אויטאָגראַף — יעווגעני קיסין


די וועגן פֿאַרנעמען בײַ אַ קאָנצערטירנדיקן אַרטיסט אַ וויכטיקן טייל פֿון זײַן לעבן. זיי ברענגען אים צו זײַן פּובליקום. דעריבער האָב איך געבעטן אונדזער שטענדיקן מחבר, דעם באַרימטן מוזיקער יעווגעני קיסין, וואָס פֿאָרט כּסדר אַרום איבער דער גאָרער וועלט  מיט זײַנע פּיאַנע־קאָנצערטן, דערציילן, כאָטש אַ ביסל, וועגן די ערטער, וואָס ער באַזוכט, אויסער זײַנע אויפֿטריטן. בפֿרט, אַז אין זײַנע גאַסטראָל־וועגן באַגלייט אים זײַן געטרײַע פֿרוי קאַרינע. אינעם נײַעם ווידעאָ דערציילט יעווגעני וועגן זײַנע גאַסטראָלן אין טײַוואַן.

Leave a comment