נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 71

די מיטאַרבעטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל “ייִדישפּיל” פּראָטעסטירן קעגן דער רעגירונג

דער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל “ייִדישפּיל” — אין סכּנה!

אַז אין ישׂראל האָט זיך געשלאָסן דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער האָב איך זיך דערוווּסט נישט פֿון די ייִדישיסטישע קרײַזן אין דער מדינה, נאָר דווקא פֿון אַ מענטש, וואָס ייִדיש האָט מען בײַ אים גערעדט אין זײַן היימשטאָט סטאָראָזשינעץ; ייִדיש קלינגט אים אין די אויערן, נאָר עס איז נישט אויף דער צונג. פֿון דעסטוועגן, פֿלעגט ער נישט דורכלאָזן קיין ייִדישע פֿאָרשטעלונג און מײַדט ביז הײַנט נישט אויס די געלעגנהייט אַרײַנדרייען אין אונדזער שמועס אַ ייִדיש וואָרט, אַ ווערטל, געהערט פֿון זײַן מאַמען. און אַזעלכע פֿאַרברענטע ליבהאָבערס פֿון ייִדיש איז אין ישׂראל נישט ווייניק; פֿון זיי איז בדרך־כּלל באַשטאַנען דער ייִדישער טעאַטער־עולם.

זײַן ביטערע בשׂורה האָט מײַן פֿרײַנד פֿאַרענדיקט מיט די ווערטער: „ביסט אַ ייִדישער שרײַבער און דו דאַרפֿסט עפּעס טאָן!‟

האָב איך קודם־כּל אָנגעשריבן מײַן פֿרײַנד אַבֿרהם נאָווערשטערנען, דעם דירעקטאָר פֿון „בית שלום־עליכם‟, אַ גרויסן מומחה אינעם תּחום פֿון ייִדישער ליטעראַטור.

„טײַערער אַבֿרהם,
איך האָב די טעג זיך דערוווּסט וועגן דעם, אַז צוליב פֿינאַנציעלע סיבות, איז געשלאָסן געוואָרן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. איך ווייס גוט, וואָס דער טעאַטער האָט מיט זיך אין תּוך פֿאָרגעשטעלט נאָך שמואליק עצמונס תּקופֿה, אָבער דער פֿאַקט אַליין פֿון שליסן אַ ייִדישע אינסטיטוציע אין ישׂראל, איז אַ סכּנהדיקער אָנדײַט פֿאַר אַלע אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס אין לאַנד. און מע דאַרף זיך נישט מאַכן כּלא־ידע, אַז מיך וועט עס נישט אָנרירן! דערקלער מיר, ביטע, וואָס מיינסטו דערויף? צי דאַרף מען עס טאַקע אַראָפּשלינגען און זיך אָפּווישן דאָס מויל?

וואָס שייך „ייִדישפּיל‟ ווייס איך גאָרנישט דירעקט, ווײַזט אויס, אַז אין ניו-יאָרק ווייסט מען מער ווי אין תּל-אָבֿיבֿ…

צופֿעליק אָבער האָב איך זיך עפּעס דערוווּסט: ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער מיניסטעריום וואָס פֿלעגט איבערשיקן געלט אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס עס קומען פּענסיאָנערן צו די פֿאָרשטעלונגען, האָט עס אויפֿגעהערט צו טאָן, אָדער באַשלאָסן, אַז דאָס געלט גייט דורך אַן אַנדער מיניסטעריום, איז „ייִדישפּיל‟ געבליבן אָן ממשותדיקע פֿאָנדן.

אָבער אין תּוך גענומען האָט „ייִדישפּיל‟ פֿאַרלוירן זײַן קינסטלערישע באַרעכטיקונג, זײַן ייִדיש-באַרעכטיקונג און אפֿשר אויך זײַן מאָראַלישע באַרעכטיקונג. מע שטעלט פֿאָרשטעלונגען, וואָס די אַקטיאָרן קענען נישט קיין ייִדיש, אָדער זיי קענען קוים ייִדיש, און בײַ זיי אַרויסרעדן אַ ייִדיש וואָרט איז ווי האַלטן הייסע קאַרטאָפֿל אין מויל, דער עולם פֿאַרשטייט שוין נישט קיין ייִדיש, און לייענט די עלעקטראָנישע קעפּלעך, די פֿאָרשטעלונגען האָבן נישט קיין טעם און דער עולם ווערט אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן קלענער. מע פּרוּווט זיך ראַטעווען מיט אימפּרעזעס, וואָס זענען פֿאַקטיש אויף העברעיִש מיט אַ קליינעם צומיש פֿון ייִדיש. איך בין שוין לאַנג נישט געגאַנגען אויף זייערע פֿאָרשטעלונגען, פּשוט כּדי נישט צו האָבן קיין האַרצווייטיק, און די לעצטע פֿאָרשטעלונג, וואָס כ’האָב געזען, האָט דעם האַרצווייטיק נישט געמאַכט קלענער.

קיין השפּעה אויף אַנדערע אינסטיטוציעס וועט עס אָבער נישט האָבן. פֿאַקטיש זענען געבליבן נאָר צוויי: „בית לייוויק‟ און „בית שלום־עליכם‟, וואָס מיר לעבן פֿון אַ פֿאָנד און מיר באַקומען פֿון קיינעם נישט קיין הילף. אויף אונדז וועט עס נישט האָבן קיין השפּעה. דאַרפֿסט נישט מיינען, אַז אין ישׂראל איז דאָ עפּעס אַ פֿאַראַלגעמיינערטע באַציִונג צו ייִדיש. מע האָט גרעסערע צרות ווי דער חורבן פֿון ייִדיש, און קיין פֿאַראַלגעמיינערטע באַציִונג איז נישטאָ.

דעמאָלט האָב איך אָנגעשריבן דעם דירעקטאָר פֿון דער צווייטער „געבליבענער אינסטיטוציע‟, „בית לייוויק‟, דניאל גלאַי, שרײַבער און קאָמפּאָזיטאָר. און אָט איז זײַן ענטפֿער:

איך ווייס זייער ווייניק.
בקיצור, דאָס טעאַטער האָט נישט באַקומען קיין סובווענציעס שוין אַ פּאָר חדשים.
זעט אויס, אַז דער מיניסטעריום, מיט וועלכן זיי זענען געווען פֿאַרבונדן איז אַריבער אין די הענט פֿון אַ ש”סניק, פֿאַר וועמען ייִדיש איז אין גאַנצן נישט וויכטיק. די מעשׂה איז גאַנץ פּשוט. ווי דו אַליין ווייסט, איז עס נישט נאָר ש”ס, נאָר ס’איז די גאַנצע רעגירונג.

וואָס דאַרף מען טאָן? די ייִדישיסטן מוזן פֿאַרלייגן אַן אידעאָלאָגיע, וואָס גייט פֿריִער פֿון ייִדיש און ליטעראַטור. ייִדיש אָן קיין עטנישע אַשכּנזישע אויפֿפֿאַסונג איז נעבעכדיק. ייִדיש אַליין פֿאַרן עולם אין ישׂראל האָט נישט קיין שום ספּעציעלן באַדײַט. און צווישן אונדז, דאָס „ייִדישפּיל‟-טעאַטער איז געפֿירט געוואָרן אַזוי כאַלטוריסטיש… אַז יאָ טעאַטער, נישט טעאַטער האָט קיין שום אונטערשיד נישט.

לייוויק-הויז‟ נייטיקט זיך איצט אין 100,000 שקלים פֿאַר אַ דרינגענדיקן רעמאָנט. וועט דער „ייִדישפּיל‟ אונדז אַרויסהעלפֿן?…

דער סטאַטוט פֿון ייִדיש אין הײַנטיקער מדינת־ישׂראל דערמאָנט מיר דעם סטאַטוט פֿון אַ ייִד אין די תּפֿוצות. ווי עפּעס עס טרעפֿט אַ פּאָליטישע זאַווערוכע אין לאַנד, זײַנען לסוף אין דעם שולדיק די ייִדן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון די לעצטע געשעענישן אין ישׂראל, ווען די עקסטרעם־רעכטע און אולטראַ־אָרטאָקסישע פֿאַנאַטיקער פֿירן דאָס לאַנד צו אַ הפֿקר־תּהום, ווען אַ חבֿר־כּנסת קאָן פּראָקלאַמירן בקול־רם, אַז צו ווייניק אַשכּנזישע ייִדן האָט מען אומגעבראַכט אינעם חורבן, — זעט באמת די גאַנצע מעשׂה אַרום „ייִדישפּיל‟ אויס ווי אַ נישטיקער קרבן אָדער אַ קול־קורא אין דער ישׂראלדיקער צעשפּאַלטענער געזעלשאַפֿט…

יולי 25, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment