באָריס סאַנדלער
6
ס׳איז שוין אַדורך איבער צוויי חדשים, זינט דאָס שטעטל העמלאָק און אַלע זײַנע אײַנוווינער האָבן זיך געפֿונען אינעם צושטאַנד פֿון „אויסעראָרדנטלעכער לאַגע‟, אַרומגערינגלט און באַוואַכט פֿון באַוואָפֿנט מיליטער. קיינער ביז הײַנט האָט נאָך דעם דראַקאָן אין די אויגן נישט געזען. אַ דראַקאָן, אַפּנים, איז שרעקלעך כּל־זמן מע זעט אים נישט, בשעתן וואַרטן, אַז ער וועט אָט־אָט זיך יאַווען. אין אָט דער צײַט שטעלט יעדער זיך פֿאָר אַן אייגענעם דראַקאָן, מיט אייגענע סטראַשונקעס. ווען דער דראַקאָן קומט שוין יאָ, זעען אַלע באַשײַמפּערלעך איינעם און דעם זעלבן פּרצוף זײַנעם. און ס׳לאָזט זיך אויס, אַז ער איז גאָר נישט אַזוי שרעקלעך און מע קאָן אָדער אים דערהרגענען, אָדער מסכּים זײַן מיט אים מיטצולעבן.
אַלפֿרעד איז געשטאַנען איצט אַנטקעגן אַ שמאָלער פֿאַרמאַכטער טיר. ער האָט גוט געוווּסט, אַז פֿון יענער זײַט געפֿינט זיך אַ קליין פֿינצטער אַלקערל, וווּ טאַמאַרע האַלט פֿאַרשיידענע זאַכן, וועלכע ווערן גענוצט אין דער שטוב־ווירטשאַפֿט. עס שטייט דאָרט אויך אינעם ווינקל זײַן קעסטעלע מיט אינסטרומענטן — אַ העמערל, אָפּצווייגעס, צוועקעס אין אַ שאַכטל און אַנדערע פּיטשעווקעס, וועלכע מוזן זײַן אונטער דער האַנט. פֿון דער סטעליע שטעקט אַראָפּ אַן עק פֿון אַ לייטערל, וואָס פֿירט אויפֿן בוידעם; מע דאַרף עס נאָר אַ שלעפּ טאָן אויף זיך — דאָס לייטערל לאָזט זיך אַראָפּ און דאָס טירל אויף דער סטעליע עפֿנט זיך אויף…
אַלפֿרעד איז געשטאַנען אין אַ פֿאַרלעגנהייט, צי זאָל ער די טיר עפֿענען, צי נישט; אייגנטלעך, דאַרף ער דאָרט גאָרנישט האָבן, פֿאַר וואָס זשע פֿילט ער אַזאַ ציִונג אַהין און אין דער זעלבער צײַט — אַ שרעק די טיר צו עפֿענען. אַזוי איז ער אַמאָל, צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע ייִנגלעך פֿון זײַן הויף, געשטאַנען אַנטקעגן דער טיר פֿון אַ חורבֿה, אַ פֿאַרלאָזטע נאָך זינט דער מלחמה אָן. אין הויף האָט מען זיך געשעפּטשעט, אַז דאָרט האָבן זיך באַזעצט די נשמות פֿון די אַמאָליקע באַלעבאַטים — מאַן און ווײַב, און צוויי קינדער. זיי זײַנען אומגעקומען אין דער געטאָ. די ייִנגלעך האָבן זיך צווישן זיך געאַמפּערט, ווער עס זאָל די טיר אַ שטופּ טאָן און אַרײַנגיין אין שטיבל דער ערשטער. פּלוצעם האָט איינער פֿון זיי אַ שטויס געטאָן אַלפֿרעדן מיט ביידע הענט און אַלפֿרעד, דורכברעכנדיק די טיר, וואָס האָט זיך אַזוי אויך קוים געהאַלטן אויף צוויי פֿאַרזשאַווערטע זאַוויזיעס, ממש אַרײַנגעפֿאַלן אין דער פּוסטער פֿינצטערניש…
וואָס זשע האָט אַלפֿרעדן איצט אָפּגעהאַלטן, ער געפֿינט זיך דאָך בײַ זיך אין שטוב? ער האָט אַ רײַב געטאָן עטלעכע מאָל די הויט אויף דער לינקער האַנט איידער געטאָן לײַכט אַ צי אויף זיך דאָס טיר־הענטל. אָנגעטאַפּט אויף דער וואַנט דעם אויסשליסער, האָט ער אײַנגעשלאָסן דאָס ליכט. זײַנע אויגן האָבן אַרומגעכאַפּט דאָס אַלקערל מיט איין בליק, ווי עס אַרויסגעכאַפּט פֿונעם רוים. אין מוח האָט זיך אָפּגערופֿן: „קיינער נישט… — אַלפֿרעד האָט לײַכט אָפּגעאָטעמט און זיך צעשמייכלט, — ברוך־השם…‟
דאָס לייטערל איז געווען אויפֿן אָרט. דאָס לעצטע מאָל, וואָס אַלפֿרעד האָט עס אַראָפּגעשלעפּט, איז געווען פֿאַראַיאָרן נאָכן ווינטער. דער דאַך האָט אין איין אָרט געהאַט אַ לעכל, האָט אַרײַנגעקאַפּעט אין שטוב… אַ צי געטאָן פֿאַרן ערשטן טרעפּל, האָט דאָס לייטערל זיך לײַכט נאָכגעגעבן. אויף דער סטעליע האָט זיך אַנטפּלעקט אַ פֿירעקיקער לאָך. שוין אָן מורא, מיט אַ ייִנגלשן אַזאַרט האָט אַלפֿרעד זיך אַרויפֿגעדראַפּעט אויפֿן לייטערל און אין דעם שוואַרצן לאָך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן…
טאַמאַרע, ווי איר שטייגער איז, האָט צוגעגרייט די וועטשערע. די הענט האָבן געטאָן זייערס, און דער קאָפּ האָט געטראַכט זײַנס. אַנומלט האָט זי גערעדט מיטן זון. זי האָט זיך פֿאָרט אַרויסגעכאַפּט, אַז „דער טאַטע האָט זיך דערווײַטערט, זיך אָפּגעזונדערט, פֿאַרשלאָסן אין זיך…‟
— ניין, ער איז נישט נערוועז, — האָט טאַמאַרע זיך באַמיט צו דערקלערן דעם זון זײַן טאַטנס צושטאַנד, — פֿאַרקערט, עס קאָן זיך טרעפֿן, אַז כ׳זע אים נישט גאַנצע טעג… לעצטנס, קומט מיר אויס אים אַרויסשלעפּן עפּעס אָפּעסן…
— מעגלעך, ער איז דעפּרעסירט געוואָרן פֿון דעם אַלעמען, וואָס ס׳טוט זיך איצט? — האָט אַליק זיך משער געווען, — כ׳וואָלט אַוודאי געקומען צו פֿאָרן…
— ניין, אַליק, בשום־אופֿן נישט… כ׳וועל זיך שוין אַליין ספּראַווען…
— אויב דו וועסט זען, חלילה־וחס, אַז ס׳ווערט אים ערגער, רוף פֿאָרט אַרויס דעם אַמבולאַנס…
— ניין, אַליק! — האָט אָפּגעהאַקט טאַמאַרע, — מע וועט אים נאָך, גאָט באַהיט, באַלד איזאָלירן און קיינער וועט צו אים נישט קאָנען צוקומען…
זי האָט זיך צעוויינט און דערמיט אַרויסגערופֿן בײַם זון נאָך אַ גרעסערן עגמת־נפֿש.
— מאַמע… כ׳בעט דיך…
— זײַ מיר מוחל, אַליק… זאָג בעסער, וואָס הערט זיך בײַ חנהלען?…
און פֿון דרויסן האָט דער הויכריידער צעטראָגן די לעצטע ידיעות פֿון דער וועלט. טאַמאַרע האָט זיך דערמאָנט, ווי בײַ זיי אין שטוב איז אויף דער וואַנט געהאָנגען אַ קליין קעסטעלע, מ׳האָט עס גערופֿן, רעפּראָדוקטאָר. מ׳האָט דעם דאָזיקן רעפּראַדוקטאָר קיין מאָל נישט אויסגעשלאָסן און דעם גאַנצן טאָג האָט זיך עפּעס פֿון דאָרט געהערט. קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מע קאָן דעם הילכער אויסשליסן; די קלאַנגען, וועלכע זײַנען פֿון אים אַרויסגעגאַנגען, האָבן זיך שוין געהאַט אַרײַנגעפֿלאָכטן אין די רייד פֿונעם הויזגעזינד. נאָך מער: מע האָט שוין אַפֿילו גערעדט מיט די ווערטער און באַגריפֿן, וואָס דער רעפּראָדוקטאָר האָט אַרײַנגעקלאַפּט יעדן אין קאָפּ. און אָט איצט האָט דער אָרטיקער רעפּראָדוקטאָר אויך צעפּויקט זײַנע ידיעות; ער איז געוואָרן שיִער נישט דער איינציקער מקור, וואָס האָט פֿאַרבונדן די אײַנוווינער פֿונעם קליינעם שטעטל מיט דער גרויסער וועלט.
… יענע פֿאַרשפּרייטע מיטלען, וואָס מע פֿלעגט נוצן, כּדי זיך באַפֿרײַען פֿון די טאַטוס, אַשטייגער, לאַזער־מעטאָדע אָדער כעמישער שטאָף, אַרבעטן ניט. דער פּרעזידענט און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן אויסגעטיילט 4 ביליאָן דאָלאַרס אויסצואַרבעטן אַ וואַקצין, וואָס וואָלט געקאָנט עפֿעקטיוו ווירקן אויפֿן אָפּהאַלטן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער קרענק און צו פֿאַרקלענערן די צאָל אָנגעשטעקטע. דערווײַל פֿאַרשפּרייט זיך די קרענק איבער דער גאַנצער וועלט און, קודם־כּל, אין די לענדער, וווּ עס איז באַזונדערס פּאָפּולער געווען די מאָדע אויף טאַטוס — איטאַליע, צום בײַשפּיל, וווּ די צאָל אָנגעשטעקטע איז איצט די גרעסטע; דערנאָך גייט שוועדן — אַן ערך עטלעכע און פֿערציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג טראָגן טאַטויִרונגען, דערמיט ווערט דערקלערט, אַז דרײַסיק פּראָצענט פֿון זיי זײַנען שוין אינפֿיצירט. אונדזער לאַנד שטייט אויך נישט אָפּ — זעקס און פֿופֿציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג ווײַזט אַרויס אַלע סימפּטאָמען פֿון ווערן קראַנק. דער מערסטער טייל פֿון זיי טראָגט אויפֿן לײַב פֿיר און פֿינף טאַטוס…
אַלפֿרעד האָט זיך צום הויכריידער נישט צוגעהערט. ער האָט אָנגעצונדן דאָס שוואַכע לעמפּעלע אונטערן דאַך און באַטראַכט דאָס בוידעמל. ער האָט דאָ גאָרנישט ניט געהאַלטן, אין שטאַלעכל הינטערן הויז איז געווען גענוג אָרט; דעריבער האָט זײַן אויג זיך אַ צי געטאָן צו אַ געפֿלאָכטענעם קויש, איבערגעדעקט מיט אַ ברייטער שמאַטע, ענלעך צו אַ דאָרפֿיש קילעמל, און צוגערוקט צום קאַמין־קוימען. מאָדנע, ער האָט אָט דעם קויש פֿריִער נישט באַמערקט. מסתּמא איז ער פֿאַרבליבן נאָך פֿון די פֿריִערדיקע באַלעבאַטים… און מיטאַמאָל האָט אים ווידער אַרומגעכאַפּט דער באַקאַנטער פּחד — ווער ווייסט, אַזאַ קויש וואָלט געקאָנט ווערן אַ גוטע נעסט פֿאַרן דראַקאָן?! אין דער זעלבער צײַט האָט דאָס קעגנגעפֿיל פֿון אַ ייִנגלשן נײַגער איבערגעווויגן און איבערגעבראָכן דעם נאַקן פֿון פּחד. אַ דרײַ טריט האָבן אים אָפּגעטיילט פֿון דעם סודותדיקן קויש און ער האָט זיי געמאַכט…
7
פֿאָרזיכטיק אויפֿגעהויבן דאָס פֿאַרשטויבטע קילעמל, האָט אַלפֿרעד זיך אײַנגעקוקט אין די זאַכן, וואָס זײַנען געלעגן אין קויש. ער האָט נישט געגלייבט זײַנען אויגן — ס׳איז דאָך אַן עכטער אײַזנבאַן־קאָנסטרוקטאָר — אַ גרינער לאָקאָמאָטיוו, גרינע וואַגאָנדלעך, שטיקער רעלסן, צוגעפֿעסטיקט צו הילצערנע שפּאַלן, סעמאַפֿאָרן, צו רעגולירן די באַוועגונג, אַפֿילו צוויי בריקן און אַ שלאַבאַן, מיט איין וואָרט, אַ נס, אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל… מעגלעך אַפֿילו, פֿון סאַנטאַ קלאַוס… צוריק גערעדט, צי איז עס דען איצט אַזוי וויכטיק! אַזאַ אײַזנבאַן־קאָנסטרוקטאָר האָט אַלפֿרעד געהאַט געזען אין חלום זײַן גאַנצע קינדשאַפֿט. אַזאַ קאָנסטרוקטאָר האָט געהאַט זײַן חבֿר, וואָס דער טאַטע האָט עס אים געבראַכט אַזש פֿון מאָסקווע. אַלפֿרעדס טאַטע איז קיין מאָסקווע קיין מאָל נישט געפֿאָרן, און ווען ער וואָלט זיך אַהין יאָ אַמאָל אַרײַנגעכאַפּט, וואָלט ער זײַן זון אַזאַ טײַער שפּילעכל סײַ־ווי נישט געקויפֿט.
אַלפֿרעד פֿאַרקערט — האָט בפֿירוש געוואָלט קויפֿן זײַן זון אַזאַ שפּיל, אויב נישט דער טאַטע, זאָל כאָטש זײַן זון געניסן דערפֿון. אַליק האָט זיך אָבער מיטן טאַטנס פֿאָרשלאָג נישט איבערגענומען, אים האָט מער פֿאַרכאַפּט די לעש־מאַשין, וואָס מ׳האָט געקאָנט מיט איר רעגולירן אויף אַ דיסטאַנץ. די אייניקלעך ליגט בכלל נישט אין קאָפּ אַזאַ אַלטמאָדישע זאַך, ווי אַ לאָקאָמאָטיוו מיט וואַגאָנדלעך…
אַלפֿרעד איז שוין געזעסן אויפֿן דיל, די פֿיס אַרונטערגענומען אונטער זיך, און האָט אַרויסגעשלעפּט פֿונעם קויש יעדן דעטאַל פֿון דעם אויסגעחלומטן אײַזנבאַן־קאָנסטרוקטאָר.
אונטן אין שטוב איז טאַמאַרע געשטאַנען אַנטקעגן דעם פֿענצטער, אַרויסקוקנדיק אין דרויסן. ס׳האָט זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן אַ מחייִדיקער זומער־טאָג, און כאָטש דאָס פֿענצטער איז פֿאַרשטעלט געוואָרן פֿון די ווילד־צעוואַקסענע קוסטעס, האָט זי זיך קוים אײַנגעהאַלטן נישט צעפּראַלן עס און אַרײַנלאָזן די וואַרעמע שטראַלן… אַך, ווי זי האָט זיך פֿאַרבענקט נאָך אַ ביסל פֿרישער לופֿט! און זאָל זײַן וואָס ס׳איז באַשערט… זי קאָן שוין מער נישט אויסהאַלטן די פֿאַרשפּאַרטקייט — סײַ די אינעווייניקסטע און סײַ פֿון דרויסן…
שוין אַ לאַנגע צײַט, אַז טאַמאַרע האָט בײַ „אַלעקסאַ‟ גאָרנישט ניט באַשטעלט. זי איז נישט זיכער געווען, צי דאָס אַפּאַראַטל אַרבעט בכלל… זי האָט זיך דערנענטערט צום טישל, וווּ „עכאָ‟ איז געשטאַנען און שטיל, ווי מורא געהאַט עס אָנשרעקן, אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן: „אַלעקסאַ… לענאַרד כּהן, ׳הללויה׳‟. „אַלעקסאַ‟ האָט אויסגעפֿירט איר באַשטעלונג. נאָך די ערשטע גיטאַרע־אַקאָרדן האָט זיך דערהערט אַ שטיל, הייזעריק קול פֿון אַ באַיאָרטן מאַנספּאַרשוין. טאַמאַרע איז געבליבן שטיין אַ פֿאַרגליווערטע, ווי נאָך אַ כּישוף־וואָרט, וואָס איז אַרויסגעקומען פֿון דעם זינגערס מויל. די מוזיק, די ווערטער האָבן אַרײַנגעדרונגען אין איר דורך די סודותדיקע רוחניותדיקע קאַנאַלן, וואָס דער אייבערשטער האָט זיי געלאָזט באַהאַלטן פֿונעם מענטשלעכן אויג; זײַנען זיי איצט צוגעקומען צו די דינסטע האַרץ־סטרונעס און זיך צו זיי צוגערירט…
אין אַ מאָמענט האָט טאַמאַרע אויפֿגעציטערט און זיך אַ לאָז געטאָן אין צווייטן צימער אַרײַן. דאָרט, אינעם בופֿעט, איז אויף אַ פּאָליצע געשטאַנען אַ דיקער פֿאָטאָ־אַלבאָם אין אַ האַרטן ברוינעם אײַנבונד.
„הללויה, הללויה… — האָט זיך געטראָגן איבער דער שטוב די תּפֿילה־ליד… טאַמאַרע האָט פּאַמעלעך געבלעטערט די האַרטע זײַטן מיט אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, ערטערווײַז שוין פֿאַרגעלט. זי האָט דעם אַלבאָם געקויפֿט גלײַך נאָך דער חתונה. דאָרט אויף די בילדער האָבן זיך פֿאַרהיט אַ סך רגעס, אַרויסגעכאַפּט פֿון איר משפּחה־לעבן; ווי טראָפּנס פֿון אײַזצעפּלעך אונטערן דאַך, צעשמאָלצן אויף דער וועסנע־זון, האָבן זיי איצט אַראָפּגעקאַפּעט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט — אַ בילד נאָך אַ בילד — שווערע און פּײַנלעך־קאַלטע טראָפּנס פֿון דערמאָנונגען.
טאַמאַרע, אָנגעטאָן אינעם חתונה־קלייד און אַלפֿרעד — אינעם שפּאָגל־נײַעם קאָסטיום, אויפֿגענייט פֿון טאַמאַרעס טאַטע. ביידע זעען זיי אויס אָנגעשטרענגט מיט אַן אויסגעמוטשעטן שמייכל. און אָט ליגט טאַמאַרע אויפֿן קיזלשטיינערנעם ברעג בײַם טײַך טשערעמאָש אין וויזשניץ; דאָרט, ס׳זאָל נישט זײַן ווײַט פֿון טשערנאָוויץ, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאַרבראַכט די האָניקוואָך… טאַמאַרע און אַלפֿרעד אויף די טרעפּ פֿונעם קימפּעט־הויז. דער גליקלעכער טאַטע האָלט אויף די הענט זײַן ערשטלינג… דעמאָלט האָבן זיי נאָך נישט געוווּסט, אַז אַליק וועט זײַן בײַ זיי אויך זייער „איינצלינג‟. מ׳האָט אים אָנגערופֿן נאָך אַלפֿרעדס טאַטע, אַבראַשע. גערופֿן אים פֿונעם ערשטן טאָג אָן אַליק און פֿאַרשריבן אין דער מעטריקע — אָלעג… אויף דעם בילד שפּילט אַליק זיך מיט זײַן לעש־מאַשין, וואָס אַלפֿרעד האָט געקויפֿט דעם זון צו זעקס יאָר. נישט לאַנג איז אָנגעגאַנגען אַליקס פֿרייד, אַ פֿרעמד ייִנגל האָט דעם לעש־מאַשין אַרויסגעכאַפּט פֿון אַליקס הענט און אַנטלאָפֿן, און אַליק איז, נעבעך, געבליבן שטיין מיט דעם דיסטאַנציאָנעלן רעגוליר־אַפּאַראַטל… און אָט גייט ער שוין אינעם ערשטן קלאַס. אַ שילער אין דער אוניפֿאָרעם מיט אַ רוקזאַק. ער זעט אויס זייער שטאָלץ. בײַ דער האַנט האַלט ער זײַן באָבע, וואָס איז געווען פֿאַר אים אי די מאַמע, אי דער טאַטע… און אָט שטייט אַליק מיט נאָך צוויי געווינערס פֿון דער שטאָטישער מאַטעמאַטישער אָלימפּיאַדע. דאָס בילד איז אַ קאָליריק און דער רויטער פּיאָנערישער האַלדזטוך פֿלאַטערט אויפֿן קלאָר־ווײַסן העמד. אין איין האַנט האַלט ער דעם דיפּלאָם פֿונעם געווינער, און אין דער אַנדערער האַנט — דעם גאָלדענעם מעדאַל אויף אַ דינער בלויער סטענגע… יאָ, די שול האָט שטאָלצירט מיט אים, ווען ס׳איז אָבער געקומען צום אוניווערסיטעט, האָט אים זײַן רוסישער נאָמען „אָלעג‟ נישט געהאָלפֿן, ס׳איז אַרויסגעשפּרונגען זײַן זיידנס ייִחוס — „אַבראַשע‟…
אין דער זעלבער מינוט האָט זיך צעקלונגען טאַמאַרעס מאָבילקע. זי האָט אויפֿגעציטערט. פֿאַרמאַכט דעם פֿאָטאָ־אַלבאָם, ווי דערמיט וואָלט זי געקאָנט אַרײַנטרײַבן די פֿרײַ־געקומענע דערמאָנונגען צוריק אין זייער פֿאַרשפּאַרטקייט. ס׳האָט געקלונגען אַליק.
— מאַמע, מזל־טובֿ! — האָט געציטערט דעם זונס קול, — חנהלע, קיין עין־הרע, האָט געהאַט אַ מיידעלע…
— אוי, ברוך־השם! אין אַ גוטער שעה!.. זאָג, ווי איז דורכגאַן… שווײַג נישט… ווי פֿילט זיך חנהלע און דאָס קינד?..
די טרערן האָבן זיך שוין געגאָסן פֿון טאַמאַרעס אויגן, דאַנקען גאָט, פֿאַר פֿרייד — צום ערשטן מאָל פֿון די אַלע חדשים, זינט זייער ווילדער פֿאַרשפּאַרטקייט…
— כ׳וועל גיין זאָגן דעם טאַטן… — האָט זי שיִער נישט אַרײַנגעשריִען אין דער מאָבילקע. און אומדערוואַרט צוגעגעבן: — זאָל ער אויך לאָזן אַ טרער פֿאַר פֿרייד!
אַרײַנגעלאָפֿן אינעם גאַסט־צימער, האָט זי באַלד אַ קוק געטאָן אין דער זײַט, וווּ זי פֿלעגט טרעפֿן אַלפֿרעדן, בײַם קאָמפּיוטער. ער איז דאָרט נישט געווען. זיך אומגעקוקט, האָט טאַמאַרע דערזען אָפֿן דאָס באַלויכטענע אַלקערל. נאָך אַ שוואַכער, קוים אויפֿגייענדיקער אומרו האָט אָנגעהויבן קלאַפּן אין די שלייפֿן. אַרײַנגעגאַנגען אינעם אַלקערל, האָט זיך איר געוואָרפֿן אין די אויגן דאָס אַראָפּגעלאָזטע לייטערל. דער קוואַדראַטער אויסשניט אויבן אויף דער סטעליע — צי אַ טירל, צי אַ פֿענצטערל — האָט זי געצויגן צו זיך. פֿאַר די צוויי יאָר, וואָס זיי וווינען דאָ, איז איר נאָך קיין מאָל נישט אויסגעקומען צו זײַן אויפֿן בוידעם. זי האָט אַרויפֿגעשטעלט דעם פֿוס אויפֿן ערשטן טרעפּל. דער אומרו אין די שלייפֿן האָט געקלאַפּט אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער.
איר קאָפּ האָט אַ ווײַלע אַרויסגעשטעקט פֿון דעם אויסשניט, ווי זיך צוגעפּאַסט צום אַנטפּלעקטן האַלב־פֿינצטערן בוידעם־רוים. אַן אַלטער אײַנגעהויקערטער פּאַרשוין מיט אַ באָרד האָט זיך בײַ עפּעס געפּאָרעט. די ליפּן האָבן זיך בײַ איר אַ ריר געטאָן און אָנגערופֿן איר מאַנס נאָמען — „אַלפֿרעד?‟ — זי האָט עס אַרויסגעזאָגט מיט צווייפֿל, ווי געפֿרעגט בײַ זיך אַליין, און פֿאַרחידושט געענטפֿערט: ס׳איז דאָך איר אַלפֿרעד, איר אַלפֿי…
אַלפֿרעד האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ. שטיל זיך אָפּגערופֿן.
— טאַמאַרע… קום אַהער, — האָט ער זי פֿאַרבעטן אַרײַנצוקומען אויף זײַן נײַעם שטח.
טאַמאַרע האָט געמאַכט די לעצטע טריט אויפֿן לייטערל און זיך שווער אויפֿגעהויבן אויפֿן בוידעם.
— קום, זעץ זיך אַוועק לעבן מיר. כ׳האָב שוין אויף דיר אַרויסגעקוקט…
טאַמאַרע האָט, דאַכט זיך, פֿאַרגעסן, צוליב וואָס זי האָט דעם מאַן געזוכט; פֿאָרזיכטיק געשטעלט די פֿיס, ווי מורא געהאַט זיך אין עפּעס פֿאַרטשעפּען, איז זי צו אַלפֿרעדן צוגעגאַנגען און זיך אַוועקגעזעצט לעבן אים.
— דו זעסט, — האָט אַלפֿרעד גערעדט ווײַטער, — מײַן ייִנגלשער חלום איז מקוים געוואָרן. איצט וועלן מיר אַלע אין איינעם — דו, איך, אַליק מיט זײַן קיילע, און אַלע אונדזערע אייניקלעך זיך אַ לאָז טאָן אין וועג אַרײַן…
— אַלפֿי, טײַערער, — האָט זיך טאַמאַרע, צושפּילנדיק דעם מאַן צוגעגעבן: — ס׳איז צו אונדזער משפּחה צוגעקומען, ברוך־השם, נאָך אַ פּאַסאַזשירקע, אונדזער אוראייניקל!..
אַלפֿרעד האָט עס פֿאַרטײַטשט אויף זײַן אופֿן:
— גוט, מיר וועלן עס מיט זיך אויך נעמען אין וועג אַרײַן…
טאַמאַרע האָט אַרומגעכאַפּט דעם מאַן מיט ביידע הענט און אים צו זיך צוגעטוליעט. ער האָט איר געהאָרכזאַם אַוועקגעלייגט דעם קאָפּ אויפֿן שויס.
— ווייסטו וואָס, — האָט ער שוין געשעפּטשעט, — לאָמיר אונדזער יאַזדע איבערטראָגן אויף שפּעטער… כ׳פֿיל זיך עפּעס זייער מיד…
טאַמאַרע האָט זיך לײַכט געהוידעט, ווי זי וואָלט שוין אײַנגעוויגט איר ערשט־געבוירן אוראייניקל. זי האָט זיך אײַנגעהערט אין דעם איינציקן וואָרט, וואָס האָט ווי אַ שפּליטער, אָפּרײַסנדיק זיך פֿון אַלע אַנדערע ווערטער פֿון איר באַליבט ליד, געבליבן שטעקן אין איר האַרץ: „הללויה, הללויה…‟.
2023, דירפֿילד ביטש, פֿלאָרידע