
דאָס בוך פֿון מרדכי יושקאָווסקי „אַ בריק איבערן טייַך פֿון זכּרון‟, וואָס איז מיט אָנדעטרהאַלבן יאָר צוריק ארויס אינעם פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟, איז לעצטנס דערנשינען אין דער העברעיִשער איבערזעצטונג אין דעם ישׂראלדיקן פֿאַרלאג „אופיר ביכורים‟ אונטערן טיטל „גשר מעל נהר הזיכרון‟.
דאָס בוך אַנטהאַלט נייַן דערציילונגען און איז באַגלייט מיט אַ הקדמה, וואָס דערקלערט דעם ישׂראלדיקן לייענער פֿאַר וואָס האלט זיך דער מחבר דבֿקותדיק בייַם שרייַבן קודם-כּל אין ייִדיש, און ערשט דערנאָך זעצט ער איבער זייַנע ווערק אין רוסיש און העברעיִש, אפֿשר אין דער צוקונפֿט אויך אין אַנדערע שפּראַכן.
די נייַן דערציילונגען, וואָס זייַנען אַרייַן אינעם בוך עפֿענען פֿאַרן לייענער אַ ברייטע פּאַנאָראַם אויפֿן לעבן און היסטאָרישן נסיון פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, אין מיזרח-אייראָפּע, ווי אויך אין מדינת־ישׂראל. דער הויפּט-העלד פֿון אַלע ווערק איז דער זכּרון און די מאָראַלישע פֿליכט פֿון ניט-פֿאַרגעסן די פֿריידן און דאגות, האָפֿענונגען און טרויער, וואַרעמקייט און מסירות-נפֿשדיקייט פֿון דער ייִדיש-רעדנדיקער וועלט.