יעווגעניקיסין: “איןדיטעגפֿון “קאָראָנאַווירוס”


דאָס דריטע בוך פֿון אונדזער שטענדיקן מחבר, יעווגעני קיסין „אין די טעג פֿון קאָראָנאַווירוס‟, איז אָנגעשריבן געוואָרן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ טאָגבוך, ווען די גאַנצע וועלט האָט איבערגעלעבט די שרעקלעכע פּאַנדעמיע. טאָג בײַ טאָג קוקט דער שרײַבער נאָך די טראַגישע געשעענישן. אויפֿן הינטערגרונט דערפֿון באַטראַכט ער די מענטשלעכע געשיכטע, דערמאָנט זיך אין די גרויסע מוזיקערס, מײַדט נישט אויס די הײַנטיקע פּאָליטיק און פּאָליטיקערס. אַ וויכטיק אָרט פֿאַרנעמען אין דעם בוך זײַנע דערמאָנונגען וועגן די באָבע־זיידע, עלטערן, פֿרײַנד און טרעפֿונגען מיט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. אינעם בוך זײַנען פֿאָרגעשטעלט אַ סך אוניקאַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קיסינס אַרכיוו. אַ חוץ דעם „טאָגבוך‟ זײַנען אין בוך אײַנגעשלאָסן נײַע לידער און דערציילונגען.

Leave a comment