
נישט זעלטן קומט מיר אויס צו הערן פֿון מענטשן, וואָס קיין ייִדיש קענען זיי נישט, נאָר זייערע טאַטע־מאַמעס האָבן צווישן זיך גערעדט ייִדיש, אַז די קינדער זאָלן נישט פֿאַרשטיין זייערע סודות, — ווי זיי שיסן פּלוצעם אויס אַ וואָרט, אַן אויסדרוק, וואָס מע קאָן עס אפֿשר געפֿינען נאָר אין סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. נישט תּמיד קאָנען זיי עס אַפֿילו דערקלערן, וואָס מיינט עס, דאָס וואָרט אָדער דער אויסדרוק — סתּם זיך פֿאַרקריצט אינעם זכּרון.
די לינגוויסטן רופֿן אַזעלכע פֿאָלקסטימלעכע אויסדרוקן — אידיאָמען.
ייִדיש איז אײַנגעטונקען אינעם אידיאָמאַטישן האָניק. קיין פֿאָלק וואָס זאָל רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך איז מער ניטאָ, אָבער די אידיאָמאַטישקיין פֿון דער שפּראַך איז פֿאַרבליבן; נאָך מער: אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן איז זי אַריבער און זיך צעשמאָלצן אין אַנדערע שפּראַכן, בתוכם אין דעם מאָדערנער עבֿריתּ.
איך וויל הײַנט פֿאַרטײַטשן עטלעכע פֿאַרשפּרייטע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, וואָס קלינגען ענלעך, אָבער האָבן אַ היפּוכדיקן טײַטש. למשל:
זיך היטן מיט אַ וואָרט — עס מיינט, נישט ריידן צו פֿיל, וואָס קאָן ברענגען צו אַ צרה. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דער אויסדרוק געווען זייער פֿאַרשפּרייט. פֿאַר אַן אומצופֿרידן וואָרט אָדער אַ וויץ וועגן דער מאַכט צי וועגן אַ גרויסן נאַטשאַלניק האָט מען געקאָנט אַרעסטירט און פֿאַרשיקט ווערן, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט.
זיך אַרויסכאַפּן מיט אַ וואָרט — עס מיינט, אַרויסזאָגן אַ סוד; אַ זאַך, וואָס איז נישט כּדאי געווען עס אַרויסצוברענגען אויף אַ קול, מחמת עס קאָן שאַטן אַ צווייטן.
לייגן אַן אויג (אויף עמעצן) — דער אויסדרוק טראָגט אַ נעגאַטיוון זין; עס מיינט, וואַרטן אַ פּאַסיקן מאָמענט, כּדי זיך מיט אָט דעם „עמעצן‟ אָפּרעכענען.
האַלטן אַן אויג (אויף עמעצן) — טראָגט אַ פּאָזיטיוון זין; עס מיינט, האַלטן דעם עמעצן אונטערן פֿליגל; אַרויסהעלפֿן אים.
דאָס בלוט קאָכט אויף (עמעצן) — עס מיינט, ווילן נעמען נקמה, זיך אָפּרעכענען מיט עמעצן.
דאָס בלוט קאָכט אין אים — טראָגט אַ פּאָזיטיוון זין; עס מיינט, זיך רײַסן צו טאָן גוטע מעשׂים. זײַן באַגײַסטערט.
צו מאָל טרעפֿט זיך, אַז מע זאָגט דעם אויסדרוק נישט צום פּאַסיקן אָרט, וואָס ברענגט צו אַ פֿאַרקריפּלטן מיין. צו מאָל — צו אַ מיספֿאַרשטענדעניש!
נישט לאַנג צוריק האָט מיר מײַנער אַ באַקאַנטער, וואָס באַמיט זיך רעדן מיט מיר ייִדיש, געזאָגט, אַז זײַן פֿרוי איז ניט מיט אַלעמען. כ׳האָב זײַן פֿרוי בפֿירוש געקענט, האָב איך פֿאַרפּינקטלעכט: „זי פֿילט זיך נישט גוט?‟ — „נו יאָ, כ׳האָב דאָך געזאָג — זי איז ניט מיט אַלעמען!‟
אין ייִדיש צו זײַן „נישט מיט אַלעמען‟ מיינט, אַז עפּעס קומט פֿאָר מיטן קאָפּ. מ׳איז נאָך נישט אין גאַנצן משוגע, אָבער מ׳איז אויפֿן וועג צו דעם.
וועגן אַ פֿולבלעכן מאַן אָדער אַ פֿרוי מיט רויטע בעקעלעך קאָן מען הערן אַזאַ קאָמפּלימענט: בלוט מיט מילך! — אָבער בײַט נאָר דעם סדר פֿון די ווערטער און זאָגט: מילך מיט בלוט — הייבט אײַך אָן איבלען, נאָר אויף צו ברעכן.
מיט האַרציקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס