אויטאָגראַף — באָריס סאַנדלער


אין יאָנואַר 2023 איז אין בערלין פֿאָרגעקומען אַ ייִדישער פּאָעטישער אָוונט, אין וועלכן ס׳האָבן זיך באַטייליקט גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, יעווגעני קיסין און באָריס סאַנדלער. יעדער האָט געלייענט זײַנע לידער, און פּראָפֿעסאָר פֿון זאַלצבורג אַרמין עידהער האָט דעם אָוונט געפֿירט און געלייענט זײַנע איבערזעצונגען פֿון די לידער אויף דײַטש. ס׳איז כּדאַי צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן דעם אָרט, וווּ דער אָוונט איז פֿאָרגעקומען. דער פּאָעזיע־הויז איז אַ טייל פֿון דעם קולטור־קאָמפּלעקס, וואָס הייסט אויף דײַטש Kulturbrauerei און איז זייער פּאָפּולער צווישן די אײַנוווינער פֿון בערלין. אויפֿגעבויט סוף 19טן יאָרהונדערט, האָט מען דאָרט ביזן יאָר 1974 געמאַכט ביר. הײַנט קאָכט זיך אויף דעם גרויסן שטח אַ קולטור־לעבן — טעאַטער, קינאָ, מוזייען, קונסט־גאַלעריעס, טאַנץ־קלוב, פּאָעזיע־הויז וכדומה.

Leave a comment