דעם חודש איז אונדזער שטענדיקער מחבר, דער פּראָזע־שרײַבער עמיל קאַלין, געקומען פֿון ישׂראל קיין ניו־יאָרק אויף אַ באַזוך. געטראָפֿן האָבן מיר זיך אין ברוקלין, אין איינעם פֿון די רעסטאָראַנדלעך, וואָס ציִען זיך לענג־אויס דעם אָקעאַנישן אײַנגוס. קיין טעמעס פֿאַר אַ שמועס האָבן נישט אויסגעפֿעלט. בלויז עטלעכע פֿראַגעס פֿון אונדזער לאַנגן שמועס האָב איך געשטעלט ספּעציעל פֿאַר דער רובריק „אויטאָגראַף‟. די ענטפֿערס אויף זיי האָט איר די געלעגנהייט צו הערן און זען ווײַטער.
רעדאַקטאָר