קלאַנגבוך (62) — אַ שמעק טאַבעקע

אין יאָר 2001 איז אין ניו־יאָרק דערשינען באָריס סאַנדלערס קאָמפּאַקטל „אַ שמעק טאַבעקע‟, אָנגערופֿן מיטן זעלבן נאָמען, וואָס די דערציילונג, וואָס עס רעציטירט דער ייִדישער אַקטיאָר דוד ראָגאָוו. 

דאָס קאָמפּאַקטל באַשטייט פֿון פֿיר דערצייונגען, וועלכע רעציטירן נאָך צוויי ייִדישע אַקטריסעס, לעגענדעס פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק — מינאַ בערן און שיפֿרה לערער.

אין יעדער דערציילונג ווערט דער טעקסט קאָמבינירט מיט אַ מוזיקאַלישער באַגלייטונג, וואָס גיט דער קאָמפּאַזיציע צו אַ געוויסע טעאַטראַלישקייט. בפֿרט, אַז די אַלע דרײַ רעציטאַנטאָרס — זייער קול און אינטאָנאַציע, שאַפֿן אַ פֿולקום דראַמאַטיש ווערק. 

Leave a comment