
בערל קאָטיק
די פֿאָרשטעלונג, וואָס כ׳האָב געזען דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אויף דער בינע פֿון ייִוואָ, טראָגט דעם נאָמען „מתּנות פֿון רומעניע‟. לויט דער פֿאָרעם איז עס אַ טעאַטראַלע קאָמפּאָזיציע מיט מוזיקאַלישע עפּיזאָדן, צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע אויסצוגן פֿון די אַמאָל פּאָפּולערע ייִדישע אָפּערעטעס, געשפּילט אין רומעניע און שפּעטער צעטראָגן איבער דער אַלוועלטלעכער ייִדישער טעאַטער־בינע.
דער ייִדישער טעאַטער האָט געמאַכט דער קיניגלעכער רומעניע אַ שם אין דער וועלט, ווי אַ פֿריילעך לאַנד, וווּ דאָס ווײַן גיסט זיך אויף די גאַסן און די לופֿט איז אָנגעזעטיקט מיט ריחות פֿון געשמאַקע פּאַסטראַמעס און מאַמעליגע. אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט בשעתּו געפֿונען פּינקטלעך דאָס אָרט, וווּ צו שטעלן זײַן „וויגעלע‟, אין וועלכן עס האָט זיך אויסגעוויגט דער ייִדישער טעאַטער, — די „גרינע סעדער‟ אין דער שטאָט יאַס אויף דער גרענעץ מיט בעסאַראַבער פּראָווינץ. דווקא דאָרט, אינעם עכטן געווימל פֿון עמך, נישט אין בוקאַרעשט, דער גרויסשטאָט פֿון רומעניע, וווּ ס׳רובֿ ייִדישע פֿײַן־שמעקערס האָבן פֿון דעם „זשאַרגאָן‟ געקערעוועט די נאָז, — זײַנען אַרויס די „שטערן‟ פֿון ייִדישן טעאַטער.

אינעם יאַסער ייִדישן טעאַטער, נאָך ווי אַ קינד, האָט אָנגעהויבן זײַן לאַנגן שאַפֿערישן וועג משה יאַסור, וואָס אין זײַן כּבֿוד זײַנען די „מתּנות‟ געשפּילט געוואָרן. ווי אַ רעזשיסאָר איז יאַסור גוט באַקאַנט אין דער טעאַטער־וועלט בכלל און אין דער ייִדישער בפֿרט מיט זײַנע נאָוואַטאָרישע אויפֿפֿירונגען פֿון מאָדערנער דראַמאַטורגיע — יאָנעסקאָ, בעקעט, אָרטאָן, באַשעוויס, מילער, סוצקעווער. אין ניו־יאָרק האָב איך געהאַט דעם זכות צו זען אויף דער ייִדישער בינע אַלע זײַנע אויפֿפֿירונגען: „נאָזהאָרן‟, „בײַם וואַרטן גאָדאָ‟, „דער טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, „גימפּל טעם‟ און די צוויי אינסצענירונגען אויף סוצקעווערס דערציילונגען „לופּוס‟ און „דאָרט, וווּ עס נעכטיקן די שטערן‟.
נישט קיין חידוש, וואָס אַלע פֿיר אַקטיאָרן: שיין בייקער, אַלען ריקמאַן, יעלענאַ שמולענסאָן און מרים־חיה סיגאַל האָבן אויך פֿריִער געשפּילט ווי איין אַנסאַמבל, און מע קאָן זיכער זאָגן, אַז יעדער פֿון זיי פֿילט גוט דעם „אַקסל‟ פֿונעם צווייטן. זייער הויכער פּראָפֿעסיאָנעלער ניוואָ דערמעגלעכט זיי בליץ־גיך צו „בײַטן די מאַסקעס‟ פֿון איין פּערסאָנאַזש צום אַנדערן, פֿון אַ קאָמיש־גראָטעסקישן טיפּ צו אַ טרויער־דראַמאַטישער געשטאַלט.
נאַטירלעך זעען אויס די פֿאַרבינדונגען צווישן די טעאַטראַלע און מוזיקאַלישע עפּיזאָדן, וואָס פֿירן דעם עולם איבער דער פֿאָרשטעלונג, שאַפֿנדיק אַ קאָליריק מאָזאַיִש בילד, אײַנגערעמלט אין דער זילבערנער ראַם פֿון רומענישן ייִדישן טעאַטער.
פֿאָטאָ־רעפּאָרטאַזש פֿון דער פֿאָרשטעלונג “מתּנות פֿון רומעניע”
דער סצענאַר איז אַ צוויישפּראַכיקער (ייִדיש־ענגליש) מיטן טראָפּ אויף ייִדיש, וואָס איז בײַם הײַנטיקן טאָג געוואָרן כּמעט אַן אומבאַדינגטער תּנאַי צוצוקומען צו אַ גרעסערן עולם. אָרגאַניש איז אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער פֿאָרשטעלונג די מוזיקאַלישע באַגלייטונג (סטיווען באָרסוק), די אונטערקעפּלעך און היסטאָרישע ליכטבילדער אויפֿן עקראַן.
עס וויל זיך באַזונדערס באַטאָנען די אַרבעט פֿונעם רעזשיסאָר אַלען ריקמאַן; ער האָט באמת אויסגעבויט אַ פּרעכטיקע פֿאָרשטעלונג, וואָס איז אויסגעשפּילט און אויפֿגענומען געוואָרן אויף איין אָטעם.
אין יענעם אָוונט האָבן מתּנות באַקומען סײַ משה יאַסור, לאַנג לעבן זאָל ער, און סײַ דאָס געטרײַע פּובליקום. וואָס שייך רומעניע גופֿא, גיסט זיך ביז הײַנט דאָרט ווײַן און מע עסט געשמאַקע פּאַסטראַמעס מיט מאַמעליגע, אין בוקאַרעשט שפּילט דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער… אמת, קיין ייִדישע אַקטיאָרן זײַנען דאָרט כּמעט נישט געבליבן, פּונקט ווי אַ ייִדישער עולם…








