
עמיל גאָראָוועץ, פֿון דער היים רחמיאל, איז געבוירן געוואָרן אין הײַסין, אַ סאַמעראָדנע ייִדיש שטעטל אין אוקראַיִנע. זײַן טאַטע, יאַנקל גאָראָוועץ, איז געווען אַ קאָוואַל און האָט געחלומט, אַז זײַן זון, זײַן מיזיניק, זאָל גיין אינעם טאַטנס טריט. דעם זון האָט אָבער מער געצויגן צו שפּילן אינעם ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין אָרטיקן קלוב; און ווי דער טאַטע זאָל זיך נישט געווען קעגנשטעלן, האָט די בינע פֿאַרכּישופֿט דעם זון. די מלחמה האָט דעם סיכסוך געלייזט. עמיל איז עוואַקויִרט געוואָרן קיין טאַשקענט, וווּ ס׳איז אים באַשערט געווען אָנצוקומען אין דער טעאַטער־סטודיע בײַם „גאָסעט‟ און זי פֿאַרענדיקן שוין אין מאָסקווע.
נאָך מיכאָעלסעס טויט, נאָכן שליסן דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער און די ווײַטערדיקע רדיפֿות אויף דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, איז עמיל, פּונקט ווי צענדליקער אַנדערע ייִדישע אַקטיאָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געבליבן אויף הפֿקר. נאָר זײַן שטים, זײַן לירישער טענאָר האָט אים אין 1954 געבראַכט אינעם אָרקעסטער פֿונעם גרויסן דזשאַז־מוזיקער עדי ראָזנער.
זינט געמאָלט איז דער נאָמען עמיל גאָראָוועץ גיך באַקאַנט געוואָרן אין לאַנד; אַ סך לידער, וואָס זײַנען געוואָרן שלאַגערס, זײַנען געשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל פֿאַר אים; ס׳איז נישט געווען קיין איין ראַדיאָ־קאָנצערט, עס זאָל אויף אים נישט געווען קלינגען גאָראָוועצס קול. פֿון דעסטוועגן, האָט ער קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן אין זײַן ייִדישן ייִחוס, אין אונטערשייד פֿון אַ סך אַנדערע פּאָפּולערע סאָוועטישע זינגערס, און פֿלעגט שטענדיק אויסנוצן די געלעגנהייט אײַנשליסן אין זײַן פּראָגראַם אַ ייִדיש ליד, זאָל אַפֿילו זײַן, אַז ער האָט זי געזונגען מיט רוסישע ווערטער.
אין 1972, קודם־כּל צוליב אַנטיסעמיטישע אויספּראַלן מצד דער סאָוועטישער קולטור־נאַטשאַלסטווע, פֿאַרלאָזט גאָראָוועץ סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און קומט אָן קיין ישׂראל. אין דער ייִדישער מדינה אָן ייִדיש האָט זיך זײַן קאַריערע נישט אײַנגעגעבן. אין צוויי יאָר אַרום פֿאָרט ער אַרויס קיין אַמעריקע. עס קומט אים אויס צו אַרבעטן ווי אַ וואָקאַל־לערער, פֿירן די ראַדיאָ־פּראָגראַם „פֿאָרווערטס־שעה‟, זינגען אינעם אייגענעם רעסטאָראַן, ווי אויך אַרומפֿאָרן מיט ייִדישע קאָנצערט־פּראָגראַמען איבערן לאַנד. צוויי מאָל, שוין אין גאָרבאַטשאָווס צײַטן טרעט גאָראָוועץ אויס מיט גרויס דערפֿאָלג אין מאָסקווע.
רעדאַקציע
עמיל גאָראָוועץ און זײַן אוידיאָ־אַרכיוו
ליובע לאַווראָוואַ
הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 100־יאָריקן געבוירן־טאָג פֿונעם זינגער און קאָמפּאָזיטאָר עמיל גאָראָוועץ (1923, הײַסין — 2001, ניו־יאָרק). ס׳איז גענוג אַ פֿרעג טאָן בײַ ר׳ „גוגל‟ מכּוח דעם זינגער, וועט ער אײַך באַלד אַרויסגעבן עטלעכע צענדליק מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויף ייִדיש און רוסיש, געמאַכט אין די 1960־1970ער יאָרן. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אויך אַ פֿולער קאָמפּלעט פֿון גאָראָוועצס ווערק, וואָס ער האָט געשאַפֿן אין די 1980־1990ער יאָרן בעת זײַן וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. קודם־כּל זײַנען דאָס הונדערטער טאַשמעס מיט זײַנע פּראָגראַמען, געמאַכט אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD, וואָס האָט געהערט צום „פֿאָרווערטס‟.
צו באַאַרבעטן די טאַשמעס און זיי איבערפֿירן אין אַ דיגיטאַלישער שיטה האָט זיך אונטערגענומען אַן אַמאַטאָרישער קלאַנג־רעזשיסאָר, וואָס אים האָט גאָראָוועצס אַלמנה, אירינאַ, איבערגעגעבן דעם אַרכיוו.
גאָראָוועץ האָט בשעתּו באַגלייט יעדע טאַשמע מיט אַ צעטעלע, וווּ ער האָט גענוי אָנגעוויזן מיט זײַן האַנטשריפֿט דעם אינהאַלט. געטאָן האָט ער עס אין ייִדיש. דעריבער, ווען מיט יאָרן שפּעטער זײַנען די טאַשמעס אַרײַן אין די הענט צו די מענטשן, וואָס האָבן ייִדיש נישט געקענט, האָט מען קודם געדאַרפֿט די ייִדישע טעקסטן דעשיפֿרירן און איבערזעצן. אין האַרבסט 2022 האָב איך זיך אונטערגענומען די אַרבעט צו טאָן, און ס׳איז בײַ מיר אַוועק מער ווי אַ האַלב יאָר איבערזעצן אויף רוסיש די 350 באַגלייטונג־צעטעלעך צו די טאַשמעס פֿון גאָראָוועצס ראַדיאָ־פּראָגראַמען. דער פּראָצעס פֿון מײַן אַרבעט האָט זיך אַרויסגעוויזן סײַ אַן אַרײַננעמיקער און סײַ אַן אינטערעסאַנטער אין דער זעלבער צײַט.
דער אַרכיוו שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנצן אוצר, וואָס שליסט אין זיך אײַן פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען אויף טעמעס, געווידמעט די ייִדישע פֿאָלקס־טראַדיציעס, אָנדענק־דאַטעס פֿון ייִדישע שרײַבערס, די סאָוועטישע ייִדן, חורבן, אַמעריקאַנער געשיכטע און קולטור, ישׂראל, ווי אויך דעם ייִדישן געזאַנג, און מאָטיוון און לידער בײַ אַנדערע פֿעלקער. גאָראָוועץ האָט אַרײַנגעלייגט אין די פּראָגראַמען זײַן גאַנצן וויסן און די גאַנצע נשמה. זײַנע טאַלאַנטן פֿון אַ זינגער און ייִדישן אַקטיאָר, איבערגעריסן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן באַקומען זייער שאַפֿערישן אויפֿלעב אין די פּראָגראַמען „פֿאָרווערטס־שעה‟, „פֿרייד פֿון ייִדיש‟, „אין ייִדישן וואָרט‟ און אַנדערע.
אין זײַנע פּראָגראַמען ווערן דערמאָנט איבער 100 נעמען פֿון ייִדישע פּערזענלעכקייטן: שרײַבערס, מוזיקערס, אַקטיאָרן פֿון טעאַטער און קינאָ — ביאַליק, הלוי, האַלקין, מ־ל. האַלפּערין, האָפֿשטיין, מאַרקיש, סוצקעווער, גראַדע, דריז, וואַרשאַווסקי, געבירטיג, אָלשאַנעצקי, יעקבֿ אַדלער, יאַבלאָקאָוו, פּיקאָן, וויזעל און אַ סך אַנדערע.
מײַן אַרבעט מיט גאָראָוועצס אַרכיוו איז אומדערוואַרט געוואָרן אַ המשך פֿון מײַן פֿריִערדיקער טעטיקייט, וואָס כ׳האָב געפֿירט צוזאַמען מיטן ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסט יואל מאַטוועיעוו. מיר האָבן דעמאָלט געהאַט אַ גרופּע בײַם מאָסקווער ייִדישן מוזיי פֿון לערנען זיך צו לייענען כּתבֿ־ידן אויף ייִדיש. בסך־הכּל זײַנען דאָס געווען 5־10 באַטייליקטע, בײַם אָנהייב נאָר מאָסקווער און שפּעטער אויך מענטשן פֿון אויסלאַנד. עטלעכע לימודים האָבן מיר געפֿירט אויף ענגליש און ייִדיש, אָבער די הויפּט־שפּראַך איז פֿאָרט געווען רוסיש. בדרך־כּלל האָבן די אָנטיילנעמער זיך פּראַקטיש געלערנט צו אַרבעטן מיט ייִדישע כּתבֿ־ידן; פּריוואַטע מענטשן, וועלכע האָבן זיך אינטערעסירט מיט דער געשיכטע פֿון זייער משפּחה, פֿאָרשער, מיטאַרבעטער פֿון ייִדישע מוזייען. מיר האָבן זיך געגראָבן אין אַלטע בריוו פֿון די מוזיי־אַרכיוון, אויפֿשריפֿטן אויף דער צווייטער זײַט פֿאָטאָגראַפֿיעס, ביכער־זעלטנקייטן. אויפֿן סמך פֿון אָט די טרעפֿונגען האָט זיך אויסגעאַרבעט אַ מעטאָדיק, ווי אַזוי צו לייענען אַזעלכע האַנטשריפֿט־טעקסטן.
מײַן אייגענער אינטערעס צום לייענען האַנטשריפֿטן מיט העברעיִשע אותיות איז געקומען, ווען כ׳האָב זיך אָנגעשטויסן אויף דער כּתובה פֿון מײַנע באָבע־זיידע פֿון מײַן טאַטנס צד. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אָנגעהויבן מײַן וועג פֿון פֿאָרשן אַלץ, וואָס האָט אַ שײַכות מיט ייִדישקייט.
ייִדישע לידער, געזונגען פֿון עמיל גאָראָוועץ
נ. וואַלטער — פֿאָרטעפּיאַן
- וואָס ווילסטו, מײַן קינד (פֿאָלקסליד)
- אונטער אַ קליין ביימעלע (באַאַרבעט פֿון לייב פּולווער)
- מאַמע
- רייזעלע (מרדכי געבירטיג)
- וואָס האָסטו מיר אָפּגעטאָן (באַאַרבעט פֿון לייב קאָגאַן)