אין די טעג פֿון קאָראָנאַווירוס (המשך)

יעווגעני קיסין

אַפּריל 14

אױסגעקליבן דעם האַמבורגער פֿאָרטעפּיאַן, װײַל דער אַמעריקאַנער קלינגט צו שאַרף. אױפֿן האַמבורגער קלאַװיר נעמט דער אײבער–רעגיסטער די אייבערהאַנט איבער דעם אונטערשטן, און מע דאַרף זיך צופּאַסן צו דעם, מאַכן כּסדר די לינקע האַנט גרינגער. געאַרבעט אױף דער בינע ביז 11.30 אין דער פֿרי, נאָך דעם — אינעם קעלער.

געגאַנגען אױף דער פּאָטשט, כּדי אָפּצושיקן עפּעס אין אַ געװײנטלעכן קאָנװערט: אַצינד קאָן מען עס פֿונעם האָטעל מער נישט טאָן. אױך קײן „רום–סערװיס‟ איז דאָרט נישטאָ. שפּאַצירט איבער מישיגען–אַװעניו און װײַטער, געשפּאַנט אַן ערך 9 קילאָמעטער. מע זעט דאָ נישט װײניק אוקראַיִנישע פֿענער. ס׳איז דאָ אױך פֿאַראַן אַ ריזיקער בנין מיט דער אױפֿשריפֿט TRUMP; אַפֿילו אַצינד קאָן מען זיך אין ערגעץ נישט אַהינטאָן פֿון אים…

פֿיל מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אין שיקאַגע, נאָר גאָרנישט שײנס האָב איך דאָ ניט געזען, אַ חוץ דעם אינערלעכן טײל פֿונעם קאָנצערט–זאַל און די בילדער אינעם קונסט–אינסטיטוט. איך קום צו פֿאָרן אַהער אַלע מאָל מיט פֿאַרגעניגן, נאָר װױנען דאָ װאָלט איך נישט געװאָלט. צום באַדױערן, זעלטן–װען גיט מיר זיך אײַן אַרײַנגײן אינעם קונסט–אינסטיטוט…

מאָלערײַ האָב איך ליב באַקומען נאָך אין קינדשאַפֿט; סקולפּטור און אַרכיטעקטור — שפּעטער, נאָר אױך זײער שטאַרק. װען איך בין געװען אַ קינד, זײַנען בײַ אונדז אין שטוב געװען אַ סך אַלבאָמען פֿון מאָלערײַ, און איך האָב זײער ליב געהאַט זײ צו באַטראַכטן. זינט דעמאָלט האָב איך זיך אַװדאי דערװוּסט אַ סך נײַע זאַכן, נאָר לעאָנאַרדאָ דאַ װינטשי, מיקעלאַנדזשעלאָ, ראַפֿאַעל, על גרעקאָ, װעלאַסקעס, רעמבראַנדט, מאָנע און פֿיל אַנדערע זײַנען פֿאָרט אױף שטענדיק געבליבן זײער נאָענט מײַן האַרצן. אַ ביסל שפּעטער האָב איך אַנטפּלעקט פֿאַר זיך און שטאַרק ליב באַקומען שאַגאַלן (כ׳געדענק די גרױסע אױסשטעלונג פֿון זײַנע בילדער אין טאָקיִאָ אין נאָװעמבער 1989) און נאָך שפּעטער — באָסכן, קאַנאַלעטאָ, טיאָרנערן…

װי אַ קינד, האָב איך אױך זײער ליב געהאַט רוסישע קינסטלערס, אײַנשליסנדיק די אַזױ גערופֿענע גרופּע „איבערוועגלערס‟, נאָר שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז קיין נײַע אַנטפּלעקונגען האָבן זײ אין קונסט ניט אַרײַנגעבראַכט. צום ערשטן מאָל האָב איך דערהערט אָט דעם געדאַנק פֿון יורי טעמירקאַנאָװן [1]; כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן — יאָ, ס׳איז טאַקע אַזױ. זײ פֿלעגן מאָלן אױף זײער אַ הױכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניװאָ דעם רוסישן לעבנס–שטײגער און שײנע פּײסאַזשן — און שוין. דעריבער טאַקע קען מען זײ נישט אױסער רוסלאַנד (אָדער דעם געװעזענעם מיזרחדיקן בלאָק), אין אונטערשײד פֿון די רוסישע שרײַבערס און קאָמפּאָזיטאָרן. יורי כאַטוּיעװיטש האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז דער אײנציקער באמת גרױסער רוסישער קינסטלער איז געװען װרובעל; איך װאָלט צוגעגעבן אױך אײַװאַזאָװסקין. 

מיט אַן אַנדער מײנונג טימערקאַנאָװס אָבער האָב איך בשום–אופֿן נישט געקאָנט און װעל קײן מאָל נישט קאָנען מסכּים זײַן: ער האַלט, אַז פּיקאַסאָ איז נישט געװען קיין גרױסער קינסטלער. אין אַלגעמײן גענומען, איז פּיקאַסאָס שאַפֿונג נישט נאָענט מײַן האַרצן (כאָטש, צום בײַשפּיל, זײַנע „דער אַלטער גיטאַריסט‟ און „דער קנאַפּער מאָלצײַט‟, װאָס געפֿינען זיך דאָ אינעם קונסט–אינסטיטוט, האָב איך זײער ליב), נאָר אַזױנס קאָן איך נישט פֿאַרשטײן: װי קאָן מען אָפּלײקענען די גרױסקײט פֿון דעם, װאָס געפֿינט זיך אין דער געשיכטע שױן זײער לאַנג צווישן די גרױסע? יורי כאַטוּיעװיטש איז אַ קלוגער מענטש; שױן זשע איז עס נישט פֿאַרשטענדלעך, אַז מיטן אורטײל פֿון דער צײַט שטרײַט מען נישט? אַפֿילו אַזאַ גרױסער שרײַבער װי לעװ טאָלסטױ מיט זײַנע פּרוּװן צו „אַנטקרױנען‟ שעקספּירן האָט דערװיזן בלױז, אַז נישט געקוקט אױף זײַן, טאָלסטויס, זשעני, האָט אים צו מאָל נישט געקלעקט קיין שׂכל. שױן זשע לערנט נישט קיינעם טאָלסטױס דורכפֿאַל?

אױף אַזעלכע בײַשפּילן איז מיר נישט אײן מאָל אױסגעקומען אָנצוטרעפֿן — און יעדעס מאָל ברענגט עס מיך ממש אױף. אַ מאָל, למשל, האָט אײנער אַ מענטש, װאָס האָט דערגרײכט אין זײַן לעבן ניט מער װי דאָס אָרט פֿון אַ קלאַרנעטיסט אין אַ צװײטראַנגיקן אָרקעסטער, געהאַלטן אין אײן טענהן אין זײַנע בריװ צו מיר, אַז קאַראַיאַן איז ניט געװען קיין גרױסער דיריגענט, און דער בערלינער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער איז ניט געװען דער בעסטער אָרקעסטער, און דער גאַנצער זשום און רעש אַרום זיי איז געװען אַ דאַנק דער רעקלאַמע פֿון „דױטשע גראַמאָפֿאָן‟. דערבײַ האָט ער געהאַלטן אין אײן איבערחזרן: „ס׳איז אַ געשמאַק–זאַך.‟ נו יאָ, פֿאַרשטײט זיך: אײניקע מענטשן האָבן אַ גוטן געשמאַק, די אַנדערע — אַ שלעכטן. נאָר װאָס פֿאַר אַ זעלבסטמײנונג און תּיפּשות דאַרף מען פֿאַרמאָגן, אױב מע האָט אַלײן עפּעס ממשותדיקס ניט דערגרײכט, נאָר דערבײַ לײקנט מען אָפּ דאָס, װאָס איז אָנערקענט פֿון דער גאַנצער װעלט און שױן לאַנג געבליבן אין דער געשיכטע?!..

כ׳געדענק, װי טעמירקאַנאָװ האָט מיר אױך געזאָגט, אַז ער האָט ניט איבעריק ליב די רוסישע מוזיק, „אָט דעם עמאָציאָנעלן סטריפּטיז‟. אַזאַ געפֿיל האָב איך קײן מאָל נישט פֿאַרזוכט, די רוסישע מוזיק איז מיר שטענדיק געװען זײער נאָענט — און אינטערעסאַנט, אַז פֿון טעמירקאַנאָװס גאַנצן רעפּערטואַר, װאָס איך האָב געהערט, איז אים אַם בעסטן געלונגען טאַקע די רוסישע מוזיק! דער אײנציקער אױסנאַם איז געװען „Ein Heldenleben“ און “Carmina Burana”, װי אױך בראַמס׳ 2טער קאָנצערט, װאָס מיר האָבן געשפּילט צוזאַמען…

אין סקולפּטור איז אַן עכטע אַנטפּלעקונג פֿאַר מיר געװאָרן בערניני. כאָטש צו יענער צײַט האָב איך שױן געהאַט געקענט און ליב געהאַט דאָס לעבן אי מיקעלאַנדזשעלאָ, אי ראָדענען, דערזען און באַטראַכט אַרום און אַרום „אַפּאָלאָן און דאַפֿנאַ‟, האָב איך פֿאַרשטאַנען אין דער פֿולער מאָס, װאָס פֿאַר אַ מײַסטער–שטיק מע קאָן שאַפֿן אין אָט דעם מין קונסט. נו, און בערניניס „דוד‟ איז אַװדאי אומפֿאַרגלײַכלעך מער רעאַליסטיש און לעבעדיק, אײדער מיקעלאַנדזשעלאָס באַרימטע קלאַסישע סקולפּטור. 

פֿון דעסטװעגן, בײַ מײַן גאַנצער אומגעהײַערער ליבע צו קונסט, װען איך קום אין אַן אַנדער שטאָט און האָב אַ ביסל פֿרײַע צײַט, צװישן גײן אין אַ מוזעום און גײן אױף אַ שפּאַציר קלײַב איך געװײנטלעך אױס דאָס לעצטע: עס װיל זיך אַרײַנצוטאָן אין דער שטאָטס אַטמאָספֿער, אײַנזאַפּן זי אין זיך. באַזונדערס, אַװדאי, אין אײראָפּע, װוּ פֿיל שטעט זײַנען אַלײן װי מוזעומס אױף דער פֿרײַער לופֿט, — און אױף אַזאַ אופֿן קאָן מען געניסן די גרױסע אַרכיטעקטור. 

אַפּריל 15

געאַרבעט אױף דער בינע ביז פֿינף אַזײגער אין אָװנט. צעקלאַפּט אַ ביסעלע דעם גראָבן פֿינגער פֿון מײַן רעכטער האַנט; אַבי נאָר ער זאָל זיך פֿאַרהײלן ביז מאָרגן. נאָך דער רעפּעטיציע האָב איך געטראָפֿן לענאַ און געזאָגט איר, אַז אױב זײ װילן רעקאָרדיקן מײַן קאָנצערט פֿאַר זײער אַרכיװ, װעל איך זײַן זײער צופֿרידן. עס העלפֿט װירקלעך אַ סך — צו הערן רעקאָרדירונגען פֿון די אײגענע קאָנצערטן. מײַן גאַנץ לעבן, זינט איך האָב אָנגעהױבן שפּילן אױף אַ פֿאָרטעפּיאַן, איז דאָס סאַמע שװערסטע פֿאַר מיר געװען, זײַענדיק פֿאַרכאַפּט מיט דער מוזיק, צו הערן, װי מײַן שפּילן קלינגט אָביעקטיװ פֿון דער זײַט; באַזונדערס אין קאָנצערטן, װען דאָס האַרץ קלאַפּט גיכער. כאָטש איך גיב קאָנצערטן שױן קנאַפּע פֿערציק יאָר, טרעף איך נאָך אַלץ אָן צו מאָל אױף אומדערװאַרטקײטן, װען איך הער פֿון זײ מײַנע רעקאָרדירונגען. דעריבער בעט איך קאַרינאָטשקע, אַז זי איז מיט מיר, זי זאָל רעקאָרדירן אַלע מײַנע קאָנצערטן אױף איר אײַפֿאָן, און װען נישט — לײג איך פֿאָר די אָרגאַניזאַטאָרן, זײ זאָלן עס טאָן. און צו מאָל העלפֿט עס טאַקע באמת. 

אין דער הײם–אַרבעט קאָן עס אױך העלפֿן. כ׳געדענק, װי איך האָב געלערנט דעם דריטן טײל פֿון בעטהאָװענס „האַמערקלאַװיר‟–סאַנאָטע. כ׳האָב רעקאָרדירט מײַן שפּילן, געהערט די רעקאָרדירונג — נײן, ס׳איז צו לאַנגזאַם, די פֿאָרם צעפֿאַלט זיך. װידער געשפּילט און רעקאַרדירט זיך, געהערט — בעסער, נאָר נאָך נישט גענוג גוט, עס קלינגט צו לאַנג… און אַזױ האָב איך עס געטאָן עטלעכע מאָל, ביז כ׳האָב נישט דערגרײכט אַ גוטן רעזולטאַט. בײַם שפּילן אָבער, װען איך האָב זיך נאָר װאָס אױסגעלערנט יענעם טײל, זײַענדיק פֿאַרכאַפּט מיט דער מוזיק־טיפֿקײט און טראַגיזם און סטאַרענדיק זיך אױסדריקן זײ אין דער פֿולער מאָס, האָב איך נישט באַזיניקט, אַז דער טעמפּ איז געװען צו לאַנגזאַם.

געגאַנגען אױף אַ װעטשערע מיט די שעפֿילדס אין פּעמס קלוב, װאָס געפֿינט זיך זײער נאָענט פֿון מײַן האָטעל. זי האָט מיך געפֿרעגט, צי דער האָטעל איז נישט געװאָרן ערגער, און געזאָגט, אַז אײניקע מוזיקאַנטן האָבן זיך איר שױן געהאַט געקלאָגט אױף דעם און אַצינד שטעלן זײ זיך אָפּ אין אַנדערע האָטעלן דאָ נישט װײַט (אַ ביסל װײַטער פֿונעם זאַל).   

בעת דער װעטשערע האָט זי מיר געװיזן פֿאַרשײדענע אַפּליקאַציעס אױף איר אײַפֿאָן, װאָס האָבן אַ שײַכות צו מוזיק, רײַזעס, דעם קאָסמאָס און אַזױ װײַטער. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז שױן צװעלף יאָר יעדן דינסטיק הערט זי לעקציעס װעגן Apple. זי האָט אױך געזאָגט, אַז אַצינד איז געפֿערלעך אַרױסצוגײן אין דרױסן בײַ נאַכט סײַ דאָ אין שיקאַגע, סײַ אומעטום אין אַמעריקע: „ס׳איז פֿאַראַן צו פֿיל געװער אינעם לאַנד, מער געװער, אײדער מענטשן. און ס׳איז נישט בלױז פֿאַר זעלבשוץ: מע קאָן אײַנקױפֿן אױך שלאַכט–געװער‟. — „זעט אױס, אַז פֿיל מענטשן װילן עס‟, — האָב איך געזאָגט. „יאָ, נאָר איך פֿאַרשטײ נישט, פֿאַר װאָס.‟ — האָט פּעם געענטפֿערט. און פּעם איז, אַגבֿ, גאָר נישט קײן לינקע! אַ קלאָרער פֿאַרשטאַנד איז אַ קלאָרער פֿאַרשטאַנד, נישט װיכטיק, צי מע איז אַ רעכטער, צי אַ לינקער. און אַז מע האָט אים נישט, פֿאַרשאַפֿט מען גרױסע פּראָבלעמען אי פֿאַר זיך אַלײן, אי פֿאַר אַנדערע מענטשן — צו מאָל פֿאַר זײער אַ סך אַנדערע מענטשן…

יעווגעני קיסין

געלײענט די נעכטיקע און (טײלװײַז) די הײַנטיקע נײַעס. דער קאָשמאַר אין אוקראַיִנע און אין רוסלאַנד גײט אָן װײַטער. דאָס אוקראַיִנישע מיליטער בהדרגה פֿאַרלאָזט באַכמוט. װײַזט אױס, אַז מע װעט אײַנפֿירן אין רוסלאַנד טױטשטראָף. אַ רוסלענדישע מינע האָט זיך אױפֿגעריסן אױף דער זאַפּאָראָזשיער אַטאָמישער עלעקטראָסטאַנציע.

נאַװאַלני [2] האָט אױפֿגערופֿן די גרוזינישע רעגירונג אָפּלאָזן סאַאַקאַשװילי [3] זיך צו היילן. ס׳װאָלט געװען נאָך בעסער, װען ער װאָלט געבעטן מחילה פֿאַרן אונטערהאַלטן די מלחמה אין 2008; דעמאָלט אָנגערופֿן די גרוזינער מיט אַ זידלװאָרט. אַצינד, נאָך אַלעמען, װאָס נאַװאַלני האָט איבערגעליטן אין די לעצטע יאָרן, און װען מע האַלט אין אײן איזדיעקעווען זיך איבער אים, װילט זיך װעגן אים נישט רײדן קיין שלעכטס — נאָר יענעם אינצידענט קאָן איך פֿאָרט נישט פֿאַרגעסן און נישט אַנטשולדיקן.

נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז סע װילט זיך נישט זאָגן קיין שלעכטס װעגן קרבנות פֿון אומרעכט, — און צו מאָל זאָל מען עס טאַקע נישט טאָן, װײַל עס װעט צושפּילן די סאַמע געפֿערלעכע רשעים. אין געװיסע מאָמענטן אָבער מוז מען עס פֿאָרט טאָן; די פֿראַגע איז װען עס צו טאָן, ווען איז דער פּאַסיקער מאָמענט — און דאָ קאָן מען, אַװדאי, באַגײן אַ פֿעלער.

װױנאָװיטש, אַשטײגער, האָט זיך נישט געאײַלט עפֿנטלעך אַרױסצוזאָגן זײַן אַנטױשונג אין סאָלזשעניצינען. פֿון דעסטװעגן, איז געקומען דער מאָמענט, װען װלאַדימיר ניקאָלאַיעװיטש האָט דערפֿילט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט זיך אַרויסזאָגן וועגן דעם פֿאַרליבטן אין זיך רעאַקציאָנער דאָס, װאָס ער האָט פֿאַרדינט, נישט געקוקט אױף זײַנע אַמאָליקע לײדן און פֿאַרדינסטן. כאָטש דעמאָלט האָבן פֿיל מענטשן זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף װױנאָװיטשן, האָט די געשיכטע געװיזן, אַז ער איז געװען גערעכט.

אין דער נאָענטער צוקונפֿט װעט בלױז אַ באַגרענעצטער קרײַז מענטשן איבערלײענען אָט די נאָטיצן מײַנע. אױב אַ מאָל װעט מען זײ איבערזעצן אױף אַנדערע שפּראַכן, װעט צו יענער צײַט, גלייב איך, די מלחמה זיך פֿאַרענדיקן; מעגלעך, אַז דעמאָלט װעט מען אײניקע זאַכן אױפֿנעמען אַנדערש. דעריבער װעל איך אַצינד אָנשרײַבן דאָס, װאָס כ׳װעל אָנשרײַבן, כאָטש מיר איז שװער צו שרײַבן אַזױנס אין דער איצטיקער סיטואַציע. און דאָך װעל איך עס טאָן, װײַל ס׳איז אמת.

זינט דעם 24סטן פֿעברואַר 2022 האָט מײַן נשמה געהערט צו אוקראַיִנע. קײן מאָל פֿריִער האָב איך נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ מאָל װעלן די געשעענישן, װעלכע קומען פֿאָר אין אוקראַיִנע (אָדער אין אַ װאָסער–ניט–איז אַנדער לאַנד), מיך אױפֿרעגן מער, װי דאָס, װאָס עס קומט פֿאָר אין ישׂראל, — און דאָך אין די לעצטע קנאַפּע פֿערצן חדשים איז עס געװען דװקא אַזױ. איך האָב געטאָן אַלץ, װאָס כ׳האָב געקאָנט טאָן: אי אָנטײלגענומען אין פֿאַרשײדענע קאָנצערטן לטובֿת אוקראַיִנע, אי געשיקט געלט פֿאַר דער אוקראַיִנישער אַרמײ און קרבנות פֿון דער מלחמה, אי אָנגעשריבן אַ טריִאָ װעגן דער מלחמה, אי (כאָטש מײַן גאַנץ לעבן האָב איך עס געהאַסט) געגעבן פֿיל אינטערװיוען, אין װעלכע איך האָב אױפֿגערופֿן די מערבֿדיקע פּאָליטיקערס און בירגער צו טאָן אַלץ, װאָס איז מעגלעך און אוממעגלעך, כּדי צו העלפֿן אוקראַיִנע און בשום–אופֿן נישט מורא האָבן ניט פֿאַר פּוטינס נוקלעאַרן שאַנטאַזש, ניט פֿאַר די הױכע הײצװאַרג–פּרײַזן, דערקלערנדיק פּרטימדיק, אַז אױב, חס–וחלילה, אוקראַיִנע װעט לײַדן אַ מפּלה, װעט עס זײַן אַ מפּלה פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט. איך װאָלט זײער געװאָלט, אַז די אוקראַיִנישע אַרמײ מיט דעם מערבֿס הילף זאָל דערגײן ביז מאָסקװע, פֿאַרניכטן פּוטלערס רעזשים און אָקופּירן רוסלאַנד אין משך פֿון אַם װײניקסטן פֿופֿציק יאָר, פּונקט װי מע האָט אָקופּירט דײַטשלאַנד אַ האַלבן יאָרהונדערט נאָך דער צװײטער װעלט–מלחמה, װײַל איך האַלט, אַז גראָד דאָס װאָלט געװען דער יושרדיקער סך–הכּל פֿון אָט דער מלחמה, נישט בלױז פֿאַרטרײַבן דאָס רוסלענדישע מיליטער פֿון דער אוקראַיִנישער טעריטאָריע. איך בין באמת אַנציקט פֿון דער מוט און העלדישקײט פֿון דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט, דער אַרמײ און דעם פֿאָלק, און איך האַלט, אַז זײ דאַרפֿן ווערן אַ מוסטער פֿאַר דער וועלט. דעריבער טאַקע טוט מיר נאָך מער װײ אײן זאַך…

װען מע פֿרעגט מיך, װאָס איך מײן װעגן די אױפֿרופֿן צו בױקאָטירן די רוסישע קולטור און מוזיק בפֿרט, ענטפֿער איך אַלע מאָל, אַז איך פֿאַרשטײ די געפֿילן פֿון אַ סך אוקראַיִנער און זײ האָבן דאָס רעכט אַרױסצורוקן אַזעלכע פֿאָדערונגען, נאָר איך האַלט, אַז מע זאָל עס אין קײן פֿאַל נישט טאָן, װײַל עס װעט נאָר דינען פּוטינען. דאָס איז אמת — אָבער נישט דער גאַנצער אמת. מיר איז זײער שװער צו שרײַבן אייניקע נעגאַטיװע זאַכן װעגן די אוקראַיִנער אין דער איצטיקער סיטואַציע, נאָר צוליב דעם אמת מוז איך זאָגן: ס׳איז נישטאָ קײן געזעץ, װאָס פֿאַרװערט זײ זאָלן פֿאָדערן נישט צו שפּילן קײן רוסישע מוזיק אין די לענדער, װוּהין זײ זײַנען אַנטלאָפֿן. בײַ מײַן גאַנץ אומגעהײַער און אױפֿריכטיק מיטגעפֿיל צו אָט די פּליטים און צו אוקראַיִנע בכלל, האָבן זײ נישט קײן מאָראַליש רעכט אַרױסצורוקן אַזעלכע פֿאָדערונגען אין די לענדער, װאָס האָבן זײ אַרײַנגענומען צו זיך, — פּונקט װי די ייִדישע פּליטים בשעת דער צװײטער װעלט–מלחמה און דעם חורבן האָבן נישט געהאַט קײן מאָראַליש רעכט צו פֿאָדערן, מע זאָל אױפֿהערן שפּילן די דײַטשישע מוזיק אין די לענדער, װאָס האָבן זײ אַרײַנגעלאָזט צו זיך. אַגבֿ, קײנעם פֿון די ייִדן איז דעמאָלט נישט אײַנגעפֿאַלן אַזאַ געדאַנק; אַפֿילו אין פּאַלעסטינע, װי איך האָב זיך דערװוּסט פֿון דער אַרכיװיסטקע פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, פֿלעגט מען אין יענע יאָרן שפּילן אַ סך דײַטשישע מוזיק — אי באַכן, אי בעטהאָװען, אי װעבערן, אי בראַמסן, אי הינדעמיטן (דער לעצטער, װי באַװוּסט, איז געװען פֿאַרװערט אינעם נאַציסטישן דײַטשלאַנד). און אַזאַ שטעלע ברענגט מיך צום אויספֿיר, אַז אָט די פֿאָדערונג אַלײן איז אַבסאָלוט אידיאָטיש און דעמאָנסטרירט קלאָר די פּאָליטישע און קולטורעלע אָפּגעשטאַנענקייט פֿון יענע, װאָס רוקן זי אַרױס. באַזונדערס טרױעריק זעט עס אויס, װען דער אוקראַיִנישער קולטור–מיניסטער טרעט אַרױס מיט אַזאַ אױפֿרוף. דאָס איז ממש אַ שאַנד פֿאַר אוקראַיִנע, באַזונדערס אין דער איצטיקער סיטואַציע, און עס טוט איר אָן פֿיל שאָדן.

כאָטש איך בין אױפֿגעװאַקסן אין דער רוסישער קולטור, האַלט איך זי לחלוטין נישט פֿאַר מײַן קולטור, װײַל איך בין אַ ייִד, דערפֿאַר איז זי נישט די קולטור פֿון מײַן פֿאָלק; נאָך מער: די רוסישע ליטעראַטור (דער בעסטער טײל פֿון דער רוסישער קולטור) איז זײער אַנטיסעמיטיש. דעריבער „שטעל איך זיך איצט אײַן‟ פֿאַר דער רוסישער קולטור נישט װײַל איך האָב „קרובֿישע‟ געפֿילן צו איר, נאָר פּשוט מחמת ס׳איז באַרעכטיקט.

און אַצינד װעל איך מוזן זאָגן עפּעס װעגן אונדז ייִדן, װי באַלד דאָס איז אַ פֿראַגע, װאָס מע קאָן זי נישט אױסמײַדן.

הגם איך האָב זיך זײער אינטערעסירט מיט פּאָליטיק מײַן גאַנץ באַװוּסטזיניק לעבן, פֿלעג איך זיך לאַנגע יאָרן נישט אַרױסזאָגן עפֿנטלעך אױף אָט דער טעמע, װײַל איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז זײער אַ גרױסע פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט. איך האָב גוט געװוּסט, אַז נישט װײניק באַרימטע אַרטיסטן פֿלעגן אין זײער צײַט אָננעמען אַן אומריכטיקן צד אין פּאָליטיק, אונטערהאַלטנדיק פֿאַשיזם אָדער קאָמוניזם. אין משך פֿון עטלעכע יאָרן האָב איך געזען, אַז אײניקע מערבֿדיקע מאַסן–מעדיאַ באַציִען זיך אומיושרדיק בנוגע ישׂראל, און כ׳האָב געשװיגן. פֿון דעסטװעגן, װען איך האָב זיך דערװוּסט, אַז די פּערסישע דינסט פֿון בי–בי–סי האָט געהאַט אינפֿאָרמירט אירע לײענער, אַז די ייִדישע מלוכה כּלומרשט האַנדלט מיט אָרגאַנען פֿון די פּאַלעסטינער, איז עס געװאָרן פֿאַר מיר דער לעצטער טראָפּן; איך האָב דערפֿילט, אַז איך קאָן מער נישט שװײַגן, אָנגעשריבן אַן עפֿנטלעכן בריװ פֿון פּראָטעסט דעם גענעראַל–דירעקטאָר פֿון בי–בי–סי און גענומען געבן פּראָ–ישׂראלדיקע אינטערװיוען און פֿאַרעפֿנטלעכן פּראָ–ישׂראלדיקע מאַטעריאַלן אױף מײַן װעבזײַט. זינט דעמאָלט טו איך אַלץ, װאָס איך קאָן, כּדי איבערצוצײַגן װאָס מער מענטשן, אַז ישׂראל איז גערעכט און די אַנטי–ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע איז אַ שמוציק רכילות. 

אין דער זעלבער צײַט, האָב איך אין קײן אײן אינטערװיו זיך קײן מאָל נישט אַרױסגעזאָגט פֿאַר די ייִשובֿים אױפֿן מערבֿדיקן ברעג, און כ׳האָב קײן מאָל נישט פֿאַרעפֿנטלעכט קײן אײן מאַטעריאַל פֿון אַזאַ מין אױף מײַן װעבזײַט. אָט די אַלע יאָרן פֿלעג איך זיך בכלל עפֿנטלעך נישט אַרױסזאָגן אױף אָט דער טעמע צוליב דער זעלבער סיבה: עס האָט זיך מיר זײער נישט געװאָלט (און װילט זיך נישט עד־היום!) זאָגן קײן אײן שלעכט װאָרט װעגן מײַן לאַנד, װען מע מאַכט עס כּסדר אַזױ אומגערעכטיק מיט דער בלאָטע גלײַך. רײדנדיק װעגן די ייִשובֿים, דאַרף מען אַװדאי צום אַלעם ערשטן מאַכן זײער אַ װיכטיק באַװאָרעניש. דער מערבֿ איז קײן מאָל נישט געװען אַן אידעאַלע געזעלשאַפֿט, און דאָך האָט מען בעת דער קאַלטער מלחמה געמוזט זײַן פֿולשטענדיק אױף זײַן צד, װײַל בײַ אַלע חסרונות, איז דער מערבֿ געװען אַ פֿרײַע, דעמאָקראַטישע און פּראָגרעסיװע געזעלשאַפֿט, און דער קאָמוניזם — אַ קנעכטישע, אַנטידעמאַקראַטישע און רעאַקציאָנערע. דאָס זעלבע איז שײך צו ישׂראל: נישט אַלץ, װאָס עס טוט די רעגירונג, איז ריכטיק, און דאָך מוז מען פֿולשטענדיק זײַן אױף ישׂראלס צד, װײַל נישט געקוקט אױף אַלע חסרונות, איז ישׂראל אַ פֿרײַ, דעמאָקראַטיש און פּראָגרעסיװ לאַנד, בעת זײַנע שׂונאים זײַנען רעאַקציאָנערן. נישט אומזיסט איז דװקא ישׂראל געװען דעם מערבֿס אַליִיִרטער אין דער קאַלטער מלחמה, און די קרעמל־באַנדיטן האָבן אונטערגעהאַלטן די אַראַבער. 

פֿאַר דעם, װי איך האָב זיך דערװוּסט װעגן דער באַשטימונג פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט פֿון דער „אונאָ‟, װאָס האָט געהאַט דערקלערט די ייִשובֿים אױפֿן מערבֿדיקן ברעג פֿאַר אומגעזעצלעכע, פֿלעג איך אין פּריװאַטע דיסקוסיעס זאָגן (און כ׳האָב אױפֿריכטיק געמײנט), אַז דאָס איז אַ שטרײַט–פֿראַגע. איך האָב געװוּסט ישׂראלס אַרגומענטאַציע און געהאַלטן זי איבערצײַגעװדיק. די פֿילצאָליקע רעזאָלוציעס פֿון דער „אונאָ‟ קעגן די ייִשובֿים פֿלעגן מיך נישט אַרײַנברענגען אין פֿאַרלעגנהײט: דער „אונאָס‟ רעזאָלוציעס זײַנען געװען פֿאַרשײדענע; למשל, איין מאָל האָט זי אָנגענומען די רעזאָלוציע, װאָס האָט דערקלערט ציוניזם פֿאַר אַ פֿאָרם פֿון ראַסיזם, און מיט יאָרן שפּעטער האָט זי זי אַליין אַנולירט. און דאָך, אין אונטערשײד צו דער „אונאָס‟ רעזאָלוציעס, זײַנען די באַשטימונגען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט בײַ דער „אונאָ‟, די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, אומאָפּהענגיק פֿון דעם, צי אייניקע פֿון אָט די באַשטימונגען געפֿעלן אונדז, צי נישט, — און די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן מוז מען רעספּעקטירן און אָפּהיטן. צום בײַשפּיל, איך פּערזענלעך בין קײן מאָל נישט געװען אַן אָנהענגער דערפֿון, אַז קאָסאָװאָ זאָל געווען אָפּגײן פֿון סערביע: בײַ מײַן גאַנץ אומגעהײַער מיטגעפֿיל צו קאָסאָװאָס אַלבאַניער, װאָס האָבן אַזױ פֿיל געליטן פֿון מילאָשעװיטשן (װי אױך, פֿאַרשטײט זיך, צו קאָסאָװאָס סערבן, װאָס האָבן געליטן פֿון אַלבאַניער טעראָריסטן), האָב איך שטענדיק געהאַלטן און האַלט ביזן הײַנטיקן טאָג דאָס אָפּגײן פֿאַר אומגערעכטיק, װײַל קאָסאָװאָ איז אַן אור–אײגענער סערבישער לאַנד–שטח, און די אַלבאַניער זײַנען בהדרגה געװאָרן די מערהײט פֿון קאָסאָװאָס באַפֿעלקערונג בלױז נאָך דער צװײטער װעלט–מלחמה. פֿון דעסטװעגן, אױב דער אינטערנאַציאָנאַלער געריכט פֿון דער „אונאָ‟ האָט באַשטימט, אַז קאָסאָװאָס אָפּטיילן זיך פֿון סערביע איז געװען געזעצלעך, זאָל מען אָנערקענען קאָסאָװאָס אומאָפּהענגיקײט, צי עס געפֿעלט עמעצן, צי נישט. דאָס זעלבע קערט זיך אָן צו די ייִשובֿים: אױב דער אינטערנאַציאָנאַלער געריכט פֿון דער „אונאָ‟ האָט זײ דערקלערט פֿאַר אומגעזעצלעכע, זײַנען זײ אומגעזעצלעכע לױטן אינטערנאַציאָנאַלן רעכט, צי עס געפֿעלט אונדז, צי נישט. מע קאָן פּרוּוון באַשטרײַטן אָט די באַשטימונג, מע קאָן פּרוּװן איבערצײַגן די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטלעכע מײנונג, אַז זי איז אומיושרדיק (אױב מע האַלט זי פֿאַר אומיושרדיק), — און דאָך, כּל–זמן זי איז גילטיק, איז זי אַן אינטערנאַציאָנאַל געזעץ, װאָס, װי אַלע אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, טאָר מען עס נישט ברעכן.

אַװדאי זײַנען פֿאַראַן פֿאַרברעכנס פֿון פֿאַרשײדענער מאָס. אַשטײגער, דאָס צוגנבֿענען אַ בולקע פֿון אַ טישל קאָן נישט פֿאַרגליכן װערן מיט אַ מאַסן–מאָרד פֿון מענטשן; אָבער סײַ דאָס און סײַ יענץ קאָן דעפֿינירט װערן װי אַ געזעץ–שטערונג. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס אױפֿבױען ייִשובֿים אױפֿן מערבֿדיקן ברעג איז נישט צו פֿאַרגלײַכן מיט דעם, װאָס פּוטין טוט אין אוקראַיִנע זינט 2014, — און דאָך אי דאָס, אי יענץ װערט פֿאַרטײַטשט װי ברעכן דאָס געזעץ פֿון אינטערנאַציאָנאַלן רעכט.

מע דאַרף מאַכן נאָך אײן באַװאָרעניש — ס׳איז נישטאָ קײן כּלל אָן אַן אױסנאַם. קײן נאָרמאַלער מענטש װעט נישט פֿאַראורטײלן ישׂראל פֿאַרן אַרױסגנבֿענען אײַכמאַנען פֿון אַרגענטינע, כאָטש, װי ישׂראל אַלײן האָט דעמאָלט באַלד מודה געװען, איז דאָס געװען אַ ברעכן דאָס אינטערנאַציאָנאַלע רעכט. מילא — דאָ קאָן מען אױך דורכפֿירן אַ פֿאַרגלײַך. אַ מאָל האָב איך געלײענט אין אײנעם אַ בוך װעגן אַ פֿרױ, װאָס האָט געאַרבעט אין אַ באַנק און צוגעגנבֿעט געלט פֿון דאָרטן, װײַל איר מאַמע איז געװען קראַנק אױף ראַק און זײ האָבן נישט געהאַט מיט װאָס צו באַצאָלן פֿאַר דער אָפּעראַציע (דאָס איז געװען אַן אמתדיקע מעשׂה). לויט מײַן מיינונג, טאָר מען יענע פֿרױ נישט פֿאַראורטײלן. נאָך מער: װי מיר אַלע װײסן, איז דאָ אין יוריספּרודענץ אַזאַ באַגריף װי „פֿאַרװײכערנדיקע אומשטאַנדן‟, און אײניקע פֿון זײ ברענגען אַפֿילו צו אַ באַפֿרײַ–אורטײל. אַװדאי, כּדי איבערצוגעבן צום געריכט אַ רצחן פֿון אַזאַ מאַסשטאַב װי אײַכמאַן אָדער צו ראַטעװען אַ מענטשלעך לעבן (נאָך מער: דער מאַמעס לעבן!), מעג מען ברעכן אַ געזעץ.

פֿון דעסטװעגן, אױב ס׳איז נישטאָ קײן כּלל אָן אַן אױסנאַם, באַשטעטיקן די אױסנאַמען שטענדיק די כּללים. דאָס אױפֿבױען ייִשובֿים אױפֿן מערבֿדיקן ברעג האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן ראַטעװען װעמענס–ניט–איז לעבן. װאָס איז יאָ נײטיק פֿאַרן ראַטעװען לעבנס איז צו זײַן ביז גאָר פֿאָרזיכטיק מיט טעריטאָריעלע הנחות צו די פּאַלעסטינער; די פּראַקטיק האָט נישט אײן מאָל דעמאָנסטרירט, אַז ווי באַלד מע גיט זיי נאָך, סטימולירט עס דעם טעראָריזם. די ייִשובֿים אָבער איז עפּעס גאָר אַנדערס — און עס פֿעלט מיר ממש אַ בײז האַרץ אי װען די פּוטלעריסטן דערקלערן, אַז „דער קרים איז אונדזער‟ און דאָס גלײַכן, אי װען אונדזערע „רעכטיסטן‟ אין ישׂראל טענהן, מע זאָל האַלטן אין אײן בױען נײַע ייִשובֿים. עס ווילט זיך ממש אַרײַנקלאַפּן זיי אַלעמען אין קאָפּ: װי האָט איר די העזה צו שפּײַען אױף די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, פּאַסקודניאַקעס אײנע?!
                                   



  דערװײַל האָט טראַמפּ דערלאַנגט אַ תּבֿיעה אױף כּהנען, װײַל יענער האָט דערציילט דער אױספֿאָרשונג, אַז ער האָט געהאַט פֿאַרהױלט אינפֿאָרמאַציע לױט טראַמפּס אױפֿטראָג, כאָטש ס׳איז געװען אַ פֿאַרשטענדיקונג צװישן אים און טראַמפּן װעגן נישט צו פֿאַרשפּרײטן די אינפֿאָרמאַציע. טראַמפּ באַשולדיקט כּהנען גראָד אינעם ברעכן אָט די פֿאַרשטענדיקונג, װי אױך אין ליגנערײַ און פֿאַרשװענדונג.

אין איראַן זײַנען פֿאַר אַ יאָרן הינגעריכט געװאָרן אױף 75% מער מענטשן, װי אין 2021.

[1] טעמירקאַנאָוו, יורי (1938) — סאָוועטישער און רוסלענדישער דיריגענט
[2] נאַוואַלני, אַלעקסיי (1976) — רוסלענדישער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער
[3] סאַאַקאַשווילי, מיכאַיִל (1967) — גרוזינישער און אוקראַיִנישער פּאָליטישער טוער

המשך קומט

Leave a comment