דניאל גלאי
דער האָסט (גאַסטגעבער)
דאַיאַנאַ
מאַרק
דאָלאָרעס
פֿרידריך
דער האָסט זיצט אין מיטן. פֿון רעכטס און לינקס, די אַנדערע באַטייליקטע אין דער
זום-סעסיע.
האָסט: פֿאַרגעסט פֿון אַלץ. איצט זענען מיר דאָ, אין זום. איר זענט פֿאַרשטומט, נאָר איך
רעד. דאָלאָרעס, כ’זע דײַנע ליפּן. נאָר כ’הער גאָרנישט. ביסט פּשוט פֿאַרשטומט. פֿרידריך, דאָס זעלבע. איצט רעד איך און מער קיינער נישט… מיר הייבן אָן. מסכּים? אויב יאָ, שאָקלט מיר צו מיטן קאָפּ. (אַלע שאָקלען מיטן קאָפּ) גוט, גוט אַזוי. (מיט אַ ברייטן שמייכל) וווּנדער שבוווּנדער! די עקסטראַ-קלוגע זום-טעכניק! פֿון אַלע עקן וועלט זיך דאָ צונויפֿגעקליבן און דאָך פֿילן מיר זיך אַזוי נאָענט, וואַרעם און היימיש!
דאַיאַנאַ: (פּרוווּט עפּעס זאָגן. מ’זעט נאָר אירע ליפּן-באַוועגונגען.)
האָסט: איך זע. דאַיאַנאַ פֿון ניו-יאָרק.
דאַיאַנאַ: (פּרוווּט ווײַטער עפּעס אויפֿקלערן. זי איז אומצופֿרידן. באַנוצט זיך אויך מיט די הענט.)
האָסט: אָן טענות, דאַיאַנאַ. נישט אַזוי. כ’האָב שוין אויפֿגעקלערט. (הייבט אויף אַ האַנט) מ’הייבט אויף די האַנט און מע וואַרט געדולדיק. ווערט איר אַנשטומט — דאַן רעדט איר וויפֿל ס’פֿאַרגליסט אײַך… (שטילער, כיטרע) נישט גענוי…
דאַיאַנאַ: (הייבט ווידער אויף איר האַנט.)
האָסט: גוט, דאַיאַנאַ. (שטיל) כאָלערע. (אויפֿן קול) כ’זע דיך. איך עפֿן.
דאַיאַנאַ: זענען מיר שוין אין זום?! טאַקע?!
האָסט: (פֿאַרשטומט זי) נו, וואָדען? וואָס האָסטו געמיינט? אויף דער לבֿנה? זום-זום-זום! אָטאָ דאָ זענען מיר!
דאָלאָרעס, מאַרק און דאַיאַנאַ: (הייבן אין איינעם אויף די הענט.)
האָסט: פּאַוואָלינקע, רבותי!… וואָס באַפֿאַלט איר מיך. נישט כאַפּן קיין הייסע לאָקשן. נישט אַלע מיטאַמאָל. מע דאַרף אַ קלער טאָן, וועמען מ’גיט דאָס וואָרט און וועמען נישט…
דאָלאָרעס, מאַרק און פֿרידריך: (הייבן אויף נאָך העכער די הענט.)
האָסט: ניין. נישט אַזוי. אַלע הענט אַראָפּ (פֿאָלגן דעם האָסט.) שטופּט אײַך נישט. ס’וועט סײַ-ווי אײַך גאָרנישט העלפֿן. אַנדערש וועל איך קיינעם נישט עפֿענען. איצט, רבותי, די אינס-טרוק-ציעס און אַלע פּרע-לי-מי-נאַ-רע אויפֿקלערונגען…
דאַיאַנאַ: (הייבט אויף די האַנט.)
האָסט: (צו דאַיאַנאַ. בכּעס) יאָ, יאָ, יאָ, דאַיאַנאַ! מיר זענען אין זום! דו אויך! ווייסט שוין! כ’האָב דיר געזאָגט! גענוג מיט תּמעוואַטע פֿראַגעס!
דאַיאַנאַ: (איצט מיט ביידע הענט בעט זי זיך . חלשט צו זאָגן אַ וואָרט.)
האָסט: כ’ווייס, טײַערינקע, נאָר טשעפּע זיך אָפּ פֿון מיר. כ’ווייס גענוי, וואָס דו האָסט צו זאָגן. ס’אינטערעסירט נישט מיך און נישט קיינעם. אָט האָסטו מײַן ענטפֿער. אַכיבע… ווייסט איר וואָס?… כ’וועל עפֿענען. אַלעמען. נאָר נישט דיר, דאַיאַנאַ. מאַרק, טיײַערער, זאָג אַ וואָרט. (עפֿנט מאַרקן.)
מאַרק: אַ שיינעם דאַנק.
האָסט: נישטאָ פֿאַרוואָס. גענוג, מאַרק. אַ גרויסן דאַנק. (פֿאַרשטומט מאַרקן. דער בלײַבט געפּלעפֿט.) נאָך עמעצער?
פֿרידריך: (הייבט אויף די האַנט.)
האָסט: (עפֿנט אים) ביטע זייער.
פֿרידריך: דיקטאַטור! אַנטשולדיקט! אַזוי זעט עס אויס. אַ דיקטאַטור!
האָסט: (אָנגעשפּיצט) כ’האָב דיך נישט געהערט גוט… קאָנסט איבערחזרן, ביטע?…
פֿרידריך: אַ דעספּאָטישע פֿירעכץ, לויט מײַן באַשיידענער מיינונג…
האָסט: (אַנשטומט פֿרידריכן. אין אַ זײַט) אידיאָט איינער! ווייסט ער וואָס דיקטאַטור איז?
פֿרידריך: (הייבט אויף די האַנט.)
האָסט: הייב אויף דײַנע פֿיס אויך… ס’וועט גאָרנישט העלפֿן. (מיט אַ געלעכטערל) „דעספּאָטישע פֿירעכץ‟… (שמייכלט) די סאַמע דערהויבענע פֿאַרקערפּערונג פֿון דע-מאָ-קראַ-טיע ליגט אין אונדזער זום-טעכניק. אונדזער טײַערער פֿרידריך קאָן, למשל, רעדן אַפֿילו מיטן פּרעזידענט פֿון די יונײַטעד סטייטס, און דער פּרעזידענט, בכבֿודו ובעצמו, ווי צוויי גלײַכע בירגער וועט מיט פֿרידריכן רעדן. אַלץ דורך זום. הייבט איר כאָטש אָן צו באַנעמען, אין וואָס פֿאַר אַ וועלט לעבן מיר?
פֿרידריך: (שמייכלט שפּאָטיש.)
האָסט: אַדרבא. רעדט. רעדט. וויפֿל עס גלוסט אײַך. ווי פֿליִענדיקע פֿייגלעך פֿילט אײַך דאָ פֿרײַ.
פֿרידריך: (פּאָמפּעז) „פּרעזידענט אָף די יונײַטעד סטייטס!‟… וואָס האָב איך צו רעדן מיט אים?
האָסט: אַ בײַשפּיל, פֿרידריך. ווייסט נישט וואָס אַ בײַשפּיל מיינט? דער פּרעזידענט, קאָנסט מיר גלייבן, האָט וויכטיקערע זאַכן, ווי זיך נעמען פּלאַפּלען דורך זום מיט איינעם אַן אַנאָנימען פֿרידריך…
פֿרידריך: זײַט מוחל, נישט דער בעסטער בײַשפּיל.
האָסט: נישט נאָר דער פּרעזידענט. בנאמנות. אויך איך קאָן זיך גאַנץ פֿײַן באַגיין אָן דיר. זאָג דאַנקע שיין, דענק יו, תּודה רבה, וואָס מ’לאָזט דיך בכלל דאָ אַרײַן. און איצט, רבותי, כּדי צו באַרויִקן די נערוון, וואָס וועט געזונט זײַן פֿאַר אונדז אַלעמען, און כּדי איר זאָלט אויפֿהערן שיטן מיט אײַערע נאַרישקייטן, וועל איך פֿאַר אײַך שפּילן אַ קאַפּיטשקע ראָקמוזיק. האַרטע ראָק מוזיק! נאָר דרײַסיק סעקונדן. לויטן זייגער. נישט מער. ווילט איר מער, גייט אײַך צו אַן אַנדער זום. כ’דאַרף אײַך נישט. ווייניקער? בײַ אַ צווייטן. נישט בײַ מיר. נישט דאָ. נישט אין מײַן זום. (ס’הייבט אָן שפּילן רעקאָרדירטע ראָקמוזיק. די באַטייליקטע אין זום מאַכן מאָדנע מינעס, פֿאַרשטאָפּן די אויערן. זאָגן “basta!” מיט די הענט ביז יעדער איינער פֿאַרשטומט זיך אַליין.)
האָסט: (פֿאַרשליסט די מוזיק. שמייכלענדיק) ס’איז אײַך איצט בעסער?
אַלע: (מיט פּײַן, האַנט-באַוועגונגען און פֿאַרשטאָפּנדיק די אויערן, גיבן זיי צו פֿאַרשטיין ווי פֿרעמד איז די מוזיק פֿאַר זיי.)
האָסט: גוט. אויס מוזיק!
אַלע: (עטעמען פֿרײַער.)
האָסט: אַ טשיקאַווע פּיצעלע פֿראַגעלע. איז דאָס אײַער ערשטע זום-דערפֿאַרונג? איז דאָס אײַער דעביוט? (עפֿנט יעדן איינעם.)
דאָלאָרעס: ניין.
פֿרידריך: ניין.
מאַרק: נישט דאָס ערשטע מאָל.
דאַיאַנאַ: כ’בין שוין אויסגעזומט…
האָסט: טאָ פֿאַרגעסט, ביטע, אַלץ וואָס איז בײַ אײַך פֿריִער געווען. אַזאַ זעלטענע, סאַמע עקסטראַאָרדינאַרע זום-דערפֿאַרונג ווי איר לעבט דורך הײַנט, האָט איר נאָך קיין מאָל ניט געהאַט. מײַן ווייניקייט, שוין אין מײַן מוטערס בויך האָב איך געהאַט מײַן ערשטע זום-איבערלעבונג בעת זי האָט געשוואַנגערט. זום, זום, זום האָב איך געהערט… (שיסט אויס אין אַ געלעכטער.)
אַלע: (קוקן זיך דורך. דאָלאָרעס שטעלט דעם ווײַזפֿינגער אויף דער רעכטער שלײַף… אַ סימן אַז דער האָסט איז אַראָפּ פֿון זינען.)
האָסט: מאַרק, וואָס ביסטו אַזוי שווײַגעוודיק? (עפֿנט אים.)
מאַרק: דעם וויץ אײַערן פֿאַרשטיי איך נישט…
האָסט: נישט געפֿערלעך. העיקר, איך פֿאַרשטיי. מײַן רושם, אַדוני מאַרק, איז אַז איר פֿאַרשטייט בכלל נישט, וואָס די זום-טעכנאָלאָגיע מיינט פֿאַר דער מענטשהייט און וועלכע רחבֿותדיקע האָריזאָנטן עפֿנט זי פֿאַר אונדז. אַגבֿ, פֿון וואַנעט זענט איר, מאַרק?
מאַרק: ענגלאַנד.
האָסט: אַ פּרעכטיקע שטאָט!
מאַרק: אַ לאַנד.
האָסט: אַ לאַנד, אַ שטאָט. וואָס איז די נפֿקא-מינה? סײַ-ווי זענט איר דאָך פֿון דאָרט.
מאַרק: ניט דאָס זעלבע.
האָסט: יעדעס קינד ווייסט דאָך, וואָס ענגלאַנד איז. אַ לאַנד, פֿאַרשטענדלעך, אַ לאַנד! נישט קיין שטאָט. קלאַפּט עס אײַך אין קאָפּ אַרײַן.
מאַרק: איר האָט דאָך פֿריִער געזאָגט…
האָסט: וועסטו מיך ברענגען אין געריכט?!
מאַרק: חלילה!
האָסט: כ’דאַרף נישט, אַז דו אָדער ווער-עס-איז זאָל מיך פֿאַרריכטן! (ענדערט דעם טאָן) און דו, דאָלאָרעס, טײַערינקע, פֿון וואַנעט ביסטו?
דאָלאָרעס: דענמאַרק.
האָסט: נעמסט מיך אויפֿן צימבל, דאָלאָרעס? דאָלאָרעס איז דענמאַרק? שפּאַניע, שפּאַניע, האָסט דאָך געדאַרפֿט וויסן.
דאָלאָרעס: דערלויבט מיר אויפֿקלערן. געבוירן בין איך דווקא…
האָסט: נישטאָ וואָס צו טאָן, נאָר דײַן לעבנס-געשיכטע דאַרפֿן מיר איצט אויסהערן?
דאַיאַנאַ: (נאָך עטלעכע מינעס פֿון אומצופֿרידנקייט, פֿאַרלאָזט זי דעם זום. מע זעט זי נישט מער.)
האָסט: יעדער איינער דאַרף גוט פֿאַרשטיין. איין זאַך איז די ווירקלעכקייט, אַ צווייטע זאַך (שטראַלנדיק) די קאָלאָסאַלע, רירנדיקע זום-איבערלעבונג, וואָס האָט קיין שום גלײַכן נישט. אַ דאַנק דעם ניסימדיקן זום האָבן מיר קיין גרענעצן נישט מער, קיין לענדער, קיין נאַציאָנען!…
דיטריך: (הייבט אויף די האַנט.)
האָסט: כ’דערקלער זאַכן פֿון במרומו-של-עולם און דו, דיטריך, שפּרינגסט מיר אַרײַן אין מיטן (מאַכט נאָך דיטריכן מיט זײַנע האַנט-באַוועגונגען) „איך! איך! עפּעס זאָגן וויל איך!‟ גאָרנישט! אַבסאָלוט גאָרנישט האָסטו נישט וואָס צו זאָגן. אַזוי באַשליס איך. אַפֿילו שווײַגן ווייסטו נישט ווי אַזוי. וואָלט איך געקענט, וואָלט איך דיר פֿאַרבינדן הענט און פֿיס צו דײַן שטול, זאָלסט אויפֿהערן מיט דײַן דענערווירנדיקן (מאַכט נאָך דיטריכן מיט דער האַנט) „איך! איך! איך!‟
דאָלאָרעס: (פֿאַרלאָזט דעם זום. מע זעט זי נישט מער).
האָסט: זאָג מיר „איך-איך-איך, פֿון וואַנעט ביסטו? פֿון וועלכן לאַנד? פֿון וואָסער שטאָט?
דיטריך: אַלאַסקאַ. פֿון אַ קליין דערפֿעלע.
האָסט: אַזש ביז אַ-לאַס-קאַ דערגרייכט דער זום! נסים־ונפֿלאָות! און איר, מאַרק? פֿון וועלכן דערפֿעלע זענט איר?
מאַרק: ניו-יאָרק. נאָר כ’דאַרף באַלד אַוועק.
האָסט: „אַוועק‟, האָט איר געזאָגט?! קאָנט איר איבערחזרן?
מאַרק: כ’דאַרף באַלד אַרויסגיין.
האָסט: (מאַכט חוזק. מיט אַ ניגון) כ’דאַרפֿבאַלדאַרויסגיין… אַוווּ גענוי? אייראָפּע? סקאַנדינאַוויע?
מאַרק: אַנטשולדיקט. (גייט אַרויס.)
האָסט: כ’ווייס. פֿאַראַן פּאַרשוינען, טיפּן, וועלכע האָבן פֿײַנט זום. שטאַרק פֿײַנט. ס’דערוועקט אין זיי אַ מין עקל. גאָרנישט ווייסן זיי, נישט וועגן פֿייסבוק, וואַצאַפּ, אינסטאַגראַם, טיק-טאָק, טוויטער. זאָגן דעם ריינעם אמת? רחמנות האָב איך אויף זיי! נו… מילא. פּאָליטיקל קאָרעקט. אין פּנים וועל איך זיי קיין מאָל ניט זאָגן, ווי פּרימיטיוו און עם-הארציש זיי זענען… זאָג איך נאָר (מיט אַ קינסטלעכן שמייכל) „גליקלעך זענט איר, וואָס איר ווייסט גאָרנישט פֿון די אַלע מעדיקאַמענטן… זײַט מוחל, די אַלע טעכנאָלאָגיעס פֿון 21סטן יאָרהונדערט. כ’בין אײַך ממש מקנא!‟ (דיטריך פֿאַרלאָזט דאָס אָרט און מ’זעט אים נישט מער) נו, אַזוי זאָג איך זיי. פֿאַר זיך אָבער טראַכט איך, „אויסגעמעקטע פֿון דער ציוויליזאַציע. דינאָזאַורן!‟ נו, גענוג געפּלאַפּלט. איצט ערנסט. דיטריך, טײַערער, האָט איר אַ מאָל געהערט פֿון מאַרטין בובערס פֿילאָזאָפֿיע „איך און דו‟? אַ געדאַנק, וואָס כּל בן-אָדם קאָן גלײַך אויפֿנעמען. די רעפֿלעקסיע שטעקט דערין, די טיפֿקייט, איר או-ני-ווער-סאַ-לי-זם! „דו און איך‟. איך און… צום טײַוול, דיטריך, אַוווּ ביסטו אַהינגעקראָכן, שלימזל? דיך אויסזוכן? פּאַסט עס פֿאַר מיר? (קוקט זיך אַרום און זעט, אַז אַלע עקראַנען זענען פֿאַרשלאָסן. איז זיך משתּומם, נאָר באַלד קומט ער צו זיך און נעמט רעדן אומאויפֿהערלעך. שפּילט צוויי ראָלעס.)
האָסט 2: (הייבט אויף די האַנט. וויל עפּעס פֿרעגן.)
האָסט 1: און דו, טײַערער… (גאָר פֿרײַנדלעך) ווי הייסטו? פֿון וואַנעט קומסטו? צו וואָס שטרעבסטו אין לעבן? (ענדערט דעם טאָן) ווילסט עפּעס פֿרעגן? אַדרבא. גיב אַ פֿרעג!
האָסט 2: (נאַיִוו) ווער איז דאָ דער האָסט?
האָסט 1: (בייז) וואָס זאָגסטו, כוליגאַן? ווייסט נישט ווער דער האָסט איז?
האָסט 2: (אין אַ זײַט. שטיל) צעדרייטער. משוגע אויפֿן גאַנצן קאָפּ!
האָסט 1: (מיט אַ ברייטן שמייכל) ווי הייסטו? פֿון וואַנעט קומסטו?
האָסט 2: (מבֿולבל) פֿאַרגעסן… אַלץ פֿאַרגעסן…
האָסט 1: און די עיקר זאַך… צו וואָס שטרעבסטו אין לעבן?
האָסט 2: זום… זום….. זום-זום-זום… (הייבט אָן צו טאַנצן.)
האָסט 1: זום.
האָסט 2: …און ווײַטער זום.
ס ו ף