אָנשיקעניש (המשך)

באָריס סאַנדלער
4

דאָס שטעטל העמלאָק, וווּ די משפּחה בריק האָט זיך באַזעצט מיט צוויי יאָר צוריק, האָט זיך באַזונדערס נישט אויסגעטיילט פֿון אַ סך אַנדערע אַזעלכע שטעטלעך אין דעם געבענטשטן אָרט פּענסילוואַניע, וווּ ס׳האָבן געוווינט בדרך־כּלל משפּחות פֿון אַ מיטל־פֿאַרמעגן. פֿון די אַן ערך פֿיר טויזנט אײַנוווינער האָבן אַ העלפֿט פֿון זיי געהאַלטן דאָס הויז אָדער פֿאַרן פֿאַרברענגען דאָ דעם זומער ביז מיט־האַרבסט, אָדער צו פֿאַרדונגען עס און האָבן דערפֿון נישט קיין שלעכטן רווח. די צווייטע העלף באַלעבאַטים, מערסטנס שוין פּענסיאָנירטע, האָבן דאָ, צווישן די פּרעכטיקע פּייסאַזשן, געוווינט אַ גאַנץ יאָר. דער אייבערשטער, דאַרף מען זאָגן, בשעתן באַשאַפֿן די וועלט, האָט אויף אָט דעם ווינקעלע אין די בערג נישט געקאַרגט קיין פֿאַרבן און באַגײַסטערונג. דער מענטש אָבער האָט געהאַט זײַן אייגענעם געשמאַק און קוק אויף לאַנדשאַפֿט־קונסט, האָבן זיך דאָ באַוויזן טעניס־קאָרטן, ברייטע גאָלף־פֿעלדער, שווים־באַסיינען מיט שוויץ־בעדער און אַנדערע פֿאַרווײַל־ערטער, וואָס גיבן דער מענטשלעכער עקזיסטענץ צו אַ ציוויליזירטן שׂכל און מאַכן דאָס אָרט צוציִענדיק און רײַכער.

דער מענטשלעכער פּייסאַזש פֿון העמלאָק איז אויך געווען פֿאַרשיידנאַרטיק; בפֿרט האָט ער זיך באַפֿאַרבט און צעבליט אין די לעצטע יאָרן, ווען צו די עכט־אַמעריקאַנער, אײַנגעוואָרצלט אין דעם באָדן נישט איין דור, זײַנען צוגעקומען משפּחות־אימיגראַנטן, מערסטנס פֿון מיזרח־אייראָפּע. זיי האָבן דעם העמלאָקער פּייסאַזש אָפּגעפֿרישט, אַרײַנברענגענדיק אינעם אײַנגעשטאַנענעם לעבנס־שטייגער זייערע נאַציאָנאַלע אייגנשאַפֿטן.

די טאָג־טעגלעכקייט האָט אינעם שטעטל זיך באַוועגט פּאַמעלעך, ניט אײַליק, ווי עס פּאַסט מער באַיאָרטע לײַט, וואָס שאַצן יעדע שעה און ווייסן אויף זיך, אַז די צײַט לויפֿט אַליין, אָן דעם מע זאָל זי דאַרפֿן חלילה אונטעריאָגן. לעבעדיקער ווערט דאָ זומערצײַט, ווען אין די הייסע טעג איז אויף דער פּליאַזשע בײַ די צוויי אָזערעס און אַרום דעם שווים־באַסיין נישטאָ וווּ אַ שפּילקע זאָל פֿאַלן. ס׳איז גוט צו באַמערקן, אַז בײַם „פּול‟, אויף די צעלייגבענקלעך, שעפּן דאָס ביסל זון־חיות די סאַמעראָדנע אַמעריקאַנער; אין דער זעלבער צײַט זעט די ווילדע פּליאַזשע אויס „אָקופּירט‟ פֿון די לעצט־צוגעקומענע אײַנוווינער און דער מחנה אָנגעפֿאָרענע, וועלכע האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿון די גרויסע שטעט, צו געניסן פֿון דער נאַטור און פֿרישער לופֿט, כאָטש אַ קורצע צײַט. אין די זומער־חדשים ווערט די באַפֿעלקערונג פֿאַרייִנגערט אויך צוליב די „סעזאָן־געסט‟ — קינדער און אייניקלעך…

און אָט, איבער אַ נאַכט, בײַם סאַמע אויפֿלעב פֿון אַ נײַעם נאַטור־אָפּשניט האָט אויף דער וועלט בכלל און אויף דעם פּענסילוואַנער שטעטל העמלאָק בפֿרט אַראָפּגעפֿאַלן די שרעקלעכע מגפֿה, וואָס די גרעסטע חכמים און מלוכה־פּרעזידענטן האָבן קיין אַנונג נישט, פֿון וואַנען זי האָט זיך גענומען און וויִאַזוי קאָן מען פֿון איר פּטור ווערן.

זינט יענעם וויסטן טאָג, ווען די ציכטיקע לופֿט איבער העמלאָק איז פֿאַרסמט געוואָרן מיט דער בשׂורה, אַז ערגעץ אין אַ פֿינצטערן ווינקל האָט זיך פֿאַרטײַעט דער מגולגל געוואָרענער פֿון אַ מענטש דראַקאָן, האָט דאָס שטעטל זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ „באַלאַגערטן אָביעקט‟. שוין אין די ערשטע צוויי טעג נאָכן באַזוכן עס פֿון דעם ספּעציעלן אַגענט ראָבסאָן און זײַן מעכאַניזירטן עקסקאָרט, האָבן דאָס שטעטל אַרומגערינגלט מיליטער־לײַט, אָנגעטאָן אין ספּעציעלע שוץ־קאָסטיומען און באַוואָפֿנט מיט געווער. אַ ספּעציעלע קאָמאַנדע האָט באַזוכט הויז נאָך הויז און דורכגעפֿירט אויף יעדן אײַנוווינער אַ קאָנטראָל, ווי מ׳האָט עס פֿריִער געטאָן מיט אַלפֿרעדן און טאַמאַרען — אויסגעטאָן פֿון קאָפּ ביז די פּיאַטעס. אויב בײַ עמעצן איז אַנטפּלעקט געוואָרן אַ „טאַטו‟, וווּ ער זאָל נישט געווען זײַן, האָט מען דעם מאַן אָדער פֿרוי באַלד איזאָלירט און אַרויסגעפֿירט פֿונעם שטעטל אין אַ פֿאַרמאַכטן אויטאָ. מער האָט מען פֿון זיי נישט געהערט. די פֿאַרבליבענע קרובֿים האָט מען דערקלערט, אַז ס׳איז אַ געצוווּנגענער פֿאָרזיכט־מיטל, לטובֿת זיי גופֿא, אַ צײַטווײַליקער קאַראַנטין.

אין עטלעכע ערטער פֿונעם שטעטל האָט מען אויפֿגעשטעלט סלופּן און אויף זיי אויפֿגעהאָנגען מעכטיקע הויכריידערס. זיי האָבן געזאָלט אַזוי הילכן, מע זאָל זיי הערן אין יעדן הויז — מיט פֿאַרקלאַפּטע פֿענצטער און פֿאַרשלאָסענע טירן — פֿון איין עק העמלאָק ביזן אַנדערן. דורך אָט די הויכריידערס האָט מען דרײַ מאָל אין טאָג אינפֿאָרמירט די פֿאַרשפּאַרטע אין זייערע הײַזער אײַנוווינער וועגן די אָרטיקע און אַל־אַמעריקאַנער נײַעס, ווי אויך איבערגעגעבן די באַפֿעלן און פֿאַראָרדענונגען פֿון דעם צײַטווײַליקן מיליטער־קאָמענדאַנט. די טעלעוויזיע־קאַנאַלן זײַנען פֿאַרשטומט געוואָרן, אַ גליק נאָך, וואָס ס׳איז נישט איבערגעריסן געוואָרן די אינטערנעץ, הגם זי האָט קוים געזשיפּעט, און דורך דעם מאָביל־טעלעפֿאָן האָט מען געקאָנט זיך פֿאַרבינדן מיט דער „גרויסער ערד‟, ווי ס׳האָט ביטער געשפּאַסט אַלפֿרעד. אַ באַגריף, וואָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין זכּרון פֿון זײַנע סאָוועטישע שול־יאָרן. אַזוי האָבן עס גערופֿן די פּאַרטיזאַנער בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אָפּגעריסן פֿון מאָסקווע און פֿונעם גאַנצן לאַנד.

העמלאָק האָט דערמאָנט איצט אַ מין זאָאָפּאַרק מיט פֿאַרשפּאַרטע אין די הויז־שטײַגן אײַנוווינער. דער מיליטער־קאָמענדאַנט האָט דערקלערט יעדעס מאָל דורכן הויכריידער, אַז אַזאַ סיטואַציע קומט פֿאָר צוליב צוויי סיבֿות: ערשטנס, דער אינעווייניקסטער, כּדי צו פֿאַרהיטן די באַפֿעלקערונג פֿונעם שטעטל פֿון דעם „צעווילדעוועטן דראַקאָן‟, וואָס קאָן אויף זיי אָנפֿאַלן יעדע מינוט; און די צווייטע סיבה — די אויסערלעכע, אַז פֿון דרויסן, אויסער די אַדמיניסטראַטיווע גרענעצן פֿון העמלאָק, זאָל אין שטעטל נישט אַרײַנשמוגלען אַ זײַטיקער „אָנגעשטעקטער סוביעקט‟. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער מיליטער־קאָמענדאַנט באַטאָנט אין זײַנע ווענדונגען, ווערט אַלץ געטאָן „נאָר פֿאַר די אינטערעסן פֿון דער באַפֿעלקערונג.‟ זײַנע טראַנסמיסיעס פֿלעגן זיך שטענדיק פֿאַרענדיקן מיט די ווערטער: „לעבן זאָל אַמעריקע און איר פֿאַראייניקט פֿאָלק!‟

בײַ די בריקס אין שטוב האָט דער מצבֿ זיך געהאַלטן ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער. נאָך יענעם מיאוסן אויספּראַל וואָלט טאַמאַרע געוויס אַוועק פֿון דער היים, — ווי קאָן מען דען בלײַבן אונטער איין דאַך מיט אַ מענטש, וואָס איז באַגאַנגען אַזאַ זאַך. בפֿרט אַן אייגענער מאַן! האָט זי דען געהאַט אַן אַנדער ברירה… אַלפֿרעד איז נאָך אין יענעם טאָג געפֿאַלן צו אירע פֿיס; ער קאָן עס אַליין נישט באַנעמען, וויִאַזוי עס האָט מיט אים געקאָנט אַזוינס פּאַסירן?! נישט אַנדערש, אַז די לופֿט אַרום דעם געליטענעם אונטערן קוסט איז שוין געהאַט געווען פֿאַרסמט מיטן בייזן כּוח, וואָס איז אַרײַן אין אַלפֿרעדן.

— עס איז פֿאָרגעקומען אויסער מײַן ווילן… כ׳בין געווען ווי פֿאַרטשאַדעט, — האָט ער שיִער נישט געוויינט, — אַ ווילדע כוואַליע האָט מיר אַ שלאָג געטאָן אין קאָפּ אַרײַן, אַז כ׳בין נישט מסוגל געווען זיך אײַנהאַלטן… דו ווייסט דאָך, טײַערע, ווי כ׳האָב דיך ליב…
— מיט גוואַלד ליב האָבן קען מען נישט נייטן! — האָט טאַמאַרע טרוקן געענטפֿערט.
איר קול איז פֿאָרט געוואָרן ווייכער, ווי עס טרעפֿט מיט אַ ווײַב, ווען דער כּעס גייט פּאַמעלעך אָפּ און אינעם באַעוולטן האַרץ, נאָך אַ רגע צוריק אײַנגעהילט אין אַ פֿינצטערער אָבידע, הייבט אָן צאַפּלען אַ לעבעדיק זון־העזעלע. ווי אַ שטראָף אָדער אַ פּשרה האָט טאַמאַרע פֿעסט אַ זאָג געטאָן:
— שלאָפֿן וועסטו באַזונדער, אינעם גאַסט־צימער!

דער נײַער אַרויפֿגעצוווּנגענער לעבנס־שטייגער האָט געפֿאָדערט זיך צו אים צופּאַסן. קודם־כּל האָט טאַמאַרע, ווי אַ באַלעבאָסטע, דורכגעפֿירט אַ פּראָדוקטן־רעוויזיע אין אַלע שאַפֿקעלעך און נישעס, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין שטוב. די סאָוועטישע געוווינטשאַפֿט צו האָבן פּראָדוקטן „אויף זאַפּאַס‟, האָט אומגעריכט זיך אַרויסגעוויזן אַקטועל. טאַמאַרע, אין איר נײַער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט, האָט שוין געהאַט פֿאַרגעסן ווי זי פֿלעגט אָפּשטיין לאַנגע שעהען אין קיך בײַם קאָנסערווירן אויפֿן ווינטער כּלערליי סאַלאַטן פֿון גרינוואַרג און פֿרוכטן־קאָמפּאָטן, פּרעגלען און באַקן, אָנשטאָפּן דעם אײַזקאַסטן מיט פּעלמעניעס, פֿלייש־פֿאַרש, אייער, פּוטער און אַנדערע צענדליקער דעפֿיציטן… פֿון יענער צײַט זײַנען איר נאָך פֿאַרבליבן די העפֿטן, וווּ זי פֿלעגט פֿאַרשרײַבן פֿאַרשיידענע קולינאַר־רעצעפּטן. זי געדענקט שוין נישט, ווען זי האָט דאָס לעצטע מאָל אין די העפֿטן אַרײַנגעקוקט… סײַדן שוין דאָ, אין העמלאָק, אַ דאַנק איר שכנה מאַרטאַ, איז טאַמאַרע ווידער פֿאַרטאָן געוואָרן אינעם צוגרייטן דעליקאַטעסן אויף ווינטער: טרוקענע און מאַרינירטע שוועמלעך, מאַכן דזשעם פֿון פֿרישע וואַלד־יאַגדעס, זיך באַוואָרענען מיט אַ פּאָר סלויעס האָניק פֿון די אָרטיקע בינשטאָק־גערטנער. אין העמלאָק איז קיין קראָמען נישטאָ, מוז מען אַרויספֿאָרן פֿונעם שטעטל אַ מהלך צו מאַכן „אַ שאַפּינג‟. קויפֿט מען שוין אויך אָן ס׳זאָל זײַן אויף להבא — צוקער, זאַלץ, מעל, גרויפּן, „פּאַסטאַ‟, פֿיש־קאָנסערוון אַפֿילו קאָנסערוון פֿון געדעמפֿט פֿלייש, פֿאַרשטייט זיך, נישט קיין חזיר־פֿלייש… אַוודאי, זײַנען במשך פֿונעם ווינטער זייערע זאַפּאַסן שיטער געוואָרן, אָבער פֿון הונגער וועלן זיי נישט שטאַרבן. דערצו, האָט טאַמאַרע אונטערגעצויגן אַ סך־הכּל צו איר רעוויזיע, וועט מען קאָנען באַשטעלן פּראָדוקטן דורך דער אינטערנעץ, לעבן זאָל „אַמאַזאָן‟! דער קאָמענדאַנט־גראַגער אויפֿן סלופּ האָט איבערגעגעבן, אַז די פּריוואַטע באַשטעלונגען וועלן זײַן צוגעשטעלט גלײַך צו דער שוועל…

איר גרעסטע זאָרג איז געווען אַליק מיט זײַן הויזגעזינד, זאָלן זיי אַלע זײַן געזונט… יאָ, זי קלינגט אים כּסדר און ער קלינג צו זיי, אָבער אַ מאַמע בלײַבט אַ מאַמע. שוין אָפּגערעדט, אַז חנהלע, זייער עלטער אייניקל, איז אין די הויכע חדשים; ווי אַזוי וועט עס אַלץ בײַ איר דורכגיין — מ׳איז דאָך פֿאַרשפּאַרט, ווי הינער אין די שטײַגן! אין באָראָ־פּאַרק, וווּ עס וווינט אַליק, איז טאַקע צווישן די פֿרומע קיין מענטשן מיט „טאַטו‟ נישטאָ, האָבן זיי דאָך שכנים — שוואַרצע און לאַטינאָס… זי ווייסט עס נאָך פֿון יענעם לעבן, אַז ווי נאָר עס טרעפֿט זיך אַ צרה, זײַנען שולדיק די ייִדן. אַמעריקע איז אין דעם זין נישט קיין אויסנאַם…


אַלפֿרעד פֿאַרקערט — איז געזעסן גאַנצענע טעג בײַם קאָמפּיוטער, אַרײַנקוקנדיק אין דעם באַלויכטענעם פֿענצטערל, ווי אין אַן אָפֿענער פֿאָרטקע, דורך וועלכער ער וואָלט געקאָנט פֿון דער דאָיִקער ווירקלעכקייט זיך אַרויסרײַסן און אַנטלויפֿן אין אַן אַנדער וועלט אַרײַן. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז ווי אַ קינד פֿלעגט ער איין מאָל אין דער וואָך גיין מיט זײַן טאַטן אין באָד אַרײַן. אין דעם געראַמען באָד־זאַל, אָנגעפֿילט מיט הייסער פֿײַכטער פּאַרע, האָט גערוישט אַן אייגן לעבן, גאָר נישט ענלעך צום דרויסנדיקן; געזשומעט האָבן די קראַנען מיט הייסער און קאַלטער וואַסער, געקלאַפּט האָבן די געצינקעוועטע שיסלען מיט צוויי הענטלעך בײַ דער זײַט, די וואַסער האָט געפּליוסקעט איבערן צעמענטענעם דיל, צעמאָרעטע זיפֿצן און קרעכצן האָבן זיך געטראָגן אַרויף צו דער פֿאַרשוויצטער סטעליע און געפֿאַלן אַראָפּ ווי קאַלטע מונטערנדיקע טראָפּנס. צווישן דעם גאַנצן האַלב אָטחיהנדיקן־האַלב־חלשותדיקן הו־האַ האָט זיך אַרומגעדרייט צווישן די צעפּאַליעטע קערפּערס אַ קליינוווּקסיקער פּאַרשוין מיט אַ בולט טונקל־בלוי בילד, אָפּגעשטעמפּלט אויף זײַן האָריקער ברוסט — די פּראָפֿילן פֿון די קאָמוניסטישע דרײַ גדלים: קאַרל מאַרקס, וולאַדימיר לענין און יאָסיף סטאַלין, — פּונקט ווי אַראָפּגעגאַנגען פֿון די ריזיקע רויטע טראַנספּאַראַנטן אויף דער פֿאַסאַד־וואַנט פֿונעם הויז, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער שטאָטישער פּאַרטיי־קאָמיטעט. דער עולם אין באָד האָט דעם דאָזיקן פּאַרשוין גוט געקענט; אַז מ׳האָט אים נישט געזען אַ היפּשע צײַט אין באָד, האָט מען שוין געוווּסט, אַז לייבל דער גנבֿ האָט זיך ווידער אַרײַנגעכאַפּט אינעם קאַזיאָנע אײַנפֿאָר־הויז אויף עטלעכע יאָר.

— לייבל, — טראָגט זיך פֿון אַ ווינקל אַ קוויטשיק קולכל, — וואָס האָסטו זיך אָנגעטשעפּעט די איקאָנע מיט דרײַ פּאַסקודניאַקעס?

צו לייבלס אויערן קומען די ווערטער אָן שוין אָנגעזאַפּט מיטן זשום און רעש, ווי אַ פֿאַרקריפּלטער עכאָ. און מיטאַמאָל ווערט שאַ־שטיל. די באָד־האַוועניש ווערט פֿאַרשטומט אויף אַ ווײַלע. עס הערט זיך לייבלס הייזעריקע שטימע:

— די דרײַ אורקעס פֿאַרשטעלן מיך פֿאַרן טויט… — ער האַלט אויס אַ פּויזע און דערקלערט ווײַטער: — קיין איין ווערטוכײַ וועט נישט סמייען אין זיי שיסן!

אַלפֿרעדס טאַטע האָט געהאַלטן, אַז די טאַטויִרונגען טראָגן נאָר קרימינעלע עלעמענטן און אָפּגעלאָזטע לײַט. דעם קליינעם אַלפֿרעדן איז בפֿירוש געפֿעלן געווען, ווען אויף דער האַנט, העכער די פֿינגער, האָט זיך בולט אָנגעזען אַן אַנקער, אַ סימן, אַז דער מענטשן איז געווען אַ מאַטראָס. צו מאָל פֿלעגט דער קליינער זיך אָנמאָלן מיט אַ כעמישן בלײַער אַזאַ אַנקער, אָבער נאָכן ערשטן וואַשן זיך די הענט, האָט זיך זײַן געמעל צעשווענקט און צעקראָכן. שוין שפּעטער האָט ער זיך דערוווּסט, אַז אַ טאַטויִרונג טראָגט מען אָן מיט אַ נאָדל און שוואַרצן טוש.

איין מאָל האָבן די עלטערע חבֿרה אין הויף, וווּ ער האָט געוווינט, זיך פֿאַרשפּאַרט אין דער באַשקע אונטער זייער הויז און דאָרט, האָט אַראָנטשיק, דעם בוכהאַלטערס זינדעלע, געמאַכט זײַנע חבֿרים אַן אָנשטעך. ער איז געזעסן אויף אַן איבערגעקערט קעסטעלע בײַם פֿענצטערל און אַנטקעגן אים, פּונקט אויף אַזאַ קעסטעלע איז געזעסן זײַן קליענט מיט דער אויסגעשטרעקטער האַנט. ניין, קיין אַנקערס האָט אַראָנטשיק נישט אויסגעשטאָכן, ערשטנס, האָט ער געהייסן זײַן קליענט אַרײַנוואַרפֿן אינעם בלעכענעם טיי־פּושקעלע צען קאָפּיקעס, און דערנאָך געפֿרעגט זײַן נאָמען, גלײַך ווי ער וואָלט עס פֿריִער נישט געוווּסט. דערנאָך האָט אַראָנטשיק זיך גענומען צו דער אַרבעט. די צוויי נאָדלען, אַרומגעבונדן מיט אַ שוואַרץ באַוועלע, האָט ער אַקוראַט אײַנגעטונקען אין אַ קליין פֿלעשעלע מיט שוואַרצן טוש און עס פֿאָרזיכטיק צוגעטראָגן צו דער האַנט פֿונעם קליענט, אַ ייִנגל פֿון צען, עלף יאָר. דאָס אָרט פֿאַרן אָנשטעך האָט זיך געפֿונען צווישן דעם ווײַזפֿינגער און דעם גראָבן פֿינגער. דאָרט האָט אַראָנטשיק געמאַכט זײַן ערשטן שטאָך פֿון דעם ערשטן בוכשטאַב, פֿון וועלכן ס׳האָט זיך אָנגעהויבן זײַן קליענטס נאָמען…

אַלפֿרעד האָט איצט אַ קוק געטאָן אויף זײַן לינקער האַנט, פּינקטלעכער — אויף דעם זעלבן אָרט, וווּ אַראָנטשיק האָט זיך צוגערירט מיט זײַן „אינסטרומענט‟. ס׳האָט זיך דאָרט קוים אָנגעזען אַ טונקל־בלוי פּינטעלע. מער האָט דעמאָלט אַלפֿרעד נישט אויסגעהאַלטן. פֿאַר ווייטיק האָט ער אָפּגעשטויסן פֿון זיך אַראָנטשיקן און איז אַרויס אין דרויסן. ער האָט אין דעם פּינטעלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן — ווער קוקט זיך אום אויף אַזאַ נאַרישקייט! — אָבער איצט, אין דער משוגענער צײַט פֿון אָבלאַוועס אויף „טאַטו‟, וואָלט אַפֿילו אַזאַ נישטיק פּינטעלע געקאָנט ווערן אַ תּירוץ מע זאָל אים אַוועקפֿירן פֿון דער שטוב דער רוח ווייסט וווּהין. צום גליק, אַפֿילו אַזאַ שאַרף אויג, ווי ס׳האָט געהאַט דער ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן, האָט ער עס אויך נישט באַמערקט; בשעתן באַטראַכטן אַלפֿרעדס נאַקעט לײַב, האָט ער אים ממש ראַדיאָאַקטיוו באַשטראַלט. אויף אַלפֿרעדס פּנים האָט זיך צעגאָסן אַ ייִנגלש־שטיפֿערישער שמייכל, ווי ער וואָלט אָפּגעדורעט דעם גאַנצן FBI.
אַלפֿרעד איז געזעסן גאַנצענע טעג, אַרײַנגעטאָן אין זײַן קאָמפּיוטער, „געגוגלט‟ און גענישטערט איבער דער ווירטועלער וועלט, ווי אַ פֿאַרבלאָנדזשעטער נע־ונדניק אין דזשאָנגל פֿון אינפֿאָרמאַציע. ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, מיינט אויף טאַיִטי־לשון דאָס וואָרט „טאַטאַו‟ — אַ געמעל אויפֿן מענטשלעך הויט. אין ענגליש האָט דאָס וואָרט אַרײַנגעבראַכט פֿון זײַנע וועלט־רײַזעס דער גרויסער רײַזנדער דזשיימס קוק. פֿון די אויסגראָבונגען דערוויסט מען זיך, אַז נאָך אין די אוראַלטע פֿאַרהיסטאָרישע צײַטן האָבן די מענטשן זיך געמאַכט אויפֿן לײַב עפּעס ענלעכס צו טאַטויִרונגען, באַזונדערס פֿרויען. זיי האָבן געהאַלטן, אַז אָט די צייכנס וועלן זיי פֿאַרהיטן און פֿאַרטיידיקן פֿון בייזע גײַסטן. ס׳האָט געזאָלט נעמען טויזנטער יאָר, אַז איצט זאָלן די בייזע גײַסטן זיך אין אונדז נוקם זײַן און זיך באָדן אין אונדזער בלוט…

אין זײַנע זוכענישן האָט אַלפֿרעד זיך אויך אָנגעשטויסן אין דער אינפֿאָרמאַציע, ווי אַזוי די ייִדן האָבן זיך צו דעם באַצויגן. די נעמען פֿון די חכמים, וואָס זײַנען דאָרט דערמאָנט געוואָרן, האָבן אים ווייניק וואָס געזאָגט, אָבער זייערע רייד האָבן אים טאַקע געמונטערט. אַזוי, למשל, האָט איינער אַ חכם מיטן נאָמען ‫עובֿדיה ספֿוֹרנוֹ געטענהט נאָך אין 15טן יאָרהונדערט, אַז דער איינציקער צייכן אויפֿן לײַב פֿון אַ ייִד — ברית־מילה, מיינט טאַקע זײַן בונד מיטן אייבערשטן; וואָסער נישט איז אַנדער צייכן מאַכט אָט דעם אוניקאַלן סימן צו נישט. איז זײַן, אַלפֿרעדס טאַטע זאָל זיך מיִען, נישט געווען קיין חכם? ערשטנס, האָט ער זײַן זון געמלט און צווייטנס — פֿאַראורטיילט די אַלע טאַטויִרונגען…

אַלפֿרעד האָט דערפֿילט, ווי דאָס פּינטעלע צווישן דעם ווײַזפֿינגער און דעם גראָבן פֿינגער, דער ערשטער שטאָך פֿון זײַן נאָמען, האָט אים פּלוצעם ווי דערמאָנט אין זיך מיט אַ לײַכטער בײַסעניש. ער האָט אַ קראַץ געטאָן דאָס אָרט און זיך ווײַטער פֿאַרטיפֿט אין זײַנע זוכענישן.

5

די הויכריידערס אויף די דרײַ סלופּן האָבן פֿון זיבן אין דער פֿרי ביז צען אויף דער נאַכט, געהילכט איבערן פּוסט געוואָרענעם שטעטל. בלויז דאָ און דאָרט האָבן זיך באַוויזן פּאַטרולן פֿון צוויי, דרײַ מיליטער־לײַט, אָנגעטאָן אין שוץ־קאָסטיומען־סקאַפֿאַנדרען פֿון האַקי־קאָליר. ס׳האָט אויסגעזען, אַז זיי האָבן זיך אַהער אַראָפּגעלאָזט פֿון עפּעס אַ ווײַטער פּלאַנעטע. צומאָל איז אויף די וועגן, שוין ערטערווײַז פֿאַרוואַקסן מיט גראָז, דורכגעפֿאָרן אַ דזשיפּ־אויטאָ, וואָס האָט צעפֿירט די פּריוואַטע באַשטעלונגען פֿון אײַנוווינער.

שטאַלטנע הירשן, צוגעוווינט צום רעש פֿון די הויכריידערס, האָבן זיך שטיל געפּאַשעט אויף די לאָנקעס אַרום די הײַזער; אָפֿטע געסט זײַנען אין שטעטל געוואָרן ווילדע אינדיקעס און גענדז; אַרום די מיסט־קאַסטנס האָט מען געקאָנט אויך זען אַ בער, פֿאַרבלאָנדזשעט אַהער נאָך אַ נאַש. דאָס געוויקס אַרום די הײַזער, געלאָזט אויף הפֿקר, האָט גיך פֿאַרכאַפּט דעם אַרום, זיך חוצפּהדיק צעוואַקסן. דער וואַלד אַרום העמלאָק איז ווי אַן אַרמיי, געשטאַנען אויף דער וואַך, געוואַרט אַ קאָמאַנדע זיך אַ רוק טאָן אויפֿן שטעטל און אומקערן צוריק דעם שטח, וואָס די מענטשן האָבן בײַ אים מיט יאָרן צוריק אָפּגעכאַפּט. צומאָל האָט דער שנײַדנדיקער געוואָי פֿון אַמבולאַנס־סירענעס צו וויסן געגעבן, אַז אינעם שטעטל זײַנען נאָך דאָ אײַנוווינער…

און פֿון די הויכריידערס האָט זיך געהערט אַ מאָנאָטאָנער געברום: „אין דעם שטאַט ניו־יאָרק זײַנען אָפּפֿילטרירט געוואָרן 43 טויזנט אָנגעשטעקטע. לויט די אָפּשאַצונגען פֿון די מאַכט־עקספּערטן, וועט די צאָל אָנגעשטעקטע זיך טאָפּלען יעדע דרײַ טעג… דער סאַמע עפֿעקטיווער מיטל צו פֿאַרקלענערן די צאָל אָנגעשטעקטע, בלײַבט דערווײַל די אָפּשייד־אָבלאַווע אויף די טאַטו־טרעגערס. אַלע טאַטו־אַטעליעס איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערן געשלאָסן. און די טאַטו־מײַסטערס — איזאָלירט. דער „טאַטו־ווירוס‟ האָט זיך באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין די אַזוי גערופֿענע ייִדישע ראַיאָנען פֿון ניו־יאָרק. די סיבה דערפֿון ווערט דערקלערט דערמיט, וואָס די באַפֿעלקערונג פֿון דעם ראַיאָן פֿאָלגט נישט דער אײַנגעפֿירטער רעגולאַציע פֿון דעם שטאָטראַט… בסך–הכּל זײַנען 8389 מענטשן געשטאָרבן פֿונעם „טאַטו־װירוס‟ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, העכער 3000 פֿון זײ — אינעם שטאַט ניו–יאָרק, און העכער 1859 — אין דער שטאָט ניו–יאָרק… אונדזער פּרעזידענט האָט דערקלערט, אַז ׳ס׳וועלן נאָך זײַן פֿיל טויטן, צום באַדויערן!׳‟…

נאָך דעם אינפֿאָרמאַציע־בולעטין, האָט די זעלבע שטים פֿאָרגעלייגט אויסצוהערן אַ מוזיקאַלישע פּראָגראַם פֿון „קאַנטרי־מוזיק‟…

טאַמאַרע, דערהערט די פֿריילעכע נײַעס, האָט באַלד אָנגעקלונגען אַליקן. יענער האָט זי אַוודאי באַרויִקט, אַז אַ סך פֿון דעם, וואָס מע זאָגט, איז איבערגעטריבן; ער אַליין אַרבעט פֿון דער היים, און קיילע גיט זיך אָפּ מיט די קינדער, ווײַל די ישיבֿות, וווּ זיי לערנען זיך, זײַנען געשלאָסן…

— נעכטן, — האָט אַליק דערציילט, — בין איך געווען בײַ חנהלע… זי איז, ברוך־השם, אָקיי… זאָרג זיך נישט. דו וועסט, בלי־נדר, זײַן די ייִנגסטע עלטער־באָבע אין אַמעריקע… כ׳וואָלט אַוודאי, צוגעפֿאָרן צו אײַך אויך, ס׳איז אָבער דערווײַל אוממעגלעך. די וועגן זײַנען געשלאָסן…
— מע דאַרף נישט, כ׳בעט דיך! — האָט אים איבערגעשלאָגן טאַמאַרע, — ריזיקיר נישט! מיר זײַנען אויך אָקיי! מיר האָבן אַלץ וואָס מע דאַרף…
— וואָס טוט דער טאַטע?

טאַמאַרע האָט אַ ווײַלע געשוויגן. און וואָס האָט זי געקאָנט דעם זון זאָגן, אַז זײַן טאַטע האָט זיך פֿאַרשפּאַרט אינעם גאַסט־צימער, גייט אַרויס נאָר עפּעס איבערכאַפּן און מע זעט אים ווידער נישט… זי ווייסט נישט, וואָס עס קומט מיט אים פֿאָר… ווי מע וואָלט אים פֿאַרביטן… זיך פֿאַרלאָזט אַ באָרד, נישט ווײַל אַזוי געפֿעלט אים, ער האָט זיך פּשוט אויפֿגעהערט צו גאָלן… ממש געפֿאַלן בײַ זיך… אין טרײַבל האָט זי אָבער געזאָגט:

— ברוך־השם… דו ווייסט דאָך דײַן טאַטן… ווי אַמאָל… אַבי אויף די פֿיס…
טאַמאַרע האָט נאָר פֿאַרענדיקט צו ריידן מיטן זון, ווי זי האָט דערהערט, אַז עמעצער קלאַפּט אין דער הינטערשטער טיר. דאָס קלאַפּן אַליין, בפֿרט נאָך נישט אין דער פֿאַסאַד־טיר, האָט איר אויסגעזען מאָדנע, אַפֿילו פֿאַרדעכטיק.

פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרטקייט האָט זיך אַרויסגערוקט אַלפֿרעדס צעשויבערטער קאָפּ. ער האָט דעם קלאַפּ, זעט אויס, אויך דערהערט. אַן אויפֿגערודערטער, האָט ער אַ פֿרעג געטאָן טאַמאַרען:

— ווער איז דאָרט?
— כ׳וועל אַ קוק טאָן…
— טו עס נישט… כ׳וועל אַליין.

ער איז שטילערהייט צוגעגאַנגען צו דער טיר און אַרײַנגעקוקט אינעם קוקלעכל. ס׳האָט גענומען אַ סעקונדע, אַלפֿרעד זאָל פֿון דער טיר אָפּשפּרינגען, ווי עמעצער פֿון יענער זײַט וואָלט אים דורך דעם קוקלעכל אַרײַנגעשטעקט אַ פֿינגער אין אויג.

— פּאַוועל… — האָבן געציטערט זײַנע ליפּן, — ס׳איז פּאַוועל…
זיי האָבן שוין געוווּסט, אַז פּאַוולען האָט מען צוגענומען נאָך אין די ערשטע טעג, בעת די גרויסע אָבלאַוועס. זײַן ווײַב מאַרטאַ האָט באַלד אָנגעקלונגען טאַמאַרען אויפֿן טעלעפֿאָן און, שטיקנדיק זיך מיט טרערן, דערציילט, ווי אַזוי עס איז געשען. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז פּאַוועל נאָך אין די יונגע יאָרן, האָט זיך געמאַכט אַ טאַטויִרונג אויפֿן לינקן אַקסל — אַן אָדלער.

— ס׳איז דאָך אַן אַלטער סימבאָל פֿון פּוילישער העלדישקייט, — האָט געכליפּעט מאַרטאַ, — קיין שום פּאָליטיק איז דאָ נישטאָ… ווען טאַדעוש קאָסטיושקאָ האָט אַרויסגעהאָלפֿן אַמעריקע אין קאַמף פֿאַר איר אומאָפּהענגיקייט, האָט דער אָדלער קיינעם נישט געשטערט… פּאַוועל האָט קיין מאָל נישט געבראָכן דעם געזעץ… געצאָלט שטײַערן…

טאַמאַרע האָט דעמאָלט געדולדיק אויסגעהערט פֿון דער שכנה דעם גאַנצן מיש־מאַש קלאָגענישן; ס׳איז פֿאַרשטענדלעך געווען, אַז גערעדט האָט אין איר די פֿאַרלוירנקייט און אומבאַהאָלפֿנקייט, אָבער מיט וואָס האָט איר טאַמאַרע געקאָנט אַרויסהעלפֿן?

אייערנעכטן האָט דער „גראַגער‟, ווי טאַמאַרע האָט גערופֿן דעם הויכריידער, איבערגעגעבן, אַז פֿונעם איזאָליר־פּונקט איז אַנטלאָפֿן דער אײַנוווינער פֿון העמלאָק פּאַוועל ציבולסקי. ס׳איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז ער קאָן זיך אַרײַניאַווען אין שטעטל. אַלע קאָנטאַקטן מיט אים זײַנען געפֿערלעך, צוליב זײַן אינפֿיצירטקייט. די קורצע מעלדונג האָט דער קאָמענדאַנט פֿאַרענדיקט מיט ווערטער: „געזען עפּעס, געהערט עפּעס — קלינג אין קאָמענדאַטור!‟

פֿון יענער זײַט טיר האָט זיך שוין געהערט פּאַוועלס קול:

— אַלפֿרעד, טאַמאַרע, דאָס בין איך, פּאַוועל, עפֿנט די טיר… כ׳וויל נאָר אָנקלינגען מאַרטאַן פֿון אײַער טעלעפֿאָן…

טאַמאַרע איז גרייט געווען זיך לאָזן צו דער טיר און זי אויפֿשפּאַרן. דער מאַן האָט זי אָפּגעשטעלט.

— ביסט משוגע?! האָסט נישט געהערט, אַז ער איז אינפֿיצירט… — אַלפֿרעדס אויגן האָבן זיך אָנגעגאָסן מיט כּעס, — ער וועט אונדז אָנשטעקן…
— כ׳וועל אים נאָר איבערגעבן די מאָבילקע…
— ניעט! כ׳וועל נישט לאָזן!
פּאַוועל האָט נישט אויפֿגעהערט:
— טאַמאַראַ… מאַרטאַ איז דאָך דײַן פֿרײַנדינע… נאָר עטלעכע ווערטער…
ס׳האָט זיך דערהערט אַ פּאָרעניש. אַ פֿרעמד קול האָט אויסגעשריגן: „שטיי!‟ — און ס׳איז ווידער געוואָרן שאַ־שטיל.

טאַמאַרע האָט זיך שווער אַראָפּגעלאָזט אויפֿן בענקל. די מאָבילקע איז איר אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער האַנט, אָבער זי האָט זיך נאָך איר נישט אָנגעבויגן.

— מ׳האָט אים, אַפּנים, געכאַפּט, — האָט אַלפֿרעד געמאַכט זײַן אויספֿיר, און צוגעגעבן מיט אַ זיפֿץ: — וואָס קאָן מען טאָן, אַזאַ צײַט איז איצט…

טאַמאַרע איז געבליבן אין קיך אַליין. די לעצטע ווערטער דעם מאַנס האָבן איר געגרילצט אין די אויערן, ווי אַ קליין עקבערל זיך אַרײַנגעדרייט אין איר זכּרון… זי האָט זיך דערמאָנט: נאָך אַ שילערין פֿון די ערשטע קלאַסן האָט טאַמאַרע זיך צוגעהערט, ווי בײַם געדעקטן טיש, אַרום וועלכן ס׳האָבן זיך צונויפֿגענומען זייערע קרובֿים נאָכן פּאַראַד דעם 9טן מײַ, האָבן די דערוואַקסענע זיך דערמאָנט, ווי אַזוי יעדער פֿון זיי האָט זיך געראַטעוועט בעת דער מלחמה. פֿון יענע לאַנגע ריידערײַען, שוין האַלב בגילופֿינדיקע, האָט זי זיך דערוווּסט, אַז איר מומע זלאָטע, אַ מיידעלע פֿון 6 יאָר, האָט זיך אויסגעבאַהאַלטן בײַ זייערע שכנים, אַ באַיאָרט פּאָרפֿאָלק — ער אַ מאָלדאַוואַנער, און זײַן פֿרוי — אַן אוקרײַנערין. קיין אייגענע קינדער האָבן זיי נישט געהאַט, איז זלאָטע דרײַ מיט אַ האַלב יאָר ביז די רויטע אַרמיי האָט באַפֿרײַ דאָס דאָרף, געווען זייער טעכטערל. געוויס האָט דאָס פּאָרפֿאַלק ריזיקירט מיטן לעבן, נאָר קיינער פֿון די שכנים האָט זיי נישט אויסגעגעבן. יעדעס יאָר אינעם זעלבן טאָג האָט טאַמאַרע געהערט פֿון איר מומען די דאָזיקע געשיכטע, און בלויז אַ סך שפּעטער פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס האָט די מומע זלאָטע געמוזט זיך באַהאַלטן בײַ פֿרעמדע מענטשן…

אויפֿן אַנדערן טאָג האָט דער קאָמענדאַנט געמאָלדן, אַז דער פּאַטרול האָט געכאַפּט דעם אַנטלאָפֿענעם פּאַוועל ציבולסקי און אים ווידער איזאָלירט. צום סוף, האָט דער קאָמענדאַנט באַדאַנקט די אײַנוווינער פֿון העמלאָק און באַזונדערס די פֿאַמיליע בריק פֿאַרן אַרויסווײַזן „בירגערלעכע וואַכזאַמקייט און באַוווּסטזיניקייט.‟ נאָך זײַן אָפֿיציעלער מיטטיילונג, האָט דער קאָמענדאַנט גוטמוטיק פֿאָרגעלייגט, אַז ווער עס וויל, קאָן זיך באַטייליקן איצט אינעם שפּילן מיט אים „בינגאָ‟ — אין אַ פּאָר ווײַלעס אַרום האָבן זיך שוין פֿון די הויכריידערס געהערט די ערשטע ציפֿערן…

די מאָבילקע טאַמאַרעס האָט זיך נישט געלאָזט שווײַגן. ס׳האָט געקלונגען מאַרטאַ ציבולסקי. זי האָט נישט גערעדט, זי האָט געגאָסן און אויסגעגאָסן אויף טאַמאַרעס קאָפּ דאָס רעשט ביסל שׂינאה אויף ייִדן, וואָס איז איר געבליבן בירושה פֿון אירע זיידעס און עלטער־זיידעס.

— גאָמולקאַ איז גערעכט געווען, — איז געפֿלאָסן פֿון דער מאָבילקע, — אַ שאָד, וואָס ער האָט אײַך נישט אַרויסגעלאָזט פֿון פּוילן מיטן רויך…

טאַמאַרע האָט אויסגעשלאָסן דאָס אַפּאַראַטל און עס אָנגעהויבן גיך אַרומווישן מיט איר פֿאַרטעך, ווי אַ פֿאַרפּאַטשקעטע זאַך. שוין… גענוג אויף הײַנט. אַ ווייטיקלעכער שטיק איז איר געבליבן שטעקן בײַם האַרצן. זי האָט זיך אָנגעבויגן און זיך אָנגעשפּאַרט מיט די הענט אינעם אויבערפֿלאַך פֿון טיש. מיטן קאָפּ האָט זי געפֿירט אויף לינקס און אויף רעכטס, ווי אַן אויסגעמאַטערט פֿערד, און געשעפּטשעט צו זיך אַליין: „אַלפֿי… אַלפֿי, טײַערער, וואָס קומט מיט דיר פֿאָר? העלף מיר, אַלפֿי…‟

אַלפֿרעד איז בשעת־מעשׂה געזעסן אַנטקעגן דעם קאָמפּיוטער־פֿענצטערל און אַהין אַרײַנגעקוקט פֿאַרכאַפּטערהייט. די וועלט פֿון „טאַטו‟ האָט עקזיסטירט טויזנטער יאָר פֿאַר זיך, און ער האָט וועגן איר קיין אַנונג נישט געהאַט. ס׳איז אים ביז אַהער אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַזאַ וועלט איז פֿאַראַן; ער איז זיך באַגאַנגען אָן איר, פּונקט ווי מיליאָנען אַנדערע מענטשן באַגייען זיך אָן קונסט־מוזייען. די לעצטע סטאַטיסטיק, למשל, האָט געוויזן, אַז די „טאַטו‟־בילדער זײַנען מער פֿאַרשפּרייט דווקא צווישן די פֿרויען. 23 פּראָצענט אַמעריקאַנער פֿרויען טראָגן אויף זייער לײַב כאָטש איין טאַטויִרונג, אין פֿאַרגלײַך מיט 19 פּראָצענט מאַנצבילן. טשיקאַווע איז געווען די ידיעה, אַז די יאַפּאַנישע גיישעס באַדעקן זייער לײַב מיט „טאַטוס‟, צוליב איין זאַך — נישט אויסזען פֿאַר די קליענטן אין גאַנצן נאַקעט. זיי לאָזן נישט גערירט בלויז דאָס פּנים, די דלאָניעס און די פֿוסזוילן. גאַנץ אומדערוואַרט איז געווען פֿאַר אים, אַז טאַטויִרונגען האָבן געהאַט אַלבערט אײַנשטיין, די קיסריניע יעקאַטערינע די צווייטע און דער קייסער ניקאָלײַ דער צווייטער, און אַפֿילו יאָסיף סטאַלין… דער לעצטער האָט אים ווייניקער פֿאַרחידושט — פֿאָרט אַ גזלן!

זײַן לעצטע אַנטדעקונג האָט אומגעקערט אַלפֿרעדן אין זײַן הײַנטיקער ווירקלעכקייט — די פּאָפּולערסטע טאַטויִרונג איז בפֿירוש דער טאַטו פֿון אַ דראַקאָן. “וויפֿל זשע דראַקאָנען, — האָט ער אַ טראַכט געטאָן, וועלן זיך איצט אַרויסרײַסן פֿון די מענטשלעכע גופֿים?!”…

ער האָט איבערגעפֿירט דעם בליק פֿונעם עקראַן צו זײַן איינציק טאַטו־פּינטעלע אויף דער לינקער האַנט. אַרום דעם אַמאָליקן בלויען שטאָך האָט זיך אָנגעצייכנט אַ רויטער קרײַז; מיט יעדן טאָג האָט ער זיך פֿאַרברייטערט און שוין אַרומגעכאַפּט דעם אייבערשטן טייל פֿון האַנטפֿלאַך און עטלעכע פֿינגער. קיין ווייטיק האָט אַלפֿרעד נישט געפֿילט, נאָר אַ בײַסעניש פֿלעגט צומאָל אָנפֿאַלן, אַז ס׳האָט זיך געוואָלט די הויט אַראָפּרײַסן. ער האָט זיך קוים אײַנגעהאַלטן בעת אַזעלכע אָנפֿאַלן, נישט צעשרײַען זיך… אַבי טאַמאַרע זאָל זיך וועגן דעם נישט דערוויסן… ווער ווייסט, זי קאָן נאָך אַרויסרופֿן דעם אַמבולאַנס… פֿאַרשטייט זיך פֿון גוטע כּוונות…

סוף קומט

Leave a comment