אויטאָגראַף — יעפֿים זובריצקי


מיט זײַן מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע „בעסאַראַבער מאָטיוון‟ באַגריסט דער פֿידלער יעפֿים זובריצקי אַלע אונדזערע לייענער מיטן נײַעם יאָר. געבוירן און אויסגעשולט געוואָרן אין מאָלדאַוויע, איז יע. זובריצקי לאַנגע יאָרן געווען אַ סאָליסט אין די באַקאַנטע איבער דער וועלט מאָלדאַווישע אַנסאַמבלען, אַזעלכע ווי „זשאָק‟, „פֿלועראַש‟, „דוינאַ‟, „מיאָריצאַ‟. זינט 1991 וווינט יע. זובריצקי אין פּאַריז, וווּ ער האָט געשפּילט אין אַ דועט צוזאַמען מיט אַזעלכע באַקאַנטע פֿידלערס, ווי עבֿרי גיציס און כריסטאָף בוליע. צוזאַמען מיט יע. זובריצקי שפּילט אויף דעם ווידעאָ די גרופּע „זיסל סליפּאָוויטשס טריִאָ‟. 

Leave a comment