אָנשיקעניש (המשך)

באָריס סאַנדלער

2

טאַמאַרע האָט געעפֿנט די אויגן. מיט דער האַנט האָט זי אַ טאַפּ געטאָן דאָס אָרט לעבן זיך אויפֿן געלעגער. אין די קנייטשן פֿונעם לײַלעך האָט זיך נאָך קוים געהאַלטן די וואַרעמקייט פֿונעם מאַנס לײַב. זי האָט איבערגעלייגט דעם קאָפּ פֿון איר קישן אויפֿן קישן פֿון אַלפֿרעדן. זיך לײַכט אַרײַנגעקוועטשט מיט דער באַק אינעם ווייכן גריבעלע, געבליבן פֿונעם מאַנס נאַקן. אײַנגעאָטעמט זײַן ריח… ניין, אומזיסט האָט זי בײַ נאַכט אים אָפּגעשטעלט… איבערגעריסן זײַן ציִונג צו איר לײַב… אין זייער עלטער, נאָך עטלעכע און פֿערציק יאָר צוזאַמענלעבן זיך אָפּגעבן מיט סעקס אין מיטן דער נאַכט… טאַמאַרע האָט אַרומגעכאַפּט דעם קישן און זיך אויסגעצויגן אונטער דער קאָלדרע, נאָכגעבנדיק זיך דער זיסער שוואַכקייט, וואָס האָט זיך פּלוצעם צעגאָסן איבערן לײַב.

זי האָט זיך צעשמייכלט, ווי אַן ענטפֿער אויף אַ פּלוצעם־אויפֿגעקומענער דערמאָנונג, וואָס האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון אַ ווײַט־פֿאַררוקט קעמערל אינעם זכּרון. טאַמאַרע האָט עס דאָרט פֿאַרשפּאַרט, ווי אַ מיידל קאָן עס טאָן מיט אַ באַגאַנגענעם זינד, הגם אָט דער זינד האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ ממשותדיקער פֿרייד און גליק, און געשענקט איר די שענסטע מתּנה, וואָס אַ פֿרוי קאָן זיך נאָר ווינטשן…

דאָס סטודענטישע יאָר טיילט זיך אויף צוויי סעזאָנען — וועסנע און ווינטער — די צײַט פֿון סעסיעס, אָנגעזעטיקט מיטן צוגרייטן זיך צו די עקזאַמענס, וואָס פֿון זייער רעזולטאַט איז אָפּהענגיק דער ווײַטערדיקער סטודענטישער גורל. ס׳איז געווען זייער צווייטע זומער־סעסיע. דער חודש מײַ האָט זיך אין יענעם יאָר אַרויסגעוויזן אַ זוניקער און אַ וואַרעמער; ער האָט צעשמאָלצן די גרויע שטאָטישע טאָג־טעגלעכקייט, פֿאַרבליבן נאָך דעם פֿאַרשלעפּטן סיבירער ווינטער, אַרײַנברענגענדיק פֿון דער טײַגע אַן אָנגעזעטיקטן סמאָלע־דופֿט פֿון באַנײַטער נאַטור. די לופֿט אַליין האָט פֿאַרטשאַדעט און פֿאַרשיכּורט מיט אַ באַזונדערן עליקסיר, וואָס די יונגע הערצער האָבן געגאַרט אים פֿאַרזוכן, און פֿאַרזוכנדיק שוין נישט געקאָנט זיך פֿון אים אָפּרײַסן.

טאַמאַרע און אַלפֿרעד, וואָס טאַמאַרע האָט פֿאַרקירצט זײַן נאָמען ביז אַלפֿי, האָבן זיך געגרייט צו די עקזאַמענס צוזאַמען. די ערשטע פּאָר מאָל האָבן זיי עס געטאָן אינעם לייענזאָל בײַ דער אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, אָבער דער דרויסן, וועלכער האָט זיך אַרײַנגעוואַלגערט מיט ברייטע זון־זײַלן אין דער אַקאַדעמיש־סטאַטעטשנער שטילקייט, האָט צעשטערט די פֿאַרגליווערטע אָרדענונג, אַרײַנברענגענדיק אין די יונגע מוחות אַ צערודערונג. אַלפֿי האָט זיך אָנגעבויגן צו טאַמאַרען און שטיל אויפֿן אויער איר
אַרײַנגערוימט:

— אויב מיר וועלן די מינוט נישט פֿאַרלאָזן דעם סקלעפּ פֿון וויסנשאַפֿט, וועסטו מיך מוזן דאָ באַגראָבן.
— וואָס זשע לייגסטו פֿאָר? האָסט אַן אַנדער אָרט?
— אין אַזאַ כּמעט זומער־טאָג איז דאָס בעסטע אָרט צו לערנען דיאַלעקטישן מאַטעריאַליזם — די נאַטור.

טאַמאַרע האָט אַ ווײַלע געשוויגן, נאָר דאָס שווײַגעניש איז שוין אָנגעשטעקט געווען מיט ספֿיקות. אַלפֿי האָט די פּויזע אויסגעהאַלטן, געלאָזט דאָס מיידל אַליין באַשליסן.

— קום… — האָט טאַמאַרע אַנטשלאָסן פֿאַרמאַכט דעם קאָנספּעקט מיט די לעקציעס און דעם דיקן לערנבוך…

אַ הייסע כוואַליע האָט טאַמאַרען אַ שלאָג געטאָן אין פּנים. די היץ האָט אָנגעכלינעט פֿון די פֿיס אַרויף צום קאָפּ. טאַמאַרע האָט אָפּגעוואָרפֿן די קאָלדרע. אָפּגעווישט דעם שווייס פֿונעם רויט געוואָרענעם פּנים. די לעצטע צײַט פֿאַלט אויף איר אָפֿט אָן אַזאַ פּלוצעמדיקע היץ. יאָ, די עלטער שיקט איר אירע סיגנאַלן; און להיפּוך צו זיי האָט זיך איצט פּלוצעם צעקלונגען דאָס יוגנט־גלעקל פֿון יענעם ווײַטן מײַ־טאָג, ווען זי און אַלפֿרעד האָבן ביידע צום ערשטן מאָל פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון נאָענטשאַפֿט.

זיי האָבן באַשלאָסן ממשיך צו זײַן זייער צוגרייטונג צום עקזאַמען בײַם טײַך, וווּהין מ׳האָט געדאַרפֿט פֿאָרן מיטן טראַמווײַ אין אַנדערן עק שטאָט. טאַמאַרע האָט פֿאָרגעלייגט:

— לאָמיר פֿריִער אַרײַנכאַפּן זיך צו מיר אין צוזאַמענוווינונג צו נעמען מיט זיך אַ דעק, כאָטש האָבן וואָס אויפֿצושפּרייטן אויפֿן גראָז.

אין צימער איז קיינער נישט געווען, די אַנדערע דרײַ מיידלעך, מיט וועלכע טאַמאַרע האָט געטיילט די וווינונג, זײַנען, זעט אויס, זיך אויך צעלאָפֿן צו באַהערשן דאָס וויסן אויף דער נאַטור. וועגן דעם האָבן עדות געזאָגט די דרײַ בעטן, אויף וועלכע ס׳האָבן אויסגעפֿעלט די דעקן. טאַמאַרע איז שוין גרייט געווען פֿון דער טיר זיך גלײַך לאָזן צו איר געלעגער, נאָר אַלפֿי האָט זי אָפּגעשטעלט. ער האָט זי הינטן אַרומגעכאַפּט פֿאַר די אַקסלען, צוגעדריקט צו זיך און אַ קוש געטאָן אין האַלדז. זי האָט געפּרוּווט זיך באַפֿרײַען פֿון זײַנע הענט, עפּעס שטיל אַ שעפּטשע געטאָן, אַז ס׳איז נישט דאָס פּאַסיקע אָרט און צײַט… עס ווערט שפּעט… און זיך אָנגעטראָפֿן אין זײַנע ליפּן מיט אירע ליפּן. ס׳איז אַוודאי געווען נישט דער ערשטער זייער קוש במשך פֿון דער צײַט, זינט טאַמאַרע און אַלפֿי האָבן זיך אָנגעהויבן טרעפֿן. יאָ, דווקא אַזוי האָט עס פֿאַר זיי דעמאָלט אויסגעזען — זיך טרעפֿן, פֿאַרברענגען אין איינעם די צײַט, לויפֿן אין קינאָ, צו זען שוין דאָס הונדערסטע מאָל דעם פֿילם „נאָך אַמאָל וועגן ליבע‟; דאָרט, אין דער פֿינצטער און וואַרעמקייט, האָבן זיי זיך געקאָנט קושן, ווען אין דרויסן האָט געברענט דער ווילדער סיבירער פֿראָסט…

די ענגשאַפֿט פֿון דער סטודענטישער וווינונג האָט זיי צוגעשפּילט; נישט אָפּרײַסנדיק זיך איינער פֿונעם אַנדערן, ווי זיי וואָלטן ביידע צוגעפֿאַלן מיטן מויל צו איין לעבנס־קוואַל, וואָס דערמעגלעכט זיי אָטעמען מיט איין אָטעם, האָבן טאַמאַרע און אַלפֿי זיך צוגערוקט צו איר געלעגער. זײַנע פֿינגער האָבן אומגעלומפּערט צעשפּיליעט די עטלעכע קנעפּלעך אויף איר קאָפֿטל און עס פֿון איר אַראָפּגעשלעפּט. זי האָט זיך נישט קעגנגעשטעלט, בלויז איין געדאַנק האָט אַ שווינדל געטאָן: „ניין, דעם ליף וועט זי אים נישט לאָזן צעשפּיליען…‟ בגילופֿין פֿון נײַגער און ווילן אים און, נאָכגעבנדיק זיך דער אומפֿאַרמײַדלעכקייט, האָט טאַמאַרע זיך אַראָפּגעלאָזט אויפֿן בעט, וואָס האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ מסוכּנעם סקריפּ פֿון די ספּרוזשינעס. פֿריִער, שוין צוגעוווינט צו דעם, האָט דער דענעוורירנדיקער געסקריפּ, זי ווינציק געאַרט; אָבער איצט, האָט זיך איר אַ דאַכט געטאָן, אַז אָט די גרילצנדיקע קלאַנגען האָבן דערהערט אַ סך אויערן — פֿונעם צוזאַמענוווינונג־קאָמענדאַנט ביז דעם אוניווערסיטעט־דעקאַן, און נאָך ווײַטער — ער איז דערגאַנגען צו די אויערן פֿון אירע עלטערן אין טשערנאָוויץ… דערנאָך האָט זיך אַרײַנגעריסן די שושקערײַ פֿון די חבֿרטעס: „ס׳איז ווייטיקלעך נאָר דאָס ערשטע מאָל…‟ ניין, זי האָט עס בפֿירוש נישט דערפֿילט, מעגלעך, ווײַל זי אַליין האָט עס זייער געוואָלט אויספּרוּוון, נישט נאָר אין אירע מיידלשע חלומות בײַ נאַכט, מיט די אייגענע פֿינגער; איצט האָט זי געפֿילט איר געליבטן אין זיך. ער האָט זיך אײַנגעגראָבן מיטן קאָפּ אין איר לינקן אַקסל און שטיל, ווי אַן אײַנגעשלאָפֿן קינד געסאָפּעט צום טאַקט פֿון זײַנע באַוועגונגען. זי האָט זיך אַרײַנגעקעמט מיט די פֿינגער אין זײַנע געדיכטע האָר, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם, האָט זיך איר געדאַכט, אַז ער שעפּטשעט עפּעס אַרײַן איר אינעם אויער, אָבער זי קאָן עס נישט פֿאַרשטיין, ווײַל דער שוידערלעכער געסקריפּ פֿונעם בעט דעקט איבער אַלץ… אין מויל איז איבערגעטריקנט געוואָרן, הגם ביידע האָבן זיי זיך באַגאָסן מיט שווייס. די ליפּן האָבן זיך איר אײַנגעקלעמט אין זײַן אַקסל, צו פֿאַרשטעקן דעם געשריי, וואָס האָט זיך פֿון איר געריסן און, אַ דערשטיקטער, האָט ער זיך אויסגעלאָזט אין אַ קרעכץ. זי האָט מיטאַמאָל דערפֿילט ווי אַ נאָגנדיקער, ביז אַהער אומבאַקאַנטער ווייטיק האָט זיך באַזעצט אין די לענדן, און נאָך ברייטער צערוקט די קניִען… אין אַ מאָמענט האָט זיך איר געוואָלט אָפּשטויסן פֿון זיך אַלפֿיס קערפּער, וואָס איז אומגעלומפּערט אויף איר געליגן, נאָר אין דער זעלבער מינוט האָט זי אים נאָך שטאַרקער אַרומגעכאַפּט און צו זיך צוגעדריקט. אין די שלייפֿן האָט עקשנותדיק געפּויקט: ער איז מײַנ… מײַנער…

טאַמאַרע איז אַ פּאָר ווײַלעס געבליבן זיצן אויפֿן ראַנד פֿון איר ברייטן געלעגער, זיך אָנשפּאַרנדיק אין אים מיט די הענט. זי האָט ערגעץ אויסגעלייענט, אַז מע טאָר נישט האַסטיק זיך אויפֿהייבן נאָכן שלאָף און זיך שטעלן אויף די פֿיס, דער קאָפּ זאָל זיך נישט פֿאַרדרייען. וועגן אַלץ דערוויסט מען זיך הײַנט פֿונעם קאָמפּיוטער. גיסט אַ קוועטש אויף אַ קנעפּל און גלײַך באַקומסטו אַן ענטפֿער אויף אַלע פֿראַגעס. אײַ, וויפֿל פֿראַגעס זײַנען בײַ איר אינעם לעבן געבליבן נישט פֿאַרענטפֿערט. זי האָט אויסגעטאָן דאָס נאַכטהעמד און זיך געלאָזט אין באָדצימער.

איידער זיך נעמען צוגרייטן אַלפֿרעדן זײַן פֿרישטיק, האָט זי געעפֿנט דאָס פֿענצטער אין קיך. אַ פֿרימאָרגנדיק פֿריש ווינטל האָט זיך שוין קוים דערוואַרט מע זאָל עס אַרײַנלאָזן, און באַלד איז עס אויסגעווען אין אַלע ווינקעלעך, נישט אויסגעמיטן אויך אַ גלעט צו טאָן די באַלעבאָסטע. די ערשטע צײַט, ווען זיי זײַנען אינעם הויז נאָר אַרײַנגעפֿאָרן, האָט דאָס וועלדל אַנטקעגן דעם הויז בפֿירוש אָנגעשראָקן אַלפֿרעדן: „וועסט זיך דערוואַרטן, אַז ס׳וועט אַהער אַרײַנפֿליִען אַ ווילדער פֿויגל…‟ זייער גאַנץ לעבן האָבן זיי אָפּגעוווינט אין אַ שטאָט — סײַ דאָרט און סײַ דאָ, אין אַמעריקע. אַפֿילו זייערע וואָכיקע וואַקאַציע־רײַזעס אין אייראָפּע האָבן טאַמאַרע און אַלפֿרעד פֿאַרבראַכט אין די שטעט. זיי האָבן זיך געטראָגן איבער די אַלטע ברוקירטע גאַסן פֿון איין מוזיי צו אַן אַנדערן, פֿון איין אוראַלטער חורבֿה צו אַ צווייטער, ווי ס׳איז פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן, חלילה, נישט דורכלאָזן קיין איין וועלט־באַרימט ווינקעלע און זיך אַנטקעגן דעם סימבאָל פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע פֿאָטאָגראַפֿירן, ווי אַן עדות, אַז זיי זײַנען דאָרט אויך געווען און אַז דאָס לעבן האָט זיך פֿאָרט אײַנגעגעבן. מע ווערט אָבער מיד פֿון דעם אויך… זי וואָלט איצט נישט אויסגעביטן קיין איין „סימבאָל פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע‟ אויף אָט דעם שטילן שטעטל אין מיטן דער נאַטור.

אין דער פֿרי, כּל־זמן דער מאַן שפּאַצירט אַרום, האָט טאַמאַרע ליב, בשעתן צוגרייטן דעם פֿרישטיק, זיך צוהערן צו אַ לירישער מוזיק. אַליק האָט איר געשענקט צום „מאַזערס־דיי‟ אַזאַ עלעקטראָנישן אַפּאַראַט „עכאָ‟, הייסט עס; רופֿסט עס אָן בײַם נאָמען — אַלעקסאַ — און באַשטעלסט, וואָס דעם האַרץ גלוסט זיך… ממש אַ חריפֿותל! אין אָט די מינוטן פֿון דער פֿרימאָרגנדיקער שטילקייט, איז בעסער פֿון לעאָנאַרד כּהנס זינגען נישטאָ. ער טוט עס אַזוי האַרציק, אַזוי היימיש, ווי ער וואָלט געזונגען נאָר פֿאַר איר, באַזונדערס, דאָס ליד זײַנס „הללויה‟ — און זי האָט שטילערהייט זיך אַ מורמל געטאָן: „הללויה…‟ זי האָט דאָס ליד איין מאָל געשטעלט שפּילן אַלפֿרעדן. יאָ, ס׳איז אים בפֿירוש געפֿעלן געוואָרן, נאָר אויף אַ קול האָט ער געזאָגט, אַז יענע לידער, אויף וועלכע ער איז געוואַקסן, רירן אים מער אָן. מיט זיי, האָט ער געזאָגט, איז פֿאַרבונדן אַ שטיק לעבן. „די לידער, וואָס מאַרק בערנעס האָט געזונגען, זײַנען געווען נישט ערגער…‟ — זי קען אים פֿאַרשטיין: מע בענקט דאָך נישט נאָך יענעם לעבן, נאָר נאָך די יאָרן, וואָס זײַנען מיטן לעבן אַוועק… זי האָט געהערט אַ מיינונג, אַז דורך אָט אַזעלכע סאָוועטישע לידער, נאָסטאַלגירט מען אויך נאָך די סאָוועטישע צײַטן… טיפּשות! דווקא, ווען זי הערט אָט דאָס ליד „הללויה‟, שטעלן זיך איר בולט פֿאַר די אויגן יענע ווײַטע בילדער פֿון איר קינדשאַפֿט אין טשערנאָוויץ: די זומערדיקע זונטיק־שפּאַצירן אויף דער קאָביליאַנסקי־גאַס מיט די עלטערן, די זעלטענע אַרויספֿאָרן צום טײַך פּרוט… דער באָבעס טויט… די ווײַטע סיבירער שטאָט פֿון איר יוגנט; דאָרט האָט זי באַגעגנט איר ליבע, און געטיילט מיט אים דאָס געלעגער, דאָס זיסע און דאָס ביטערע, וואָס האָט מיט זיי פּאַסירט אין יענעם לעבן… זאָל זי דאָס אַלץ אויסמעקן נאָר צוליב דעם, ווײַל ס׳איז געשען דווקא דאָרט, אין יענעם סאָוועטישן לאַנד, וואָס עקזיסטירט שוין מער נישט?!

ניין, הײַנט וועט זי „אַלעקסאַ‟ נישט טשעפּען. דערצו האָט שוין אַלפֿרעד געזאָלט זיך אומקערן פֿון זײַן שפּאַציר. אויפֿן האַרצן האָט גענאָגט אָן אַ סיבה, ריכטיקער, קיין ספּעציעלע סיבה צו דעם האָט זי נישט געזען… גיי, פֿאַרלאָז זיך אויף אַ פֿאָרגעפֿיל… פֿון דעסטוועגן, האָט טאַמאַרע אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער און אַ טראַכט געטאָן: אַליק איז נאָך מסתּמא נישט געקומען פֿון דער שיל… ביז אַליק איז נישט געוואָרן פֿרום, האָט זי נישט געוווּסט וועגן שחרית, מינחה, מעריבֿ, — און דעם אמת געזאָגט, האָט איר די גאַנצע פֿרומקייט נישט אויסגעפֿעלט. איר טאַטע, זאָל זיך מיִען, צווישן די בעסטע שנײַדערס אין טשערנאָוויץ, וואָס האָט באַנייט די גאַנצע שטאָטישע נאַטשאַלסטווע, פֿלעג גיין אין שיל נאָר אויף יום־כּיפּור; און דער מאַמען, אַ שול־לערערין פֿון מאַטעמאַטיק, האָט נישט געפּאַסט עס צו טאָן אויף יום־כּיפּור אויך. אַ דאַנק דער באָבען, האָט טאַמאַרע געוווּסט, אַז ס׳איז פֿאַראַן בײַ ייִדן אַזאַ יום־טובֿ ווי פּורים, ווען די באָבע פֿלעגט אָנבאַקן כּלערליי געשמאַקע נאַשערײַען מיט מאָדנע נעמען: המן־טאַש, פֿלודן, טורטעלעך… פֿאַר פּסח פֿלעגט דער טאַטע בשתּיקה ברענגען דער באָבען מצות, אײַנגעוויקלט אין אַ פּאַפּירענעם זאַק. ווען דאָס נײַגעריקע אייניקל האָט געפֿרעגט בײַ דער באָבען, וואָס איז דאָס פֿאַר אַ מין לעפּיאָשקעס? — האָט זי דערהערט דער באָבעס מאָדנעם ענטפֿער: „ס׳איז נישט גוט פֿאַר מײַן מאָגן, נאָר ס׳איז גוט צום געדענקען…‟

פֿון אַליקן האָט שוין זײַן באָבע, אים אויף לענגערע יאָר, געהאַלטן אַ וועלט. אין אַ געוויסער מאָס, האָט ער, אַ דאַנק זײַן באָבען און אירע באַמיִונגען געוווּנען נישט איין אָלימפּיאַדע פֿון מאַטעמאַטיק. ווען אין שטוב איז אַוועק אַ רייד וועגן אַרויספֿאָרן, האָט זײַן באָבע געאַרבעט מעשׂים: „איר זײַט נישט קיין עלטערן! שוין זשע פֿאַרשטייט איר נישט, אַז נאָר דאָ, אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועט אַליק קאָנען ווערן אַ גרויסער געלערנטער…‟ אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, וווּ אַליק האָט געחלומט זיך לערנען, האָט מען אים אויפֿן ערשטן עקזאַמען פֿון מאַטעמאַטיק געשטעלט אַ צוויי… דעמאָלט האָט זײַן באָבע געזאָגט: „איר זײַט גערעכט. מע דאַרף פֿאָרן!‟

טאַמאַרע האָט פֿאָרט אָנגעקלונגען צו אַליקן. צוגעדריקט צום אויער די מאָבילקע, האָט זי זיך אײַנגעהערט אין די לענגלעכע סיגנאַלן, ווי געקאָנט זיך צווישן זיי דורכרײַסן מיט עפּעס אַן אינערלעכער ראיה און זיך מיטן בליק צורירן צום זונס אַקסל. „האַלאָ…‟ — האָט זי דערהערט.

— אַ גוט מאָרגן, אַליק… די קינדער זײַנען געזונט?
— ברוך־השם…

אָט די צוויי ווערטער האָבן זיך אויך אײַנגעגעסן אין איר נײַעם קיִום, זינט אַליק איז געוואָרן פֿרום. זי האָט געהאַלטן באַזונדער פֿון אַנדערע כּלים דאָס ספּעציעל געקויפֿטע געפֿעס, אַז די קינדער, וואָס קומען אַהער אויף וואַקאַציעס זאָלן זיך נישט פֿילן געבונדן; די שנור האָט זי אויסגעלערנט געוויסע פּיטשעווקעס פֿון כּשרות… אַלפֿרעד האָט זיך שטיל געבייזערט אויפֿן ווײַב: זי גיט זיך צו פֿיל אונטער, און נישט זעלטן פֿלעגט ער טאַמאַרען איבעררייצן: „ווי אַזוי האָסטו ביז אַהער געלעבט אָן דעם ׳ברוך־השם׳?‟
אַליק האָט בשעת־מעשׂה גערעדט ווײַטער. זײַן קול האָט געקלונגען פֿאָרזיכטיק, ווי ער וואָלט עפּעס געוואָלט זאָגן אָדער פֿרעגן, נאָר געצווייפֿלט. ענדלעך האָט ער געפֿרעגט:

— דער טאַטע האָט הײַנט געהערט די נײַעס?
— ער איז נאָך נישט געקומען פֿון זײַן שפּאַציר… וואָס זשע, מע דאַרף?
— זאָל ער אָנשטעלן דעם טעלעוויזאָר, אָבער… דערווײַל איז נאָך גאָרנישט קלאָר, מע דאַרף זיך נישט שרעקן…
— אַליק… וואָס איז געשען?
— מאַמע, אַנטשולדיק, כ׳מוז לויפֿן צו דער אַרבעט… כ׳וועל אָנקלינגען שפּעטער…

טאַמאַרע האָט זיך שוין קוים אײַנגעהאַלטן. גענומען דעם פּולט פֿונעם טישל, האָט זי אײַנגעשלאָסן דעם טעלעוויזאָר. ספּעציעל זוכן אַ נײַעס־פּראָגראַם איז איר נישט אויסגעקומען, אַלפֿרעד האָט געקוקט נאָר דעם קאַנאַל .Fox News דער פּרעזידענט מיט נאָך עטלעכע מענטשן האָבן אָפּגעהאַלטן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם „ווײַסן הויז‟. געוואָרפֿן האָט זיך באַלד אין די אויגן, אַז אַ האַלב פּנים איז בײַ יעדן פֿאַרשטעלט געווען מיט אַ מעדיצינישער מאַסקע…

דאָס האַרץ בײַ טאַמאַרען האָט אַ טיאָכקע געטאָן: שוין זשע, אַ מלחמה… אַ נוקלעאַרע מלחמה?… פֿון קלענערהייט אָן האָבן זיך אײַנגעשניטן אינעם זכּרון די ווערטער, אַרויסגעבראַכט מיט אַ זיפֿץ: „אַבי ווידער נישט קיין מלחמה!‟ — דער „אַבי‟ האָט געטראָגן אין זיך אַלע צרות און אָנשיקענישן פֿון דער וועלט, אָבער נאָך ערגער פֿון דעם אַלעם האָט אָפּגעשראָקן דאָס וואָרט — „מלחמה‟!

פֿון אָנגעשטרענגטקייט האָט טאַמאַרען פֿאַרלייגט די אויערן, דערצו נאָך האָט די מאַסקע געמאַכט דאָס רעדן פֿאַרדומפֿט. פֿון דעסטוועגן, האָט זי פֿונאַנדערגעקליבן, אַז די פֿאַרגאַנגענע נאַכט האָט אויסגעבראָכן אַ מין ביאָלאָגישע קאַטאַסטראָפֿע, וואָס דערווײַל זײַנען נישט קלאָר אירע סיבות און קאָנסעקווענצן. ביז אַהער האָט זיך אײַנגעגעבן פֿעסט צו שטעלן, אַז די מערהייט פֿון די געליטענע, זײַנען געווען מענטשן, וואָס זייער לײַב איז געווען באַדעקט מיט „טאַטו‟־בילדער. די ערשטע אַנאַליזן האָבן געוויזן, אַז דער שטאָף פֿון די טאַטויִרונגען, פֿאַרסמט מיט אַן אומבאַקאַנטן ווירוס, טרעפֿט אין בלוט און פֿאַרשפּרייט זיך איבערן גאַנצן לײַב בליץ־שנעל. דער מענטש הייבט אָן זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ מין באַשעפֿעניש, וואָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿון זײַן טאַטויִרונג…

גערעדט האָט איינער אַ קליינוווּקסיקער פּאַרשוין, וואָס איז געשטאַנען לעבן דעם פּרעזידענט. הגם טאַמאַרעס ענגליש איז געווען גענוג גוט, זי זאָל פֿאַרשטיין כּמעט אַלץ, וואָס אָט דער פּאַרשוין רעדט, האָט זי דעם קלאַנג אויפֿן טעלעוויזאָר געמאַכט העכער, אָבער צו באַנעמען דאָס דערהערטע האָט זיך איר סײַ־ווי נישט אײַנגעגעבן; ס׳האָט זיך איר נישט געלייגט אויפֿן שׂכל, ווי אַזוי פּלוצעם קאָן אַזוינס געשען…

אין דעם מאָמענט האָט זיך אַלפֿרעד שיִער נישט אַרײַנגעריסן אין שטוב. ער האָט אַפֿילו נישט אויסגעטאָן די „סניקערס‟ זײַנע, נישט אַראָפּגענומען דאָס מאַנטל, נאָר גלײַך זיך אַ לאָז געטאָן צום וואַשצימער.

טאַמאַרע האָט גיך אויסגעשלאָסן דעם טעלעוויזאָר, ענלעך צו אַ קינד, וואָס די עלטערן האָבן עס געכאַפּט בײַם קוקן אַ פֿאַרווערטע פּראָגראַם…

3

אין עטלעכע ווײַלעס אַרום איז אַלפֿרעד אַרויסגעגאַנגען פֿונעם וואַשצימער. זײַן פּנים האָט אויסגעזען בלייך און אָנגעשראָקן.

— דו פֿילסט זיך נישט גוט? — האָט טאַמאַרע געפֿרעגט, הגם איר פּנים האָט געטראָגן די זעלבע פֿאַרב.
— דער מאָגן האָט מיך געכאַפּט… — דערזען דאָס פֿענצטער אָפֿן, האָט אַלפֿרעד זיך צו אים אַ וואַרף געטאָן און עס פֿעסט פֿאַרמאַכט. — וויפֿל מאָל דאַרף איך טענהן, אַז ס׳איז דאָ אַ סכּנה צו האַלטן דאָס פֿענצטער צעפּראַלט…
— ביסט מסתּמא גערעכט… — האָט טאַמאַרע אָנגעהויבן שטאַמלען, נישט וויסנדיק פֿון וואָסער זײַט צוטראָגן דעם אויפֿגערעגטן מאַן די ידיעה, — כ׳האָב ערשט געהערט אויף דער טעלעוויזיע וועגן דעם אומגליק…
— מ׳האָט עס שוין איבערגעגעבן אויף דער טעלעוויזיע? — אַלפֿרעד האָט שיִער נישט אויסגעשריִען, טראַכטנדיק וועגן זײַנעם.

טאַמאַרע אַ פֿאַרטומלטע האָט דערציילט דעם מאַן איר אייגענעם נוסח פֿון דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין „ווײַסן הויז‟. צום סוף, האָט זי זיך פֿאַררופֿן אויפֿן זונס ווערטער, ווי אויף אַ גרעסערן מבֿין: — אַליק איז זיכער, אַז ס׳וועט זיך אין גיכן אַלץ אויסקלאָרן…

— אויסקלאָרן?! קלאָרער קאָן שוין נישט זײַן! — און אַלפֿרעד האָט דעם ווײַב דערציילט וועגן דעם שוידערלעכן פֿאַל אויפֿן וועג אַהיים. אין זײַן קאָפּ האָט זיך די ידיעה, אַרויסגעפֿלויגן פֿון די הויכע פֿענצטער אין וואַשינגטאָן און דער פֿאַרבלוטיקטער פּאַרשוין אונטערן קוסט דאָ, אין העמלאָק, זיך גורלדיק צונויפֿגעשטויסן.

טאַמאַרע איז פֿאָרט געבליבן אַ פֿאַרצווייפֿלטע, צי ס׳איז באמת פֿאַראַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן די ביידע פֿרימאָרגנדיקע פּאַסירונגען. זי האָט פֿאָרט געפֿרעגט:

— דו ביסט זיכער, אַז דער מענטש איז טאַקע געווען טויט?
— ווי קאָן איך זײַן זיכער?.. כ׳האָב זײַן דפֿק נישט געטאַפּט… כ׳בין שוין גערן געווען פֿון דאָרט אַנטלויפֿן.
— איז אפֿשר דאַרף מען אָנקלינגען 911, אַרויסרופֿן הילף?
— מעגלעך… ס׳איז איצט אַזאַ צײַט…

ער האָט ווײַטער עפּעס געבאָמבלט זיך אונטער דער נאָז, אָבער טאַמאַרע האָט זיך צו דעם נישט צוגעהערט. זי האָט צוגעדריקט איר מאָבילקע צום אויער און גערעדט צום קול, וואָס האָט איר געענטפֿערט, זי אויסגעהערט און אויסגעפֿרעגט. צום סוף, האָט טאַמאַרע אָנגערופֿן זייער היים־אַדרעס…

גאָר אין גיכן האָט זיך פֿון דערווײַטנס דערנאָך אַלץ נענטער און העכער דערהערט אַ סירענען־אַלאַרם. דאָס שטעטל האָט אויפֿגעוואַכט פֿון די אומפֿאַרבעטענע געסט — דרײַ פֿײַער־מאַשינען און צוויי אַמבולאַנסן, וואָס האָבן זיך געטראָגן איבער העמלאָק־פֿאַרמס ראָוד, דער הויפּט־גאַס פֿונעם שטעטל. אין שפּיץ, ווי אַ וועגווײַזער, איז געפֿאָרן אַ שוואַרצער אויטאָ, באַפּוצט אויבן אויפֿן דאַך מיט אַן אייגענעם טונקל־בלויען סיגנאַל־לאָמפּ, הגם קיין שום אַנדערע באַוועגונג פֿון אויטאָס איז אויפֿן וועג נישט געווען. אַלפֿרעד און טאַמאַרע זײַנען געשטאַנען בײַם פֿענצטער, אָנגעשראָקענע פֿון דעם זשום און רעש, פֿון דער בהלה, וואָס זייער טעלעפֿאָן־מיטטיילונג האָט אַרײַגעבראַכט אין דעם רויִקן שטילן רוטין־לעבן פֿון העמלאָק.

דער שוואַרצער אויטאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט אַנטקעגן דעם הויז פֿון דער משפּחה בריק. נאָך אים איז געבליבן שטיין דער גאַנצער עקסקאָרט. ס׳איז ווידער געוואָרן שטיל. פֿאַרטויבנדיק שטיל. פֿונעם אויטאָ האָט זיך שווערלעך אַרויסגערוקט אַ שוואַרצער הויכער פּאַרשוין. פֿאַרראָכטן די הוט אויפֿן קאָפּ און פֿאַרשפּיליעט די קנעפּ אויף זײַן טונקל־גרויען לאַנגן מאַנטל, האָט ער זיך געלאָזט צום אַרײַנגאַנג פֿונעם הויז.
די טיר האָט אויפֿגעעפֿנט אַלפֿרעד.

— פֿאַמיליע בריק? — האָט געפֿרעגט דער געקומענער. פֿון דער אינווייניקסטער קעשענע האָט ער מיט אַ לײַכטער באַוועגונג אַרויסגעשלעפּט זײַן שײַן און אים אַ רגע געהאַלטן אין דער לופֿטן. אויסגעפֿירט דיפֿ פֿאָרמעלן ריטואַל, האָט ער צוגעגעבן: — ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן…

טאַמאַרע האָט פֿאָרט באַוויזן פֿונאַנדערזען די דרײַ בוכשטאַבן, באַקאַנט פֿון די טעלעוויזיע־סעריאַלן — FBI. דערבײַ האָט איר אַ שווינדל געטאָן אין קאָפּ: דאָס מאַנטל זײַנס, וואָלט איר טאַטע זיכער אָנגערופֿן „מאַקינטאָש‟…

בשעת־מעשׂה האָט ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן פֿאָרגעזעצט:
— ווי כ׳פֿאַרשטיי, זײַט איר אַלפֿרעד בריק?
— יעס! — האָט אויסגעשאָסן אַלפֿרעד.
— איר וואָלט געקאָנט אונדז ווײַזן דאָס אָרט, וווּ עס ליגט דער אומבאַקאַנטער סוביעקט?
— אָף קאָרס! — האָט פֿעסט געענטפֿערט אַלפֿרעד.
ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו טאַמאַרען און העפֿלעך געזאָגט:
— מיסיס בריק, איר וועט נישט זײַן קעגן, אויב כ׳וועל אַרויסגיין מיט אײַער מאַן אויף אַ קורצן שפּאַציר?

טאַמאַרע, אַ צעמישטע, האָט שטיל אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. זי האָט געפֿילט, אַז אַרויסברענגען אַ קלאַנג איז זי נישט מסוגל, אַזוי טרוקן איז איר געוואָרן אין מויל.
פֿון דרויסן האָבן זיך ווידער דערהערט די צעווילדעוועטע סירענעס, ווי אָן זיי וואָלט די מעכאַניזירטע קאָלאָנע זיך נישט געקאָנט רירן פֿון אָרט. צוגעפֿאָרן אַ צען, פֿופֿצן מעטער צום קוסט, וואָס אַלפֿרעד האָט אים אָנגעוויזן, האָבן זיי זיך אָפּגעשטעלט. אַלפֿרעד איז אַרויסגעגאַנגען פֿונעם אויטאָ דער ערשטער. נאָך אים — דער ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן און זײַן שאָפֿער.

— אָט דאָרט, ליגט ער… — האָט אַלפֿרעד אויסגעשריִען, טײַטנדיק מיטן פֿינגער, — פֿון יענער זײַט קוסט. — אין זײַן קול האָט זיך שוין נישט געהערט קיין שרעק און אָנגעשראָקנקייט; פֿאַרקערט — ס׳האָט געקלונגען מיט שטאָל פֿון אַ זיגער.
— ביטע, בלײַבט שטיין! — האָט זיך דערהערט די קאָמאַנדע פֿונעם ספּעציעלן אַגענט. — גייט נישט צו נאָענט צום אָביעקט.

ער און דער צווייטער פּאַרשוין, באַוואָפֿנט מיט רעוואָלווערס, זײַנען פֿאָרזיכטיק אַרומגעגאַנגען דעם קוסט; זיך אָפּגעשטעלט און זיך אײַנגעקוקט, זײַנען זיי שוין מיט פֿעסטע טריט צוגעגאַנגען צום „אָביעקט‟.

— ס׳איז דאָ קיינער נישטאָ, — האָט דער ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן געגעבן אַלפֿרעדן צו וויסן, מיט די אויגן האָט ער נאָך אַלץ גענישטערט אַרום. — איר זײַט זיכער, אַז ס׳איז דאָס ריכטיקע אָרט?

דער צווייטער האָט זיך דערווײַל אָנגעבויגן און אין אַ ווײַלע אַרום האָט זיך דערהערט:
— אָט, גיט אַ קוק… שפּורן פֿון בלוט…

אויפֿן וועג צוריק האָט אַלפֿרעד שוין נישט געצווייפֿלט, אַז די הײַנטיקע גרויסע סענסאַציע אויף דער טעלעוויזיע און דער גילגול פֿונעם „העמלאָקער אָביעקט‟ אין אַ „דראַקאָן‟, — זײַנען געקניפּט און געבונדן. ער האָט עס ביז אַהער געהאַלטן פֿאַר אַ ווילד אָנשיקעניש, אַ פּועל־יוצא פֿון דעם פּלוצעם אַנטדעקטן שוידער, וועגן וועלכן ער האָט נישט געוואַגט צו דערציילן אַפֿילו טאַמאַרען… אָבער איצט, ווען דער לאָקאַלער אינצידענט האָט אָנגענומען די מאַסשטאַבן פֿון אַן אַל־אַמעריקאַנער טראַגעדיע און אפֿשר נאָך גרעסער, — טאָר אַלפֿרעד נישט שווײַגן. און ער האָט זײַן השערה וועגן „טאַטו־דראַקאָן‟ אויסגעלייגט דעם ספּעציעלן אַגענט ראָבסאָן מיט אַלע פּיטשעווקעס.

אין דער היים האָט אַלפֿרעד געטראָפֿן אַן אומבאַקאַנטע יונגע פֿרוי, אָנגעטאָן אין בירגערלעכע קליידער, נאָר וועדליק דעם, ווי זי האָט זיך באַלד געוואָנדן צום ספּעציעלן אַגענט ראָבסאָן, איז קלאָר געוואָרן, אַז ביידע זײַנען זיי פֿון איין קאָנטאָר. ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן האָט עס באַלד באַשטעטיקט:

— מיסיס און מיסטער בריק, איך מוז זיך אַנטשולדיקן, אָבער די אומשטענדן פֿאָדערן איר זאָלט דורכגיין אַ פֿולן לײַב־קאָנטראָל… דאָס הייסט, מע מוז אײַך באַטראָכטן, צי אויף אײַער לײַב זײַנען נישט פֿאַראַן קיין טאַטוס…

טאַמאַרע האָט געפּרוּווט עפּעס דערווידערן, דער אַגענט ראָבסאָן האָט זיך שוין אָבער געווענדט צו דער יונגער פֿרוי:

— אַגענט־סטאַזשאָר פֿאַרבער וועט אײַך באַגלייטן אין אַ צווייטן צימער, און מיסטער בריק וועט בלײַבן דאָ… גלייבט מיר, ס׳איז נישט מער ווי אַ פֿאָרמעלע פּראָצעדור…
מיט אַ האַלבער שעה שפּעטער, שוין בײַם פֿאַרלאָזן בריקס הויז האָט דער ספּעציעלער אַגענט ראָבסאָן געזאָגט:
— פֿאַרשליסט, ביטע, נאָך מיר די טיר, לאָזט קיינעם צו זיך נישט אַרײַן, און אַליין בלײַבט אין שטוב…

דער טאָג האָט זיך אויף זיי ביידן אַרויפֿגעוואַלגערט, זיי אונטער זיך אונטערגעדריקט, צעפּלעטשט און צעריבן מיט זײַן נײַער אומדערקלערלעכער ווירקלעכקייט; ס׳האָט זיך נישט געוואָלט נאָכגעבן דעם געדאַנק, אַז דאָס ביז איצטיק שוין אײַנגעלאַדיעט און אײַנגעסדרט לעבן, קאָן זיך צעשפּאַלטן און צעשיטן. די אַלע יאָרן, דורכגעמאַכט ביז־אַהער אין אַמעריקע, מיט אַלע זייערע פֿרייד און לייד, האָבן אָנגעהויבן אויסזען ווי אַ קאָנסטרוקציע, אויפֿגעשטעלט אויפֿן סאַמע עק פֿון אַ סכּנהדיקן אָפּגרונט.

טאַמאַרע, אויסגעדרייט מיטן פּנים צום פֿענצטער, זיך אָנגעשפּאַרט אינעם ראַנד פֿונעם קיכטיש, האָט געשיקט איר בליק איבער די קוים גרינע ביימער־קרוינען ערגעץ אין דער ווײַט אַרײַן, אין דעם מאָרגן, וואָס האָט אין אָט דער רגע אויסגעזען פּונקט אַזוי פֿאַרנעפּלט, ווי דער הײַנטיקער אינדערפֿרי…

שטיל, ווי אַ חיה, האָט זיך צו איר הינטן צוגערוקט אַלפֿרעד. מיט כּוח האָט ער זי צוגענייגט צום טיש מיט איין האַנט; און מיט דער אַנדערער — פֿאַרריסן איר די קלייד. ער האָט זיך געפּאָרעט בײַם קראָק פֿון זײַנע הויזן, די פֿינגער האָבן אים געציטערט און אַליין האָט ער דערמאָנט אַ שיכּור, וואָס, קומענדיק אַהיים, קאָן נישט טרעפֿן מיטן שליסן אינעם שלאָס־לעכל פֿון דער טיר. דער טיש אונטער איר האָט זיך אַ רוק געטאָן איין מאָל, צוויי… אַלפֿרעד האָט געסאָפּעט און ענדלעך קורץ אויסגעשריִען. ס׳איז ווידער געוואָרן שטיל…

המשך קומט

Leave a comment