קלאַנגבוך (69) — הערץ גראָסבאַרד

וועגן הערץ גראָסבאַרדן, דעם גרויסן ייִדישן רעציטאַטאָר, האָט דוד בערגעלסאָן געזאָגט: „גראָסבאַרד איז דער מאָדערנער חזן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור‟. אויף אייגענער איניציאַטיוו האָט הערץ גראָסבאַרד אַרויסגעגעבן 10 גראַמאַפֿאָן־פּלאַטן און איין קאַסעטע, וואָס זײַנען כּולל 80 שאַפֿונגען פֿון 17 דיכטערס, פּראָזאַיִקערס און פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר — צוזאַמען אַ קלאַנג־אַנטאָלאָגיע פֿון אַ קליינעם טייל פֿון זײַן רעפּערטואַר.

מיר מיר זײַנען ממשיך דעם ציקל רעציטאַציעס „מאָדערנער דאַוונער‟, געווידמעט הערץ גראָסבאַרדן: אַהרן צייטלין, „ר׳ נחמנס חלום‟.

Leave a comment