אַ נאָמען בירושה

די שטאָט וויניצע אין די 1960־1970ער יאָרן

מרדכי יושקאָווסקי

אין וויניצע נעבן דעם צענטראַלן מאַרק האָט געוווינט אַ פּאָרפֿאָלק. ער האָט געהייסן פּינחס, און זי — גיטל. געשטאַמט האָבן זיי פֿון אַ קליין שטעטל סיניאַווע, ניט ווײַט פֿון מעזשבעזש. ווען ס’איז אויסגעבראָכן די מלחמה, האָט מען פּינחסן צוליב דער שלעכטער ראיה, באַפֿרייַט פֿון דער מאָביליזאַציע און געשיקט צו אַרבעטן אויף אוראַל. גיטל איז מיטגעפֿאָרן מיט אים. דאָרט האָבן זיי געהונגערט, שווער געהאָרעוועט, זיך קוים דערהאַַלטן בייַם לעבן. אַלע נאָענטע זייערע, וועלכע זייַנען געבליבן אינעם שטעטל, זייַנען אומגעקומען, און פּינחס מיט גיטל האָבן ניט געוואָלט זיך אומקערן אַהיים נאָך דער מלחמה. „ס’איז דאָך מער ניט דאָס שטעטל, וואָס איך האָב געקענט, — האָט גיטל געטענהט, — ס’איז איין גרויסער בית-עולם, און איך וויל ניט און קאָן ניט לעבן אויף די קבֿרים פֿון מייַנע נאָענטע‟. זיי זייַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין וויניצע, קודם געדונגען עפּעס אַ צימערל, געשפּאָרט אַ גראָשן צו אַ גראָשן, און מיט עטלעכע יאָר שפּעטער געקויפֿט אַ הייַזקע נעבן דעם מאַרק. די הייַזקע האָט פֿאַרמאָגט צוויי צימערן מיט אַ קיך.

פּינחס האָט אָפּגעאַרבעט צוואַנציק יאָר ווי אַ בוכהאַלטער אויף אַ פֿאַבריק, ביז ער איז אַרויס אויף פּענסיע, און גיטל איז געווען אַ בעל-הביתטע אין שטוב. זי איז קיינמאָל ניט געזעסן ליידיק. אַ חוץ דער שטוביקער אַרבעט, פֿלעגט זי נייען, איבערנייען, איבערניצעווען, שטריקן, און דערנאָך פֿאַרקויפֿט אין מאַרק אירע אויסאַרבעטונגען. די טיר זייערע איז בייַ טאָג קיינמאָל ניט געווען פֿאַרשלאָסן, תּמיד געשטאַנען צעפּראַלט, און דער אַרייַנגאַנג איז געווען פֿאַרצויגן מיט אַ ווייַסער מאַרליע, די פֿליגן זאָלן ניט אַרײַנפֿליִען. אַ סך באַקאַנטע, וואָס פֿלעגן גיין אויפֿן מאַרק, פֿלעגן אַריַינקומען צום פּאָרפֿאָלק, לאָזן בייַ זיי די קוישן, כּדי זיך ניט אַרומצושלעפּן מיט דער שווערער משׂא. גיטל האָט יעדן איינעם פֿאָרגעלייגט אַ גלאָז טיי מיט פֿריש היימיש געבעקס, וואָס איז בייַ איר תּמיד געווען אָנגעגרייט. די שטוב זייערע איז געווען אַ ביסל אַרייַנגערוקט אינעם הויף, אָבער דער גרויסער פֿענצטער האָט אַרויסגעקוקט אויפֿן טויער פֿונעם מאַרק, און גיטל פֿלעגט שפּאַסן: „אָט דער פֿענצטער איז מייַן טעלעוויזאָר. פֿונדאַנען דערוויס איך זיך אַלע נייַעס. איך זע דאָך ווער איז געגאַנגען אויפֿן מאַרק, ווער גייט שוין פֿונעם מאַרק, וואָס האָט מען אייַנגעקויפֿט, ווער מיט וועמען האָט זיך געטראָפֿן, ווער מיט וועמען האָט אַ שמועס געכאַפּט. וואָס דאַרף מען מער?..‟

אַזוי האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק אויסגעלעבט זייערע יאָרן, ווי פֿלעגט מען זאָגן, מיט לייַטן גלייַך. איין זאַך האָט זיי פֿאַרדראָסן — גאָט האָט זיי קיין קינדער ניט געגעבן. נאָך דער מלחמה האָבן די שכנים און באַקאַנטע זיי אָן אַ סוף געפּרוּווט אייַנרעדן: „אַזוי פֿיל ייִדישע יתומים זייַנען געבליבן נאָכן קריג. נעמט אײַך אַ ייִדיש קינד און דערציט עס ווי אַן אייגנס. פֿאַר וואָס זאָלט עס טאַקע ניט טאָן? איר וועט דערמיט סייַ אַ קינדערשע נשמה אָפּראַטעווען, סייַ פֿאַרזיכערן פֿאַר זיך הילף אויף דער עלטער‟. גיטל איז גראַדע גרייט געווען אײַנצוגיין אויף דעם און אַפֿילו זיך אינטערעסירט אין אַ קינדער-היים, ווי זעט אויס די פּראָצעדור פֿון צואייגענען אַ קינד, אָבער פּינחס האָט זיך פֿאַרעקשנט: „אַז ס’איז מיר ניט באַשערט געווען צו האָבן אייגענע קינדער, דאַרף איך ניט קיין פֿרעמדע‟, — און זייַן וואָרט איז פֿאַרן ווייַב געווען אַ געזעץ.

בכלל איז פּינחס געווען אַ שווייַגער, זעלטן ווען אַ וואָרט אַרויסגערעדט. געווען איז ער אַ הויכער, אַ דאַרער, מיט אַ הוילן קאָפּ, געטראָגן זייער דיקע ברילן. די אויגן זייַנע האָבן אָפֿטלעך געפּינטלט, פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגט ער אַ פֿיר טאָן מיט דער דלאָניע איבער זייַן פּליכעוואַטן קאָפּ און דערבייַ אַ זיפֿץ טאָן. יאָרן האָט ער געטראָגן אַ ברוינעם וועלוועטענעם זשאַקעט מיט אַ סך קעשענעס און אַ גרויען קאַסקעט. לויטן הילוך האָט מען אים דערקענט פֿון דער ווייַטנס.

גיטל איז געווען אַ סך נידעריקער פֿון אים, אַ דיקלעכע, אַ קייַלעכדיקע, מיט גוטע שמייכלענדיקע אויגן און אַ קאָפּ שניי-ווייַסע האָר, וועלכע זי פֿלעגט צונויפֿנעמען פֿון אויבן מיט אַ שוואַרצן האַלב-קייַלעכדיקן קאַם. צווישן מאַן און ווייַב זייַנען געווען אַ ביסל מאָדנע באַציִונגען. ער פֿלעגט קיין געפֿילן ניט אַרויסווייַזן, געווען אַן אייַנגעהאַלטענער, שטענדיק אַרייַנגעטאָן אין זיך, און זי האָט אויף אים תּמיד געקוקט מיט אַזאַ פֿאַרליבטן בליק, אַז מע האָט גלייַך געזען, אַז ער איז איר גאַנץ לעבן, איר איינציקע נחמה אויף דער וועלט. און טאַקע אַזוי, גיטל איז געווען פֿאַר איר מאַן מער ווי אַ ווייַב, נאָר אויך אַ מאַמע, אַ חבֿרטע, אַ שוועסטער, אַ מלאך־השומר. זעלטן ווען האָט אַ ווייַב אַזוי געזאָרגט פֿאַרן מאַן. ער איז ניט סתּם געווען בייַ איר דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל און דער מהות פֿון איר לעבן; וועגן אַזאַ ווייַב פֿלעגט מען זאָגן: זי טראָגט דעם מאַן אונטער אַ לעפֿל צום מויל, און בייַ גיטל איז עס געווען ממש אַזוי, אָן אַ גוזמה. קאָכן האָט זי געקאָכט נאָר דאָס, וואָס פּינחס האָט ליב געהאַט. קיין גלעזל טיי וואָלט זי אים קיינמאָל ניט אַוועקגעשטעלט, ביז זי האָט אַליין מיטן לעפֿעלע דעם צוקער ניט אויסגעמישט. דער מאַן איז בייַ איר תּמיד געגאַנגען ריין און ציכטיק אָנגעטאָן. זי וואָלט אים אין דרויסן ניט געלאָזט אַרויסגיין אין הויזן, וועלכע זאָלן ניט זייַן פֿריש אויסגעפּרעסט מיט אַ בולטן שרונט. פֿון מאָל צו מאָל, זיצנדיק בייַם גרויסן קייַלעכדיקן טיש, פֿלעגט זי די הענט אונטערן פּנים אונטערשטעלן און קוקן אויפֿן מאַן מיט אַ בליק, פֿול מיט ליבשאַפֿט און איבערגעגבנקייט. דערבייַ האָט זי אָנגעקוועלט ווי אַ געטרײַע ייִדישע מאַמע פֿלעגט אָנקוועלן פון איר געראָטן קינד.

בשכנות, אין דעם זעלבן הויף, האָט געוווינט אַ יונג פּאָרפֿאָלק, זשעניע און שמעון. זיי האָבן געוווינט אין אַ הויז, וואָס איז זיי פֿאַרבליבן פֿון שמעונס עלטערן. דער פֿאָטער זייַנער איז צוריקגעקומען פֿונעם פֿראָנט אַ שווער פֿאַרוווּנדעטער, זיך אָפּגעמוטשעט אַ פּאָר יאָר נאָך דער מלחמה און איז געשטאָרבן, ווען שמעון איז געווען צוועלף יאָר אַלט. די מאַמע איז אַוועק פֿון דער וועלט צען יאָר נאָכן מאַן. שמעון איז יונגערהייט געבליבן איינער אַליין, האָט אָפּגעדינט אין דער אַרמיי, צוריקגעקומען אַהיים, בייַ טאָג זיך געלערנט אין אַ בוי-טעכניקום און געאַרבעט אין די נעכט. שפּעטער, אינעם שטאָטישן פּאַרק אויף אַ טאַנץ-פּלאַץ, האָט ער זיך באַקענט מיט זשעניען, אַ שיין, שוואַרץ-חנעוודיק מיידל, וואָס האָט געשטאַמט פֿונעם שטעטל בערדשאַד, דרומדיק פֿון וויניצע. זי האָט זיך גוט געלערנט, פֿאַרענדיקט די שול מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל און אָנגענומען געוואָרן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט. פֿאַר אַ ייִדיש מיידל אין יענע יאָרן איז עס געווען גאָר אַ זעלטנהייט. צווישן די ביידע האָט זיך צעברענט אַ פֿלאַמיקע ליבע, און זיי האָבן חתונה געהאַט. זשעניע איז געוואָרן אַן אויגן-דאָקטער, און שמעון האָט געאַרבעט ווי אַ „פּראָראַב‟ (אָנפֿירער פֿון אַ בוי-אָביעקט).

די באַציִונגען צווישן דעם יונגן פּאָרל מיט פּינחס און גיטל זייַנען געווען אַ סך נעענטער ווי גוט-שכנישע. זיי האָבן געלעבט ממש ווי נאָענטסטע קרובֿים, ווי איין משפּחה, קיין סודות ניט געהאַט איינער פֿאַרן אַנדערן, אַלע ימים-טובֿים אין איינעם געפּראַוועט, צו די געבורטס־טעג מתּנות געבראַכט, אין די אָוונטן געקוקט אין שטוב בייַ די ייִנגערע דעם טעלעוויזאָר.

שמעון האָט אויסגעניצט זייַנע פֿעיִקייטן אין די בוי-אַרבעטן און האָט בייַם עלטערן פּאָרפֿאָלק דאָס הויז פֿאַרריכט, אַ ביסל איבערגעבויט, זיי דורכגעפֿירט וואַסערלייַטונג און גאַז אין שטוב.

אין אַ יאָר נאָך דער חתונה, אין 1958, איז בייַ זשעניען און שמעונען געבוירן געוואָרן אַ זון. אַ נאָמען האָט מען אים געגעבן מאַריק, נאָך שמעונס פֿאַרשטאָרבענעם פֿאָטער מאיר. גיטל מיט פּינחסן האָבן אינעם קינד די גאַנצע נשמה אַרייַנגעלייגט. דאָס ייִנגעלע איז פֿאַר זיי געוואָרן ווי אַן אייגן אייניקל. פֿאַקטיש איז ער בייַ זיי אין שטוב און בייַ זיי אויף די הענט געוואַקסן. ווען מאַריק איז קליין געווען, פֿלעגט ער אָפֿטמאָל זייַן קראַנק, מער אין דער היים געווען, איידער אינעם קינדער-גאָרטן געגאַנגען. דער טאַטע מיט דער מאַמען זייַנען געווען בייַ דער אַרבעט, זיידע-באָבע, זשעניעס עלטערן, האָבן געוווינט אין בערשאַד, צוליב געזונט-פּראָבלעמען זעלטן ווען די קינדער באַזוכט, און דאָס ייִנגעלע איז בייַ די גוטהאַרציקע שכנים געוואַקסן. גיטל פֿלעגט אים אויסוואַרעמען, אויסמישן מיט מילך האָניק, סאָדע און פּוטער און אים פּאָיען, קאָכן יאַיכעלעך. ווען מאַריק איז געלעגן פֿאַרקילט, האָט גיטל איר שלאָפֿצימער פאַרמאַכט, די לאָדנס פֿאַרשלאָסן, מיט אַ דיקן, שטעכיקן וואָלענעם פּלעד אים צודעקן. דערביַי האָט זי קיינעם אין שטוב ניט דערלויבט הויך צו רעדן. „דאָס קינד איז ניט געזונט, ס’מוז רוען‟, — פֿלעג זי טענהן.

מאַריק איז געוואַקסן מיט אַ פֿאַרשטענדעניש, אַז ער האָט אַ זיידע און אַ באָבע, דער מאַמעס עלטערן אין בערשאַד, וווּהין מע פֿירט אים אַראָפּ אין די זומער-חדשים, און ער האָט דאָ, אינעם שכנותדיקן הויז, דעם זיידן פּינחס מיט דער באָבען גיטל, וועלכע ער זעט זיי יעדן טאָג און וואָס באַלעווען אים. ווען ער האָט אָנגעהויבן גיין אין שול, פֿלעג ער גלייַך פֿון דער שול קומען צו זיי. עס האָט אויף אים תּמיד געוואַרט אַ געשמאַקער מיטאָג. גיטל איז געשטאַנען איבער אים ווי אַ געטרייַע ייִדישע באָבע, שטענדיק געדאגהט, דאָס קינד זאָל אַלץ אויפֿעסן, ער זאָל חלילה הונגעריק ניט בלייַבן. זי פֿלעגט אויך זאָרגן, אַז מאַריק זאָל אַלע אוראָקן פֿאַרענדיקן, ביז די עלטערן וועלן קומען פֿון דער אַרבעט.

פּינחס, וואָס פֿלעגט קיינמאָל זייַנע געפֿילן ניט אַרויסווייַזן, האָט פֿון מאַריקן ניט געקאָנט זיך אָנקוועלן, אים ליבהאַרציק געגלעט איבערן קאָפּ און געשעפּט פֿון אים נחת. מיט מאַריקן האָט ער אויפֿגעהערט צו זייַן אַ שווייַגער, דערציילט דעם קליינעם פֿאַרשיידענע פּאַסירונגען און מעשׂיות, אים אָפּגעגעבן די גאַנצע צייַט זײַנע. שפּעטער האָט ער אים אויסגעלערנט שפּילן שאַך און געקאָנט אָפּזיצן מיטן ייִנגל שעהענווײַז. גיטל פֿלעגט דעם מאַן און זיך אַליין ניט איין מאָל טרייסטן: „זעסט, מייַן מאַן, גאָט האַָט אונדז קיין קינדער ניט געגעבן, דערפֿאַר האָט ער אונדז באַלוינט מיט אַן אייניקל. אַזוי איז עס בייַם אייבערשטן, פּונקט ווי בייַ אַ געטרייַען פֿאָטער — מיט איין האַנט שטראָפֿט ער, און מיט דער אַנדערער גלעט ער‟.

מאַריקס עלטערן זייַנען תּמיד געווען פֿאַרנומען און געלעבט ווי מיליאָנען סאָוועטישע מענטשן, געווען פֿאַרזאָרגט מיטן קריגן דאָס און יענץ, מיטן אייַנקויפֿן די נויטווענדיקע זאַכן, און ס’איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, אַז די מערסטע צייַט האָט זייער זון פֿאַרבראַכט אינעם שכנותדיקן הויז. דאָרט, בייַם זיידן פּינחס און בייַ דער באָבע גיטל האָט ער זיך אויסגעלערנט פֿאַרשטיין ייִדיש, ווייַל דאָס איז געווען די עיקרדיקע שפּראַך אין זייער שטוב. בייַ זיי האָט ער אויך אייַנגעזאַפּט אין זיך ייִדישקייט, געוווּסט פֿון קליינערהייט אָן וועגן ייִדישע ימים-טובֿים, פֿאַרדייַט גוט, וואָס גיטל וועט קאָכן און באַקן צו דעם אָדער יענעם יום-טובֿ. ניט איין מאָל שבת אין דער פֿרי, ווען פּינחס איז געגאַנגען, אויסגעפּוצט אין אַ ווייַסער בלוזע מיט אַ קראַוואַט אין שיל אַרייַן, האָט מאַרק אים געבעטן, אַז דער זיידע זאָל אים מיטנעמען, אָבער יענער האָט געענטפֿערט: „ביסט נאָך קליין, וועסט מירטשעם אונטערוואַקסן, וועל איך דיך מיטנעמען‟.

גיטל מיט פּינחסן האָבן אינעם ייִנגל דאָס גאַנצע לעבן אַרייַנגעלייגט, זיך אָפֿן געפֿרייט און שטאָלצירט מיט זייַן יעדן גוטן צייכן, ממש איבערגעלעבט, ווען דער קליינער מאַריק פֿלעגט קומען אַהיים אַ פֿאַרוויינטער און דערציילן, ווי די קינדער זײַנען אים נאָכגעלאָפֿן, האָבן געוואָרפֿן אויף אים שטיינדלעך און דערבייַ געשריִען אים: „זשידאָווסקאַיאַ מאָרדאַ, אובירײַסיאַ וו סוווי איזראַיִל! (זשידלאַק, פֿאַרנעם זיך אין דײַן ישׂראל)‟. פּינחס פֿלעגט דעמאָלט אַרויס פֿון די כּלים און האָט אַפֿילו געוואָלט גיין אין שול און זיך פֿונאַנדערקלײַבן מיט די באַליידיקער, אָבער שמעון מיט זשעניען, מאַריקס עלטערן, האָבן אים קוים אָפּגעהאַלטן דערפֿון. „פֿעטער פּינחס, וועמען ווילט איר באַווייַזן עפּעס? איר וועט קאָנען זיי ענדערן? פֿאַרקערט, ס’וועט זייַן נאָך ערגער, — האָט שמעון געטענהט, — זיי וועלן אין מאַריקן נקמה נעמען פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיך באַקלאָגט אין דער היים. גלייבט מיר, ס’איז אַן אומזיסטיקע טירחה. איך האָב עס שוין דורכגעמאַכט ניט איין און ניט צוויי מאָל אין מייַן לעבן, און איך האָב אָפּגעלערנט, אַז די איינציקע רפֿואה דערצו, ער זאָל קאָנען פֿיזיש זיך אַליין באַשיצן, ער זאָל זייַן מסוגל זיך קעגנשטעלן די באַליידיקער. נאָר כּוח פֿאַרשטייט מען אין אַזעלכע פֿאַלן. פֿון אַנטיסעמיטיזם וועט איר זיי סייַ-ווי-סייַ ניט אויסהיילן. זיי זאַפּן אים אייַן מיט דער מאַמעס מילך. דעריבער וויל איך מאַריקן פֿאַרשרייַבן אין אַ סעקציע פֿון קלאַסישן קאַמף. נאָר דאָס וועט אים העלפֿן אין לעבן ווי געהעריק צו ענטפֿערן די באַנדיטן‟.

שמעון האָט געהאַלטן וואָרט און פֿאַרשריבן דעם זון אין דער ספּאָרט-סעקציע. צוויי מאָל אַ וואָך נאָך דער שול איז מאַריק געגאַנגען זיך טרענירן אין קלאַסישן קאַמף. דעריבער איז ער אויסגעוואַקסן הויך, שטאַרק, ברייטפּלייציק, און נאָך דעם, ווי ער האָט עטלעכע מאָל באַוויזן אויף וואָס איז ער פֿעיִק, האָבן די חבֿרה אַנטיסעמיטן טאַקע אויסגעמיטן מיט אים זיך פֿאַרפֿירן.

אַ חוץ דעם קלאַסישן קאַמף, האָבן די עלטערן אינעם פֿינפֿטן קלאַס אָפּגעגעבן מאַריקן אויך אין דער מוזיק-שול זיך לערנען שפּילן אַקאָרדעאָן, האָבן די אַלטע טאָג אויס־טאָג אייַן געשעפּט נחת, זיך צוגעהערט ווי ער שפּילט גאַמעס, עטיודן און שפּעטער אויך באַקאַנטע מעלאָדיעס. ווען גיטל פֿלעגט אײַנהאַנדלען עפּעס אַ דעפֿיציט־ביסן, האָט זי תּמיד געטענהט: „דאָס בעסערע שטיקל וועט זייַן פֿאַרן קינד. מיר קאָנען זיך באַגיין אָן דעם אויכעט. ייִנגער און געזינטער וועט מען שוין פֿון דעם ניט ווערן‟.

מאַריק האָט פֿאַרענדיקט די שול. אַ דאַנק די באַקאַנטשאַפֿטן פֿון זייַנע עלטערן, איז ער אָנגענומען געוואָרן אינעם אָרטיקן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, ווייַל פֿאַר ייִדן איז עס דעמאָלט געווען ניט פֿון די גרינגסטע זאַכן. פּינחסן מיט גיטלען איז דאָס האַרץ אַרויסגשפּרונגען ביז זיי זייַנען זוכה געווען צו הערן די דאָזיקע בשׂורה. זיי האָבן מער איבערגעלעבט פֿאַרן אָביטוריענט ווי ער אַליין און זייַנע עלטערן, ממש די נעכט ניט געשלאָפֿן, געדאגהט.

זינט מאַריק איז געוואָרן אַ סטודענט, איז דאָס לעבן אַרייַן אין אַן אַנדער שטעג. עס איז שוין געווען ניט דאָס קליינע ייִנגעלע, וואָס פֿלעגט זיך אייַלן נאָך דער שול צו באָבע-זיידע, וואָס איז געוואַקסן אונטער די מעכטיקע פֿליגל, וואָס זיי האָבן צעשפּרייט איבער אים. ס’איז געוואָרן אַ הויכער, שטאַרקער בחור, וואָס האָט זיך אין איין אויגנבליק פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאַנצביל, וועלכער, אַ חוץ די לימודים, האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צייַט מיט זייַנע חבֿרים, אָנגעהויבן אַרויסצוגיין מיט מיידלעך, ליב געהאַט טאַנצן אויף דיסקאָטעקן. סוף וואָך פֿלעגט ער אָפֿט אַרויספֿאָרן מיט חבֿרים אויסער דער שטאָט מיט געצעלטן און טוריסטישן קלאַפּער־געצייַג. דעם אַלטן פּאָרפֿאָלק איז שווער געווען שלום צו מאַכן מיטן געדאַנק, אַז דאָס פֿייגעלע איז שוין אַרויסגעפֿלויגן פֿון דער נעסט, אַז זיי וועלן אים זען אַלץ זעלטענער. מיטן קאָפּ האָבן זיי אַלץ פֿאַרשטאַנען, אָבער דאָס האַרץ האָט געשטרעבט צו איין זאַך — וואָס מער צו זייַן נעבן דעם ליבן אייניקל. דעריבער פֿלעגן זיי אַזוי זיצן שווייַגנדיק אַנטקעגן דעם גרויסן פֿענצטער פֿון זייער שטוב און אַרויסקוקן אויף מאַריקן.

באַזונדערס האָט אָנגעהויבן דאגהנען גיטל. זי האָט מורא באַקומען, אַז ס’זאָל חלילה ניט געשען קיין שלעכטס, און אַז מע מוז מאַריקן וואָס גיכער באַקענען מיט אַ ייִדיש מיידל, ווייַל אין די הייַנטיקע צייַטן קאָן מען גאָרנישט ניט וויסן… זי האָט אָן אויפֿהער גערעדט וועגן דעם צו שמעונען און זשעניען, אָבער יענע האָבן געטענהט: „מומע גיטל, וואָס רעדט איר? ס’איז נאָך פֿרי פֿאַר אים צו טראַכטן וועגן אַזעלכע זאַכן. זאָל ער ענדיקן די לערע, אָנהייבן אַרבעטן. אַלץ קומט אין זייַן צייַט‟.

אָבער גיטל האָט זיך ווייניק פֿאַרלאָזט אויפֿן צופֿאַל און אויף באַשערטקייט, זי האָט באַשלאָסן צו נעמען די זאַך אין די אייגענע הענט. ווען מאַריק איז קוים אַלט געוואָרן איין און צוואַנציק יאָר, האָט זי דורך אַ בריוו אַרויסגערופֿן פֿונעם שטעטל הייַסין, ניט ווייַט פֿון וויניצע, איר ווייַטע קרובֿה און באַשלאָסן זי באַקענען מיטן ליבן אייניקל. דאָס מיידל איז געווען אויך אַ יאָר צוואַנציק אַלט, זיך געלערנט אין אַ טעכניקום. וויסנדיק גוט, אַז מאַריק איז קאַטעגאָריש קעגן שידוכים, פֿאָרויסיקע זעכצן און נאָך אַזעלכע זאַכן, האָט גיטל אַלץ אויסגעפֿירט בעסער פֿון יעדער געהיים-דינסט און אייַנגעאָרדנט אַזוי, אַז די ביידע יונגע לייַט זאָלן זיך טרעפֿן בייַ איר אין שטוב כּלומערשט צופֿעליק. עס איז גראַדע געווען יום-טובֿ שבֿועות. זי האָט אָנגעגרייט אַ מלכותדיקע מילכיקע מאָלצייַט און געבעטן, אַז מאַריק זאָל קומען צו איר עסן בלינצעס מיט צוואָרעך, וואָס ער האָט אַזוי ליב געהאַט. ווען יענער איז אַרייַנגעקומען, האָט גיטל געזאָגט: „קום אַרײַן, טייַערער, און באַקען זיך מיט אונדזער גאַסט. זי איז מייַנע אַ קרובֿה פֿון הייַסין. זי הייסט עלאַ, עלווירע‟. מאַריק האָט גלייַך פֿאַרשטאַנען, וואָס דאָ איז פֿאָרגעקומען. ער איז געוואָרן אין כּעס אויף דער באָבע גיטל, אָבער האָט עס ניט אַרויסגעוויזן. ער האָט אַ וואָרף געטאָן אַ פֿאָרשערישן בליק און דערזען אַ גאַנץ סימפּאַטיש מיידל, אַ ברונעטקע מיט טונקעלע מאַנדלפֿאָרמיקע אויגן, צוגעדעקט מיט לאַנגע וויִעס. אויפֿכאַפּנדיק אויף זיך מאַריקס בליק, איז דאָס מיידל אין איין רגע רויט געוואָרן, ווי אַ צייַטיקע קאַווענע. זי איז געזעסן בייַם קייַלעכדיקן טיש מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן, געשוויגן, און אויף יעדער פֿראַגע פֿון מאַריקן קוים עפּעס אַרויסגעשטאַמלט.

דערזעענדיק, אַז די סיטואַציע איז אַן אָנגעשטרענגטע און, אַז דער געשפּרעך צווישן די יונגע־לייַט שטראָמט ניט, האָט גיטל גלייַך געכאַפּט די איניציאַטיוו און זיי פֿאָרגעלייגט:
„נו, באַהאַנדלט אַ ביסל די ׳מעזשדונאַראָדנע פּאָלאָזשעניע׳‟ (אינטערנאַציאָנאַלע לאַגע). דערהערנדיק דאָס, האָט מאַריק אויסגעשאָסן אַ געלעכטער, און דעם מיידלס פּנים האָט געביטן דעם קאָליר פֿון רויט אויף באָרדאָ…

יענער ניט געלונגענער פּרוּוו האָט גיטלען ניט אָפּגעשטעלט אין אירע באַמיִונגען צו באַקענען מאַריקן מיט אַ לייַטיש מיידל פֿון אַ בכּבֿודיקער ייִדישער משפּחה, אָבער אינגיכן איז איר פּינחס געוואָרן זייער קראַנק, זיך אָפּגעמוטשעט אין שפּיטאָל אַ וואָך צייַט און איז אַוועק פֿון דער וועלט. גיטל האָט דאַן געמאָלדן אירע שכנים און באַקאַנטע, אַז אָן איר ליבן פּינחסן האָט זי ניט וואָס זיך צו דרייען אויף דער וועלט. זי מוז אים שטעלן אַ שיינע מצבֿה, ניט ערגער ווי בייַ לייַטן, און וואָס גיכער גיין צו אים, זיך פֿאַראייניקן מיט אים, ווייַל אָן אים האָט דאָס לעבן ניט קיין שום טעם. זינט דאַן פֿלעגט זי האַלבע טעג אָפּזיצן אויפֿן בית-עולם, רעדן צו איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, אויסוויינען דאָרט די לונגען, אים דערציילן אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר. שמעון מיט זשעניען האָבן ממש מורא געהאַט, זי זאָל ניט אַראָפּ פֿון די געדאַנקען. מאַריק פֿלעגט מיט איר אויך מער צייַט פֿאַרברענגען, ניט קוקנדיק אויף זייַן פֿאַרנומענקייט, ווייַל ער האָט געהאַלטן שוין בייַם פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט און בייַם פֿאַרטיידיקן דעם דיפּלאָם.

אָבער קיין זאַך האָט ניט געהאָלפֿן. אין אַ יאָר נאָך פּינחסעס פּטירה האָט גיטל אויפֿגעשטעלט אַ שיינע הויכע בשותּפֿותדיקע מצבֿה פֿאַר אים און פֿאַר זיך און יעדן טאָג געבעטן גאָט, זי זאָל וואָס גיכער זיך פֿאַראייניקן מיטן מאַן, ווייַל אָן אים האָט זי ניט וואָס צו טאָן אויף דער וועלט. און פּונקט ווי אינעם הימל וואָלט מען דערהערט אירע בקשות, איז זי יעדן טאָג געוואָרן שוואַכער, ממש געצאַנקט פֿאַר די אויגן. די געטרייַע שכנים, זשעניע מיט שמעונען, האָבן זי געפֿלעגט, געבראַכט אַלדאָס נייטיקע, יעדן אויף דער נאַכט און אין דער פֿרי צו איר אַרייַנגעקומען, געבראַכט דאָס עסן, גערייניקט די שטוב, געדאגהט, זי זאָל אייַננעמען די רפֿואות.

איינעם אַ טאָג האָט גיטל, ליגנדיק אין בעט, געבעטן שמעונען, אַז מאַריק זאָל אַרייַנקומען צו איר וואָס גיכער, עס מאַכט ניט אויס אין וועלכער שעה, אַפֿילו בייַ נאַכט. מאַריק איז גראַדע געזעסן און געשריבן די דיפּלאָם-אַרבעט. ער איז אַרייַנגעלאָפֿן צו דער באָבען אַ פֿאַרסאָפּעטער און אויסגעשאָסן:

— באָבע, וואָס איז געשען? וואָס ברענט אַזוי?
— עס ברענט טאַקע, מייַן ליב אייניקל. — האָט גיטל גערעדט, אָטעמדיק זייער שווער און זיך אָפּשטעלנדיק נאָך יעדע פּאָר ווערטער. — קיין סך צייַט האָב איך שוין ניט, מוז איך דיר זאָגן אַלע וויכטיקע זאַכן. ביסט דער טייַערסטער בייַ מיר. ביסט מייַן גאַנץ לעבן. גלייַך, ווען דער זיידע איז געשטאָרבן, בין איך געגאַנגען צום נאָטאַריוס און געשריבן אַ צוואה. מייַן שטוב און אַלץ, וואָס אין דער שטוב, האָב איך איבערגעשריבן אויף דייַן נאָמען. עפֿן נאָר דעם לינקן שופֿלאָד אינעם בופֿעט און נעם אַרויס די בלויע טעקע.

מאַריק האָט געטאָן וואָס גיטל האָט געהייסן, און געטענהט דערבייַ:

— באָבע, דאַרפֿסט ניט איצטער רעדן וועגן דעם. וועסט געזונט ווערן, און איך וועל ענדיקן מיטן דיפּלאָם, וועט מען זיצן רויִק און רעדן.
— ניין, שלאָג מיך ניט איבער, — איז גיטל באַשטאַנען אויף אירן, — עפֿן די טעקע. זעסט, אָט דאָס איז די צוואה. ביסט שוין אַ דערוואַקסענער בחור, וועסט שוין אינגיכן האָבן דייַן אייגענע משפּחה. וויל איך ניט, איר זאָלט אַלע דאַרפֿן וווינען אין ענגשאַפֿט אין די צוויי צימערן בייַ דייַנע עלטערן. וועסט האָבן דייַן אייגענע שטוב. אונטער דער צוואה ליגט אַ קאָנווערט. ער איז פֿאַרקלעפּט. נאָך דעם, ווי איך וועל פֿאַרמאַכן אַן אויג, וועסטו אים עפֿענען. דאָרט האָב איך אַלץ אָנגעשריבן — וווּ וואָס צו געפֿינען. פֿאַרן גאַנצן לעבן האָב איך אָפּגעשפּאָרט אַ קניפּל, אַלץ בלייַבט פֿאַר דיר. אויף מיר וועסטו ניט דאַרפֿן גאָרנישט אויסגעבן. אַ מצבֿה האָב איך שוין, אַ בשותּפֿותדיקע מיטן זיידן. די פּאָר בילדער, וואָס הענגען אויף די ווענט און די פּאָרצעלאַנענע סטאַטועטן זאָלסטו חלילה ניט אַרויסוואַרפֿן. זיי האָבן אַ גאָר ניט קיין קליינע ווערט. וועסט זיך באַראַטן מיט עמעצן, וואָס פֿאַרשטייט זיך אין די זאַכן. איך האָב דיר אַוועקגעגעבן מייַן גאַנץ לעבן און איך גיב דיר אַוועק אַלץ, וואָס איך פֿאַרמאָג…

מאַריק האַט זיך צוגעהערט צו גיטלס רייד, און, ניט ווילנדיק, האָבן זייַנע אויגן זיך אָנגעפֿילט מיט טרערן. ער האָט ווידער געוואָלט גיטלען אָפּשטעלן, אָבער די טרערן, וועלכע ער האָט קוים אייַנגעהאַלטן, האָבן ניט געלאָזט רעדן, און די באָבע איז ממשיך געווען:

— איין זאַך בעט איך בייַ דיר. איך האָב עס ניט געשריבן אין דער צוואה, אָבער אָט דאָס וויל איך בייַ דיר בעטן איצט… איך וויל, זאָלסט קוקן מיר אין די אויגן און זאָלסט מיר צוזאָגן, אַז ווען בייַ דיר וועט געבוירן ווערן אַ ייִנגעלע, זאָלסט אים אַ נאָמען געבן נאָכן זיידן פּינחס. דאָס איז אַלץ, וואָס איך בעט בייַ דיר.
— באָבע, — האָט מאַריק דורך טרערן אַרויסגעשעפּטשעט, — האָסט פֿאַרגעסן, אין וועלכן לאַנד לעבן מיר. ווער קאָן הייַנט אָנרופֿן אַ קינד פּינחס?
— איך האָב עס גענומען אין אַכט, — האָט גיטל באַרויִקט דאָס אייניקל. זיכער הייַנט דאָ בייַ אונדז קאָן אַ ייִנגל ניט לעבן מיט אַזאַ נאָמען. זאָל עס הייסן פּעטיאַ, פּיאָטר, כאָטש דער ערשטער אות זאָל דערמאַנען, אַז ער הייסט נאָך מייַן פּינחסן. איך וויל, דו זאָלסט איצט, קוקנדיק מיר אין די אויגן, צוזאָגן, אַז וועסט עס אויספֿירן. דאָס איז מייַן איינציקע און מייַן לעצטע בקשה…

מאַריק האָט אַ קוש געטאָן דער באָבעס האַנט, זי צוגעדריקט צום האַרצן און, זיך באַוואַשנדיק מיט טרערן, אויסגעכליפּעט:

— אַוודאי, באָבע, איך זאָג דיר צו… ווי קאָן עס אַנדערש זייַן? דו מיטן זיידן זייַט דאָך אַזוי טייַער בייַ מיר…

אויף מאָרגן איז גיטל געשטאָרבן. אַלע שכנים האָבן זי באַגלייט אינעם לעצטן וועג, אַהין, וווּ זי האָט געפֿונען די אייביקע מנוחה באַנאַנד מיט איר פּינחסן. בייַ דער לוויה האָט מאַריק זיך ממש באַגאָסן מיט טרערן. אַלע האָבן זיך געוווּנדערט, אַז אַזאַ שטאַרקער בחור זאָל אַזוי נעמען נאָענט צום האַרצן גיטלס פּטירה, אָבער מע האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען — זי האָט אים דאָך אויסגעכאָוועט, זי איז געווען פֿאַר אים אַ געטרייַע באָבע. דאָס גאַנצע האַרץ און דעם מאַרך פֿון די ביינער האַָט זיך אין אים אַרייַנגעלייגט.

עס איז אַדורך מסתּמא מער ווי אַ וואָך צייַט נאָך גיטלס טויט, ביז מאַריק האָט זיך אָנגענומען מיט מוט צו עפֿענען דעם גרויסן פֿאַרקלעפּטן קאָנווערט, וואָס איז געלעגן אין דער בלויער טעקע אונטער דער צוואה. ער איז אַרייַן אין גיטלס שטוב, זיך אַרומגעקוקט, ווי עס וואָלט געווען אַ פּלאַץ, וווּ ער האָט שוין פֿון לאַנג ניט באַזוכט און האָט געפּרוּווט פֿאַרשטיין, וואָס האָט זיך געענדערט דאָרט אין דער צייַט פֿון זייַן אָפּוועזנהייט. ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ שטול לעבן דעם גרויסן קייַלעכדיקן טיש, אַ לאַנגע ווייַלע אַזוי געזעסן און זיך אייַנגעהערט אין דער פֿאַריתומטער שטילקייט, דערנאָך פֿאָרזיכטיק אָפּגעשניטן דעם ראַנד פֿונעם געלבלעכן קאָנווערט און אַרויסגענומען פֿון דאָרטן אַ פּאָר בייגעלעך פּאַפּיר און אַ גרויסן שוואַרץ-ווייַסן פֿאָטאָ פֿון גיטל מיט פּינחסן. מאַריק האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן, אַז ער געדענקט ניט אָט-אָ דאָס בילד. פֿונעם פֿאָטאָ האָבן אַראָפּגעקוקט אויף אים דער זיידע מיט דער באָבען. דאָרטן זייַנען זיי נאָך גאָר יונג געווען, מסתּמא בייַ די פֿופֿציק, געזעסן אָנגעלענט דעם קאָפּ איינער אויפֿן אַנדערן. פּינחס איז דאָרט געווען אָנגעטאָן אין אַ טונקעלן אַנצוג מיט אַ קראַוואַט, און גיטל אין אַ ווייַסער אַזשורער בלוזע מיט אַ בראָש אויפֿן האַלדז. מאַריק האָט זיך אויפֿמערקזאַם אייַנגעקוקט אין זייערע פּנימער און דערפֿילט דערבייַ אַ קנויל אינעם גאָרגל. אויף דער צווייטער זײַט איז געווען אַן אויפֿשריפֿט, אָנגעשריבן מיט גיטלס האַנט: „אונדזער ליבן אייניקל מאַריקן צום לאַנגן און גוטן אָנדענק. זאָלסט ניט פֿאַרגעסן, אַז דו האָסט געהאַט אַ זיידן און באָבען, וועלכע האָבן דיך ליב געהאַט ווי דאָס לעבן אַליין‟. ווידער האָבן זיך אים געשטעלט טרערן אין די אויגן. ער האָט אָנגעהויבן לייענען, וואָס איז געווען אין די צוויי בייגעלעך פּאַפּיר. דאָרט האָט גיטל אָנגעשריבן די פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, וווּ זאָל ער נעמען דאָס שפּאָר-ביכל, וועלכן זי האָט באַצייַטנס איבערגעשריבן אויף זייַן נאָמען, וווּ ליגט דאָס מזומן-געלט, וואָס זי האָט אָפּגעשפּאָרט פֿאַרן גאַנצן לעבן, וואָס זאָל ער טאָן מיט איר ביסל צירונג, וווּ זיצט דער נאָטאַריוס, וואָס וועט אים העלפֿן מיטן איבערשרייַבן דאָס הויז אויף זייַן נאָמען און נאָך אַנדערע פֿאַראָרדענונגען פֿון דעם סאָרט.


מאַריק האָט פֿאַרענדיקט דעם אינסטיטוט, געוואָרן אַן עלעקטראָניק-אינזשעניר, זיך אייַנגעאָרדנט צו אַרבעטן אויף אַ גרויסער אונטערנעמונג. מיטן טאַטנס הילף האָט ער איבערגעבויט דעם זיידע-באָבעס הויז, און עס האָט זיך באַקומען אַ גאַנץ באַקוועמע וווינונג פֿאַר אים. אַלע זייַנע חבֿרים זייַנען אים מקנא געווען, ווייַל זעלטן ווען אין יענער צייַט האָט אַ יונגער בחור געהאַט אַ מעגלעכקייט צו וווינען אין אַן אייגענער וווינונג, באַזונדער פֿון די עלטערן.

אין אַ פּאָר יאָר נאָכן ענדיקן דעם אינסטיטוט איז ער געפֿאָרן אויף וואַקאַציעס אין אַ טוריסטישער רייַזע איבער קאַווקאַז, דאָרט האָט ער באַגעגנט אַ ייִדיש מיידל ליזע, אַ מוזיק-לערערין, אויך פֿון אוקראַיִנע, פֿון זשיטאָמיר. צווישן די ביידע האָט זיך צעשפּראָצט אַ שטאַרקע ליבע. אין משך פֿון אַ יאָר צייַט זייַנען די יונג־לייַט געפֿאָרן איינער צום אַנדערן בייַ יעדער געלעגנהייט, אָבער אַפֿילו די אַכציק קילאָמעטער פֿון איין שטאָט צו אַן אַנדער שטאָט איז געווען פֿאַרן פֿאַרליבטן פּאָרל אַ ריזן-מהלך, און מאַריק איז באַשטאַנען אויף דעם, אַז ליזע זאָל אַריבערפֿאָרן צו אים און זיי זאָלן וואָס גיכער חתונה האָבן. אַזוי איז טאַקע געשען. דאָס יונגע פּאָרל האָט חתונה געהאַט, געוווינט אינעם הויז פֿון פּינחס און גיטל, וואָס האָט שוין דאַן געקראָגן אַ נייַ פּנים. אינגיכן האָט ליזע פֿאַרשוואַנגערט, און מאָריק האָט מיט אומגעדולד געוואַרט אויף אַ זון. אַלע אין דער משפּחה האָבן געוווּסט, אַז דאָס ייִנגל וועט הייסן פּיאָטר. אָבער ווי זאָגט מען: אַ מענטש טראַכט, און גאָט לאַכט… אַ פּאָר חדשים פֿאַרן געבורט האָט שמעון געקראָגן אַ פּלוצעמדיקן שלאַק און איז אַוועק אין דער אייביקייט, זיך ניט דערוואַרט אויפֿן געגאַרטן אייניקל… ס’איז געווען אַ שווערער קלאַפּ פֿאַר דער משפּחה. די שׂימחה אַרום דעם געבורט פֿונעם ייִנגעלע האָט זיך איבערגעפֿלאָכטן מיטן טיפֿן טרויער נאָך שמעונס פּלוצעמדיקן טויט. מאַריק פֿלעגט דעמאָלט אָפֿטמאָל דערמאָנען דער באָבע גיטלס זאָג: מיר האָבן אַ גרויסן גאָט, ווי אַ געטרייַער פֿאָטער מיט איין האַנט שטראָפֿט ער, און מיט דער אַנדערער גלעט ער.

מאַריקן האָט אַרומגעכאַפּט אַ פּייַנלעכע קווענקלעניש, וואָס האָט ממש אים צעריסן פֿון אינעווייניק. ווען ער האָט געגעבן זייַן וואָרט דער באָבע גיטל, ווער וואָלט געקאָנט זיך ריכטן, אַז זייַן פֿאָטער וועט אַוועקגיין אַזוי פֿרי, אַזוי פּלוצעמדיק, אין סאַמע בלי… עס איז דאָך געווען אומגלייבלעך, פֿאַר וועלכן נסיון דאָס לעבן האָט אים אויסגעשטעלט. אויף מאָרגנס נאָך דער פֿריילעכער בשׂורה, אַז בייַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ זון, איז מאַריק אַוועק אויפֿן בית-עולם, לאַנג געשטאַנען בייַם פֿאָטערס פֿרישן קבֿר, ווי ער וואָלט געוואָלט אַן עצה הערן פֿון אים, דערנאָך געגאַנגען צום זיידע-באָבעס קבֿר און דאָרט געזוכט אַן ענטפֿער אויף זייַן שווערער דילעמע…

די פּראָבלעם האָט געלייזט זשעניע: „מאַריק, — האָט זי געזאָגט צום זון, — איך בין זיכער, אַז די באָבע גיטל וועט פֿון יענער וועלט דיר מוחל זייַן. זי האָט אויך ניט געקאָנט וויסן, אַז דער טאַטע דייַנער וועט אַוועקגיין אַזוי פֿרי. דעריבער נעם אַראָפּ די דאגה פֿון דייַן האַרץ. ס’איז אוממעגלעך, אַז אין אַזאַ פֿאַל, ווי בייַ אונדז, זאָל דאָס קינד ניט טראָגן דעם נאָמען נאָך זייַן לייַבלעכן זיידן. מע קאָן דאָך ניט אויף רוסיש געבן צוויי נעמען, דעריבער וועט ער הייסן סעמיאָן. אויב דו פֿילסט אַ ספֿק אין דעם, נעם איך אָט די עבֿירה אויף זיך. אַזוי מוז זייַן‟.

דאָס לעבן איז ווייַטער אָנגעגאַנגען מיט זייַן באַשטימטן גאַנג. דער קליינער סעמיאָן, וועלכן אַלע אייגענע האָבן גערופֿן סעניע, איז געוואַקסן אַ קלוג ייִנגעלע און האָט געבראַכט אַ סך נחת די עלטערן. אין דרייַ יאָר אַרום איז בייַ אים געבוירן געוואָרן אַ שוועסטערל, וועלכע ליזע האָט זיך פֿאַרעקשנט אָנצורופֿן נאָך איר באָבען — ראַיִסאַ. זשעניע האָט זיך אינגאַנצן אָפּגעגעבן מיט די אייניקלעך, און זיי זייַנען געווען אַן אמתע נחמה פֿאַר איר.

אין די אָנהייב נייַנציקער איז די סאָוועטישע מאַכט בשלום „ניפֿטר געוואָרן‟, און מע האָט שוין געקאָנט אָפּאָטעמען פֿרייַער. מאָריק האָט פֿאַרלאָזט די אַרבעט און געעפֿנט זייַן אייגענע פֿירמע, פֿאַרבונדן מיט קאָמפּיוטערס. ער איז געוואָרן אָ דערפֿאָלגרייַכער געשעפֿטסמאַן. פֿאַרקויפֿט זייַן זיידע-באָבעס שטוב און אויפֿגעבויט פֿאַר זייַן משפּחה אַ שיין נייַ צוויישטאָקיק הויז. אין זייַן אַרבעטס-צימער האָט שמעון ניט פֿאַרגעסן אויפֿהענגען יענעם פֿאָטאָ פֿון פּינחס און גיטל, וועלכן ער האָט געפֿונען אין דער בלויער טעקע אונטער דער צוואה און געמאַכט פֿאַר דעם אַ שיין רעמל. די קינדער זייַנע פֿלעג ער אָפֿט דערציילן וועגן דער באָבע גיטל און זיידן פּינחס, וועלכע האָבן אים דערצויגן. סעמיאָן האָט פֿיל מאָל געהערט פֿונעם טאַטן, אַז בעצם האָט ער געזאָלט הייסן פּיאָטר, אָבער דער גורל האָט געוואָלט אַנדערש… אַלע מאָל, ווען דער טאַטע פֿלעג רעדן וועגן דעם, האָט דאָס ייִנגעלע געפֿילט אין זייַנע רייד אַ טיפֿע שולד, וועלכע האָט אים געפּייַניקט.

די משפּחה איז געווען גאַנץ גוט אייַנגעאָרדנט אין אוקראַיִנע, אָבער סעמיאָן איז געוואַקסן מיט אַ שטאַרקן אינטערעס צו ייִדישקייט, זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער אָרטיקער קהילה פֿאַר קינדער און דערוואַקסלינגען, געפּועלט בייַ די עלטערן צו פֿאָרן עטלעכע זומערס נאָכאַנאַנד אינעם ייִדישן קינדער-לאַגער, שטודירט העברעיִש אין אַ יוגנט-גרופּע בייַ דער קהילה, האָט געחלומט צו לעבן אין ישׂראל. ער האָט ממש געצויגן די משפּחה עולה צו זייַן. דער טאַטע האָט אים דערקלערט: „פֿאַרשטייסט, זון, איך האָב אַרייַנגעלייגט אַ סך מי אינעם אויפֿשטעלן מייַן פֿירמע. הייַנט-צו-טאָג איז עס אַ בליִענדיקע אונטערנעמונג. איבערלאָזן אַלץ און אָנהייבן אַ נײַ לעבן, איז שוין ניט פֿאַר מייַנע כּוחות… אָבער איך וועל זיך ניט קעגנשטעלן, אויב נאָכן פֿאַרענדיקן די שול וועסטו ווילן עולה זייַן קיין ישׂראל. איך וועל אַפֿילו זיך נאָכפֿרעגן בייַם סוכנות-פֿאָרשטייער, וועלכע סטודענטישע פּראָגראַמען זייַנען פֿאַראַן בייַ זיי, און איך וועל דיר אַוודאי קאָנען אַרויסהעלפֿן פֿונדאַנען. איצט איז דאָך אַן אַנדער וועלט, ניט ווי אין דער צייַט פֿון מייַן יוגנט. מע קאָן לעבן אין פֿאַרשיידענע לענדער און אָן שום פּראָבלעם פֿליִען אַהער־אַהין‟.

סעניע האָט פֿאַרענדיקט די שול. צו יענער צייַט האָט ער שוין געקאָנט ניט שלעכט רעדן, שרייַבן און לייענען עבֿריתּ. דורך אַ סטודענטישער פּראָגראַם פֿון דער סוכנות איז ער אַליין עולה געווען קיין ישׂראל און האָט זיך אָנגעהויבן לערנען אין אַ „מכינה לעולים‟ (צוגרייטונס-קורס פֿאַר נייַע עולים) בייַם בר-אילן אוניווערסיטעט. די עלטערן זייַנע האָבן שווער איבערגעלעבט די צעשיידונג, אָבער ניט געוואַגט זיך קעגנצושטעלן דעם הייסן טרוים פֿונעם אַכצן-יעריקן זון.

אין אַ פּאָר וואָכן נאָך זייַן עולה זייַן האָט סעמיאָן טעלעפֿאָנירט צום פֿאָטער און אים דערשטוינט מיט זייַן ידיעה:

— טאַטע, איך האָב צו דיר אַ מענערישן געשפּרעך און וויל דיר עפּעס דערציילן.
— נו, לאָמיר הערן, — האָט זיך מאַריק אָנגעשטרענגט.
— איך ווייס, וויִאַזוי דער ענין פֿון מייַן נאָמען האָט דיך געמוטשעט אַלע יאָרן פֿון מייַן לעבן, האָב איך דערליידיקט אָט די פּראָבלעם. איך האָב זיך באַראַטן מיט אונדזער רבֿ דאָ, אין דער מכינה, און מיט זייַן הילף בין איך אַדורך אַ ברית-מילה… זאָרג זיך ניט, מע האָט עס געמאַכט אין אַ שפּיטאָל, ניט אויף אַ פּיראַטישן אופֿן, — האָט סעמיאָן אַ לאַך געטאָן, — און פֿון איצט אָן טראָג איך צוויי נעמען — שמעון-פּינחס. איך וועל אויך זאָרגן, אַז אין אַלע מייַנע דאָקומענטן זאָל זייַן אַזוי פֿאַרשריבן. פֿאַרשטייסט, טאַטע, עס איז מער ניטאָ די פּראָבלעם, וואָס האָט דיך געפּײַניקט די אַלע יאָרן.

— מאַריק האָט דערפֿילט, ווי זייַן האַרץ האָט אָנגעהויבן האַסטיק קלאַפּן, אַ קאַלטער שווייס האָט באַדעקט זייַן פּנים, און נאָך אַ ווייַלע פֿון אַ דערשטיקטן שווייַגן האָט ער געזאָגט:

— אַ דאַנק דיר, זון. איך בין זייער גערירט פֿון דייַן באַשלוס. כ’בין זיכער, אַז סייַ דער זיידע שמעון, סייַ די באָבע גיטל מיטן זיידן פּינחס וועלן דיך בענטשן פֿון די הימלען, ס’זאָל דיר גיין מיט מזל אינעם נייַעם לעבן, אינעם נייַעם לאַנד.

Leave a comment