אין דער רובריק „אויטאָגראַף‟, וואָס גייט אַרויס ערבֿ־פּסח, לייג איך פֿאָר אונדזערע לייענער אַ קליינעם ווידעאָ, געמאַכט פֿון מײַן אייניקל אַריאלה. זי איז אַלט 18 יאָר און פֿאַרענדיקט דעם טעאָלאָגישן סעמינאַר אין פּיצבורג. מיט אַ גרופּע מיידלעך פֿונעם סעמינאַר האָט אַריאלה באַזוכט צום ערשטן מאָל אין לעבן ארץ־ישׂראל. פֿון דעם קורץ־געפּרעסטן און גיכן בײַט פֿון עפּיזאָדן ווערט געשילדערט אַ מאָזאַיִש בילד פֿון אַ פֿרידלעך ישׂראל־לעבן אין די טעג, ווען עס גייט אָן אַ בלוטיקע מלחמה. ווי אַ פֿרומע ייִדישע טאָכטער, זעט אַריאלה ישׂראל ווי אַ „הייליק לאַנד‟, וווּ תּפֿילה, געשיכטע און נאַטור — איז איין גאַנצקייט. אָבער אין דער פֿולער שלום־האַרמאָניע, גיט אַ שווינדל דער דורך־אַגבֿדיקער עפּיזאָד מיט צוויי צה״ל־סאָלדאַטן — זיי אײַלן זיך. די מלחמה גייט אָן ווײַטער.
מיר ווילן אַלע גלייבן, אַז אונטערן פֿליגל פֿונעם עראָפּלאַן, וואָס פֿירט אַוועק די פּאַסאַזשירן קיין אַמעריקע, וועט פֿאָרט אין גיכן קומען אַ פֿרידלעכע נאַכט.
דעם ווידעאָ באַגלייט דער חסידישער ראָק־אַנסאַמבל פֿון ניו־יאָרק „זושאַ‟.
באָריס סאַנדלער