מיט מיכאל לײַנוואַנד האָב איך זיך באַקענט מיט אַ סך יאָר צוריק, בעת די ערשטע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אין אַשקלון. דעמאָלט האָט ער זיך אַנטפּלעקט פֿאַר מיר ווי אַ טאַלאַנטירטער כאָרמײַסטער און אָנפֿירער פֿון דעם קינדער־אַנסאַמבל „כּינור דוד‟. ס׳רובֿ לידער פֿון דער פּראָגראַם האָבן די קינדער געזונגען אויף ייִדיש.
און אָט גאָר נישט לאַנג צוריק האָט מרדכי יושקאָווסקי צוגעשיקט אין „ייִדיש בראַנזשע‟ זײַן רעצענזיע אויפֿן ערשטן פּאָעטישן זאַמלבוך „דעם זיידע משה-אַהרונס באָבע-מעשׂיות‟, וווּ ער באַטאָנט: „לײַנוואַנד שפּאַנט פֿעסט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אויף צוויי פּאַראַלעלע סטעזשקעס, וועלכע ער איז מצליח געווען צו פֿאַראייניקן — ייִדיש און מוזיק. דעם דאָזיקן צוזאַמענבונד איז גלייַך צו דערפֿילן אין זייַן פּאָעזיע. ס׳איז לייַכט דאָרט צו שפּירן דעם ריטעם, וואָס איז צוגענגלעך, פֿאָלקסטימלעך, שווימיק. דער ריטעם אַנטשפּרעכט פֿולקאָם דעם כוואַליע-לויף פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס-נשמה און גיט איבער דעם ניגון, וואָס איז אין איר אייַנגעוואָרצלט…‟
אין דעם ווידעאָ־אויטאָגראַף דערציילט מיכאל וועגן זײַן שאַפֿערישן וועג צו ייִדיש; אין זײַן קראַנץ לידער האָט אונדזער לייענער דעם זכות פּערזענלעך צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון מיכאל לײַנוואַנד פּאָעזיע.
זאָל עס זײַן מיט מזל!