַטיק. מיט איין האַנט כאַפּט מען אָן יענעם בײַם גאָרגל, און די צווייטע האַנט שטרעקט מען אויס נאָך אַ נדבֿה. אַלע צדיקים זענען טויט און מע פֿאַבריצירט נישט נײַע. די פֿאַבריק איז פֿאַרשלאָסן געוואָרן און דעם שליסל האָט מען אַרײַנגעוואָרפֿן אין ים.‟

זושע האָט אײַנגעשטימט:

„ס׳אַ ירידת-הדורות. ירידה לצורך עליה…‟
„ניין, נאָר אַ ירידה. זעסט דאָך, אַז מיר גייען אַראָפּ, נישט אַזוי?‟ — האָב איך געוווּנקען צו אים.
„עט, הבֿל-הבֿלים! אַלץ איז אַ חלום.‟
„איז, ווי כאַפּט מען זיך שוין אויף?‟

זושען האָב איך אָפּגענאַרט מיט אַ וווּנק און אַ שמייכל, אָבער דערבײַ האָב איך דערפֿילט אַ שאַרפֿן שטאָך אין ברוסטקאַסטן און תּיכּף האָט נאָך דעם האָט מיר גענומען פֿײַפֿן אין די אויערן. דער האַלדז איז געוואָרן מסוכּן טרוקן. עטרה קלינגט מיר נישט אָן גלאַט אַזוי. וואָס וויל זי? זיך גטן? ניין, זי איז צו מילד און נאָכגיביק, פֿול מיט פֿאָראורטייל און פּחדים. זי וועט בעסער לײַדן חיבוטי-קבֿר איידער ווערן פֿאַרשעמט פֿאַר טאַטע-מאַמע. דער טיטל „אַ גרושה‟ איז אַ נישט קליינער פֿעלער. אפֿשר האָט מען אָנגעקלונגען פֿון דעם באַנק? אַ טשעק האָט נישט געהאַט קיין פֿאַרדעקונג. דאָס טרעפֿט זיך צומאָל בײַ אונדז. ניין, ס׳איז דאָס מיידל, געוויס. נו, ווי שטייט עס אין איוב: „אשר יגורתי בא לי‟, דאָס פֿון וועלכן איך האָב מורא געהאַט האָט זיך געטראָפֿן. זי איז מסתּמא אָפּגעשטאַנען אָדער נאָך ערגער. צוריקגעטראַכט, וואָס קען שוין זײַן ערגער? גאָט איז אַ רוצח. איך וועל נישט קענען אויסהאַלטן דאָס געטלעכע אַכזריות צו קליינע קינדער! באַשעפֿער, איך וועל זיך אָפּרעכענען מיט דיר ביז די וועלט וועט אונטערגיין!

„וואָס איז דיר?‟ — האָט שלמהלע געפֿרעגט און געקײַט דעם עק פֿון אַ בלײַער. — „ביסט ווײַס, ווי קרײַד.‟

איך בין געשטאַנען לעבן שלמהלעס שרײַבטיש אַ פֿאַרשוויצטער. זושע איז ערגעץ אַהינגעקומען נישט איבערלאָזנדיק הינטער זיך קיין שפּאָר, ווי אַ פֿאַרבלענדעניש. לעבן דעם שרײַבטיש איז געזעסן אַ דיקלעכע פֿרוי אָנגעטאָן אין גאַנצן אין שוואַרץ מיט אַ פֿעט, פֿאַרשוויצט פּנים, פּעך-שוואַרצע צעלאָזטע האָר האַרטע ווי דראָט און אַ קרומע נאָז, ווי בײַ אַ קראָ. זי האָט אָנגעשטעלט אויף מיר אַ פּאָר ברוינע, מילדע אויגן: „דערקענסט מיך נישט? וואָס איז מיט דיר? האָסט זיך צעקלאַפּט דעם קאָפּ?‟
„איך דערקען דיר, אַוודאי…‟ — האָב איך געפֿרוּווט אַרויסרעדן די ווערטער מיט דער געהעריקער פֿעסטקייט.
„ער איז מײַנעם אַ חבֿר‟, — האָט זיך שלמהלע אַרײַנגעמישט. — „לויטן פֿאַך איז ער אַן אַדוואָקאַט. ער וועט איבערלייענען דעם אָפּמאַך, כּדי צו זען, אַז עס איז אָן קיין פּגימהלע. עס זענען נישטאָ קיין שטיק בײַ מיר. איך בין גלײַך, ווי אַ ווירע.‟

די פֿעטע פֿרוי האָט שלמהלען איבערגעריסן:

„ייִנגעלע, צדיקים שווימען נישט אַרום אין ריינשטאָק. איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט, פֿון וועלכן טייג ביסטו געקנאָטן, משוגענער איינער. נאָר, וואָס טויגן אונדז ווערטער? לאָמיר צוגיין צו דעם ענין.‟

דאָס איז געווען רחל. איך האָב געוואָלט עפּעס זאָגן אָבער איך בין געבליבן שטום. איך האָב געוואָלט רירן אַן איבר אָבער מײַן קערפּער האָט מיך נישט געפֿאָלגט. איך האָב געהערט רחלען זאָגן:

„און וואָס שייך דײַן אַדוואָקאַט, וואָס דו לויבסט אים ביז אין הימל אַרײַן, זאָלסטו וויסן, אַז ער איז אַן אַלטער באַקאַנטער מײַנער.‟ — זי האָט זיך געווענדט צו מיר: — „הערש וואָס ביסטו אַזוי צערודערט, רבונו של עולם? האָסט אפֿשר געזען גאָט אַ נאַקעטן? מיר רעדן דאָ פֿון אַ געשעפֿט.‟

שלמהלע האָט איבערגעגעבן מיר און רחלען דעם אָפּמאַך. רחל האָט גענומען די פּאַפּירן און געזאָגט סײַ מיט אַ זיפֿץ און סײַ מיט אַ שמייכל:

„אין תּוך גענומען איז קולטור נישט פֿאַר איבערגעשראָקענע גענדז. זי פֿאָדערט צו מאָל גרויסע קרבנות. טייל מאָל קומט אויס אויך זיך גריבלען אין דרעק — אין אייגענעם און אויך אין יענעמס.‟

זי האָט פֿאַרראָכטן די ברילן אויף דער נאָז צוגעטראָגן די פּאַפּירן אַזש צו די שײַבעלעך און גענומען לייענען מיט אַ ברומעניש, אַ שעפּטשניש און זיך געקרימט דערבײַ:

„די שעהען… קאַמערע… טאַנצן… נעמט אויף זיך… איז מחויבֿ…‟

זי האָט זיך אָפּגעפֿירט די אויגן פֿון די פּאַפּירן.

„מענטש!‟ — האָט זיך רחל אָנגערופֿן. — „איך האָב דיר בפֿירוש געזאָגט, אַז איך טאַנץ מיט קיינעם נישט און איך ריר קיינעם נישט אָן מיט אַ פֿינגער. דו האָט זיך געשוווירן הייליק, אַז דאָ גייט עס נישט אין זנות. יאָ, איך געפֿין זיך אין אַ שווערער פֿינאַנציעלער לאַגע, אָבער, מעגסט מיר גלייבן אָדער נישט, — עס טליִעט אין מיך נאָך אַלץ אַ רעשטל זעלבסט-כּבֿוד. מיר האָבן בפֿירוש אָפּגעשמועסט אַז…‟
„וואַרט! וואַרט!‟ — האָט שלמהלע זי אָפּגעשטעלט. — „וואָס שפּרינגסטו אויף? כאַפּ נישט. ראשית…‟ — האָט ער גערעדט מיט דעם ווויל באַקאַנטן גמרא-ניגון, — „ראשית, איז דער אָפּמאַך אַן אַלגעמיינער. געשריבן געוואָרן פֿאַר אַלעמען גלײַך. איך האָב אים נישט אָנגעשריבן עקסטרע פֿאַר דיר. מיינסט ביסט די איינציקע? אָאָאָ… פֿיל ווײַבער בעטן זיך ממש איך זאָל זיי אָנשטעלן. ס׳אַ גרינגע אַרבעט. אַ חוץ דעם מיר קענען אויסמעקן וואָס עס געפֿעלט דיר נישט. דאָס איז איינס. און שנית, וווּ שטייט עס, אַז דו דאַרפֿסט עמעצן אָנרירן מיט אַ פֿינגער? פֿאַרקערט! ריר נישט אָן מיט קיין פֿינגער. נעם אין דער האַנט אַ שטעקן, אַ בײַטש, אַ צווײַג און ריר אָן דערמיט. פֿאַרלאָז דיך אויף יענעם…‟
„מנוּוול! איך וועל דיך צערײַסן! שעמסט זיך נישט צו רעדן אַזוי צו אַ פֿרוי? איך וועל נישט פֿאַרקויפֿן די נשמה פֿאַר דײַן שמוציקן געלט!‟ — האָט רחל אַ שלײַדער געטאָן דעם אָפּמאַך. — איצט זענען די פּאַפּירן געלעגן אויף דער ערד, ווי אויסגעטרוקנטע בלעטער, וואָס זענען הפֿקר פֿאַרן ווינט. — „אויסוווּרף! איך האָב דיר בפֿירוש געזאָגט שוין נישט איין מאָל: אָן סעקס! און דער דאָזיקער זאָג טראָגט אין זיך אויכעט סאַדיסטישע-מאַזאָכיסטישע באַציִונגען. וואָס פּרובירסטו מיר שטענדיק אַרײַנשטעקן אין האַלדז ׳סעקס׳? איך בין נישט צום פֿאַרקויפֿן! איך וועל דאָס דיר אַרײַנשלאָגן אין דײַן פֿאַרסמטן קאָפּ אויכעט מיט די אייגענע הענט, אויב דאָס וועט זײַן נייטיק. מיר האָבן אָפּגעשמועסט בלויז וועגן טאַנצן און ווײַטער גאָרנישט.‟

שלמהלע האָט זיך נישט איבערגענומען צוליב דעם טעאַטער־שטיק. ער האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ ווײַל און געזאָגט רויִק:

„נו, און וווּ שטייט געשריבן סעקס אינעם אָפּמאַך? קיינער האָט עס נישט געמאָנט בײַ דיר, חס-ושלום. דאָ גייט די רייד נאָר וועגן שלאָגן. טוסט אַ כאַפּ אַ שטעקן, אַ בײַטש און דערלאַנגסט דערמיט ווי גאָט האָט געהייסן.‟
„גלאַט שלאָגן?‟ — איז רחל געוואָרן אַ ביסל ווייכער.
„גלאַט שלאָגן.‟
„און אַז מע שלאָגט שלאָגסטו זיך אָדער יענעם?‟
„יענעם…‟
„אויב אַזוי, טאָמער איך מעג פֿרעגן, ווער איז דער יענעם, דער גליקלעכער, וואָס וועט אַרײַנכאַפּן מײַנע קלעפּ? ס׳דאַרף נישט שטיין אינעם אָפּמאַך? איך וויל נישט האָבן קיין צרות מיט די פֿאַרזיכערונג-פֿירמעס אין פֿאַל, אַז עפּעס קלאַפּט נישט ווי סע דאַרף צו זײַן.‟
„עס וועט שטיין אינעם אָפּמאַך, אויף מײַן וואָרט‟, — האָט שלמהלע געטאָן אַ שמייכל פֿול מיט געלע ציין. — „איך דאַרף נאָר צונויפֿבינדן די לעצטע פֿאָדעם-עקן. דער בחור, דאָס הייסט, דער מאַן, הייסט יעפֿים כײַמאָוויטש. זייער אַ פֿײַנער און פֿאַרטרוילעכער מענטש. איך האָב גערעדט מיט אים, באַשריבן די שטעלע. ער האָט מסכּים געווען אין פּרינציפּ. אמת, ער וועט כאַפּן קלעפּ, אָבער ער וועט כאָטש קריגן געלט דערפֿאַר. ס׳רובֿ מענטשן כאַפּן קלעפּ בחינם.‟ — שלמהלע האָט זיך צעלאַכט אַ צופֿרידענער פֿון דעם אייגענעם אײַנפֿאַל.

איך האָב געפּרוּווט איבערלייענען דעם אָפּמאַך, אָבער די אותיות זענען געשפּרונגען פֿאַר מײַנע אויגן. פֿײַערדיקע פֿלעק האָבן זיך אַרומגעדרייט צווישן זיי.

„איין זאַך פֿאַרשטיי איך נישט‟, האָב איך געהערט זיך אַליין רעדן. — „אַזעלכע פּערווערסישע שטיק זענען דאָך אַלט. זיי שטאַמען מסתּמא נאָך פֿון אָדם-הראשונס צײַטן. ווער דאַרף גראָד דײַנע קאַמערעס, שלמהלע, בשעת אַ מענטש קען קוקן אויף אַזעלכע זאַכן ווי זיי קומען פֿאָר איבער דער גאַנצער וועלט? ער קען זען מענטשן טאָן די זעלבע פֿוילע שטיק אין אַמעריקע, אויסטראַליע, מעקסיקע, וווּ דו ווילסט נאָר.‟
„אָט, דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן‟, — האָט זיך שלמהלע אָנגערופֿן און געפּאַטשט מיט די הענט. — „מײַנע געערטע קליענטן, אייניקע טאַקע קאַרפּן-קעפּ, שמעקט נישט צו קוקן ווי אַ גויה שלאָגט אַ גוי ערגעץ אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם לאָך אין אַריזאָנע. דאָס האָט נישט קיין היימישן טעם. וואָס האָבן זיי דען צו יענע גויים? מע וויל זען אייגענע. ווי די שכנטע שפּײַט דעם שכן אין פּנים און שעלט אים ביז עס רינט אים אַרויס פֿון די אויערן, ווי זי צעממיתט אים מיט אַ וואַלגערהאָלץ, רײַסט פֿון אים לעבעדיקע פּאַסן מיט דער בײַטש, פּײַניקט אים שיִער נישט ביז יציאת-הנשמה. דער מענטש זאָל האָבן דאָס געפֿיל, אַז ער קוקט זיך צו צו דעם גיהנום, וואָס ברענט אומרחמנותדיק בײַ יענעם אין דער היים. ער זאָל זיך קוויקן מיט פֿרעמדע צרות. דאָס איז טאַקע דער גאַנצער שׂכל פֿון מײַן געשעפֿט. די אַקטיאָרן מוזן האָבן אַ ייִדיש פּנים. אָן דעם וועט דער גאַנצער עסק צעקראַכט ווערן. עס וועט אָנווערן דעם ייִדישן חן.‟

שלמהלע האָט איבערגעלייענט אויף אַ קול אַ פּאַראַגראַף, אין וועלכן עס ווערן באַהאַנדלט די באַדינגונגען, אין וועלכע די „דאָמינאָ‟, די שטראָפֿנדיקע נקבֿה טוט אירע באַדערפֿענישן אויפֿן קנעכט אָדער צווינגט אים עס עסן, רחמנא ליצלן.

רחל האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ, געקוקט איבער מיר און געזאָגט אַ פֿאַרטראַכטע:

„אַז אַ מענטש עסט אויף דעם דרעק פֿון זײַן תּלין, איז דאָס ממש אַ קרומע זאַך.‟
„פֿאַר וואָס?‟ — האָט שלמהלע געפֿרעגט. — „אַלץ איז כּשר-ויושר. מיר וועלן, פֿאַרשטייט זיך, זיך באַוואָרענען מיט נייטיקע פֿאַרזיכערונגען. דאָס וועט אונדז אָפּקאָסטן מסתּמא אַ באַרג מיט געלט, אָבער מײַן נאָז, וואָס האָט מיך ביז אַהער נישט פֿאַרפֿירט קיין מאָל ניט אין געשעפֿטן, זאָגט מיר צו גרויסע גליקן. מ׳וועט אונדז באַגילדן. און דו!‟ — האָט שלמהלע געטײַט אויף רחלען, וואָס האָט אים באַטראַכט זײַטיק, מיט חשד. — „דו וועסט, מירטשעם, אויך אָפּלעקן אַ פֿעט ביינדל.‟

רחל האָט אים געשענקט אַ האַלבן שמייכל און געזאָגט: „נו, פֿון דײַן מויל אין גאָטס אויערן. לאָמיר מאַכן אַ לחיים.‟

איך האָב דערפֿילט אַ שאַרפֿן ווייטיק אין ברוסטקאַסטן. עס האָט מיר ווידער אויסגעפֿעלט לופֿט. איך בין אויפֿגעשטאַנען און עפּעס געשטאַמלט, קוים אָפּכאַפּנדיק דעם אָטעם:

„אַנטשולדיקט מיך, רבותי…‟ — און כ׳בין אַרויסגעגאַנגען פֿון שלמהלעס ביוראָ מיט וואַקלענדיקע פֿיס. אַ שוידער איז מיר דורכגעלאָפֿן דורכן רוקנביין. נישט אָפֿט איז מען זוכה צו זען דעם מענטשלעכן מין הויל און נאַקעט, מיט אַזאַ לוסט אָפּטאָן שלעכטס יענעם, צו שעדיקן און דערנידעריקן גלאַט אַזוי צוליב פֿאַרווײַלונג. יאָ, עס ווערט אַלץ בולטער און קלאָרער — מיר האָבן געשאַפֿן גאָט לויט אונדזער מאָס: אַ בייזער, אַ שמאָלקעפּיקער, אַן אַכזריותדיקער. וווּהין אַנטלויפֿט מען, צו אַלדי רוחות?

צו דעם פּאַרטער האָבן געפֿירט בלויז אַ פּאָר טרעפּ, אָבער איך בין נישט געווען זיכער ווי ווײַט וועלן מײַנע פֿיס מיר דינען. דער טעלעפֿאָן האָט ווידער וויברירט אין מײַן קעשענע. איך האָב אים אַרויסגעשלעפּט. עס איז ווידער געווען עטרה. איך האָב געענטפֿערט:

„האַלאָ?‟
„האַלאָ? הערש? ביסט עפּעס פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. איך קלינג דיר שוין צום וויפֿלסטן מאָל און דערווײַל האָסטו נישט געפֿונען פֿאַר נייטיק צו ענטפֿערן.‟
„עטרה, ביסט גערעכט. איך בין אַ געמיינער שטיק, אָבער איצט איז צו שפּעט צוריקדרייען דאָס רעדל. טראָג מיר אָן די בשׂורה און שוין. נישט אַלץ דאַרף האָבן אַ מוסר-השׂכל….‟

עטרה האָט געשוויגן אַ ווײַל אויף יענער זײַט. עס איז מיר שוין געווען אַלץ איינס. לסוף האָט זי געזאָגט:

„איך בין געווען מיטן מיידעלע בײַ דעם פּסיכיאַטער. ווײַזט אויס, אַז עמעצער האָט אָפּגעשאַפֿן זײַן ריי און טאַקע הײַנט אין דער פֿרי האָט מיר די סעקרעטאַרשע אָנגעקלונגען, אָבער איך האָב נישט געקענט זאָגן אַ קלאָרן ׳יאָ׳ אָדער ׳ניין׳. דעריבער האָב איך דיר אָנגעקלונגען.‟
„עטרה, וואָס איז די אונטערשטע שורה?‟
„ער האַלט זיך נישט פֿאַר דעם לעצטן פּוסק, אָבער ער מיינט, אַז דאָס מיידעלע איז אָפּגעשטאַנען… זי וועט שוין אייביק פֿאַרבלײַבן אַ פֿיר־יאָריק מיידעלע…‟

המשך קומט

Leave a comment