אויטאָגראַף — יעווגעני קיסין

די וועגן פֿאַרנעמען בײַ אַ קאָנצערטירנדיקן אַרטיסט אַ וויכטיקן טייל פֿון זײַן לעבן. זיי ברענגען אים צו זײַן פּובליקום. דעריבער האָב איך געבעטן אונדזער שטענדיקן מחבר, דעם באַרימטן מוזיקער יעווגעני קיסין, וואָס פֿאָרט כּסדר אַרום איבער דער גאָרער וועלט  מיט זײַנע פּיאַנע־קאָנצערטן, דערציילן, כאָטש אַ ביסל, וועגן די ערטער, וואָס ער באַזוכט, אויסער זײַנע אויפֿטריטן. בפֿרט, אַז אין זײַנע גאַסטראָל־וועגן באַגלייט אים זײַן געטרײַע פֿרוי קאַרינע. ווער האָט הײַנט נישט אַ מאָבילקע? און אויף אַ פּשוטער מאָבילקע איז גענוג אַ קוועטש טאָן, וווּ מע דאַרף, האָט איר באַלד אַ פֿאָטאָ און אַ גאַנצן ווידעאָ.

יעווגעני איז באַלד מסכּים געווען, אָבער דערבײַ צוגעגעבן: „אויף גאַסטראָלן פֿאָר איך אַרבעטן, נישט אַרומגיין, ווי אַ טוריסט…‟ ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט אין לאָדזש יעווגעני פֿאָרט געפֿונען אַ פֿרײַען אָוונט און באַזוכט די עקספּאָזיציע פֿון זײַן גרויסן קאָלעגע, דעם פּיאַניסט אַרטור רובינשטיין. וועגן דעם דערציילט קיסין אין זײַן קורצן ווידעאָ, פֿילמירט פֿון קאַרינען.

Leave a comment