געטאָ וויילט אויס דאָס לעבן

דער מחבר, משה לעמסטער, איז ניט געווען אין געטאָ, ער איז געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה. נאָר זײַנע עלטערן, דער טאַטע און די מאַמע אין זייערע יונגע יאָרן, נאָך פֿאַר חתונה האָבן, זענען געווען אַסירים פֿון טראַנסניסטריע־געטאָס. דער מאַמעס דערציילונגען (דער טאַטע איז געשטאָרבן, ווען דער מחבר איז אַלט געווען 2 יאָר מיט עטלעכע חדשים) ליגן אין יסוד פֿון דעם טעמאַטישן בוך־אינהאַלט. אין זײַנע שאַפֿונגען האָט משה לעמסטער אויסגעדריקט די טרויעריקע מיטגעפֿילן און מיטליידן אַזוי בולט און אָנזעעוודיק, גלײַך ווי ער וואָלט אַליין דורכגעמאַכט די שוידערלעכע וועגן פֿון יסורים און מאַטערנישן. אין זײַנע לידער באַוויינט ער און באַזינגט די רוצחיש פֿאַרפּײַניקטע ייִדן, וואָס האָבן לײַדנשאַפֿטלעך געוואָלט לעבן און טאַקע אין די שווערסטע באַדינגונגען פֿאָרט באַזיגט דעם טויט. דער מחבר פּרוּווט צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: וווּ איז געווען גאָט אין די טראַגישע צײַטן? און דער עיקר — דאָס בוך רופֿט די מענטשן צו זײַן וואַכזאַם און ניט דערלאָזן נײַע גרוילן פֿון אַ נײַער מלחמה.
דער קינסטלער פֿונעם בוך וואָלף בולבע מאָלט די העלדן און די געשעענישן אין געטאָ אויפֿן הינטערגרונט פֿונעם תּורה־כּתבֿ. דערמיט שטרײַכט ער אונטער די אידעע פֿונעם בוך — גאָט איז אויך געווען אין געטאָ, געליטן דאָרט מיט אַלע אין איינעם און אויך געהאָלפֿן די מענטשן צו פֿאַרהיטן די גײַסטיקע און פֿיזישע כּוחות אין קאַמף פֿאַרן לעבן. די לידער און די פּראָזע זענען אויך איבערגעזעצט אויף רוסיש. די ייִדישע הקדמה האָט אָנגעשריבן מיכאל קרוטיקאָוו. דער רעדאַקטאָר פֿונעם בוך איז מרדכי יושקאָווסקי. 

Leave a comment