הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן געוויסע ווערטער, וועלכע זײַנען אַרײַן אין דער קיסטלערישער שפּראַך פֿון דעם מינדלעכן לשון. אין גראַמאַטיק ווערן זיי דעפֿינירט ווי אינטעריעקציעס. זיי טרעפֿן זיך אויך אין אַנדערע שפּראַכן און צו מאָל קלינגען זיי ווי ווערטער־פּאַראַזיטן, וואָס פֿילן אויס בײַם ריידן דאָס אָרט פֿון אַ געצוווּנגענער פּויזע; דאָס הייסט, מע ווייסט נישט אויפֿן מאָמענט וואָס צו זאָגן, נאָר מע טאָר נישט שווײַגן. הייבט מען אָן „בעקען און מעקען‟, וואָס שאַפֿט אַ שלעכטן אײַנדרוק. אַן אַנדער זאַך, אַרויסצוברענגען אַ מין פֿילבאַדײַטנדיקן — „נו…‟
אין ייִדיש שפּילט דער זעלבער „נו‟ אַ וויכטיקע ראָלע. באַזונדערס אין אַ מאָנאָלאָג, אָדער דיאַלאָג, ווען דער שרײַבער באַמיט זיך מאַכן די שפּראַך פֿון זײַנע העלדן לעבעדיקער, נאַטירלעכער, אמתדיקער.
אויב זוכן דעם ייִחוס, פֿון וואַנען דער „נו‟ איז געקומען, דאַרף מען זיך דערמאָנען אינעם אַלטן ייִדישן באַלעגאָלע. אָט ציט ער אָן די וואַשקעס און גיט אַ שרײַ אויס צו זײַן פֿערדל: „נו, כאָלערע, גיי שוין!‟

דאָס זעלבע איז אין אַ ווענדונג צו אַ מענטשן, אַז מע וויל אים אונטערשטופּן צו אַ טועכץ, ווען מ׳האָט שוין פֿאַרלוירן דאָס געדולד, גיט מען צו אים אַ זאָג: „נו, נו זשע!‟ אָדער נו, נו שוין!‟
פּונקט אַ פֿאַרקערטן זין קאָן דאָס „נו‟ טראָגן, ווען איר זאָגט קאַטעגאָריש: „נו שוין!‟ — וואָס מיינט, פֿאַרענדיקט! ניטאָ מער פֿון וואָס צו ריידן!
גאָר אַנדערש קלינגט דאָס „נו‟ בײַם פֿרעגן עפּעס, למשל: „נו, איז וואָס?‟ אייגנטלעך, וואָלט מען זיך בײַם פֿרעגן געקאָנט באַגיין אָן דעם „נו‟, און פּשוט פֿרעגן: „איז וואָס?‟ — גלייבט מיר, מע וואָלט אײַך גוט פֿאַרשטאַנען. אָבער דעמאָלט ווערט פֿאַרפֿאַלן דער „ייִדישער קוועטש‟, וואָס דאָס „נו‟ גיט אַזאַ אופֿן פֿון פֿרעגן צו.
אַרײַנגעבראַכט אויך פֿון דער מינדלעכער שפּראַך איז „נו יאָ!‟ — ווען מע וויל עפּעס באַשטעטיקן. פֿון דעסטווועגן, זאָגן נאָר „יאָ!‟ — איז עס צו קאַטעגאָריש געזאָגט. און אַז איר וועט זאָן: „נו, יאָ!‟ — גיט עס צו אײַער זאָג אַ געוויסן טראָפּן צווייפֿל. אַ ייִד איז דאָך אין זײַן באַשטעטיקן עפּעס שטענדיק נישט פֿעסט און זיכער אויף הונדערט פּראָצענט!
אַן אַנדער אינטעריעקציע — „נאַ‟.
געקומען אין דער קינסטלערישער ליטעראַטור פֿון דער מינדלעכער שפּראַך, ווערט דאָס „נאַ‟ בדרך־כּל באַגלייט מיט אַ זשעסט — „נאַ, נעם!‟
„נאַ, נעם אים‟ — האָט געזאָגט דער טאָטע און דערלאַנגט דעם זון דעם שליסן פֿון הויז.‟
דאָס „נאַ‟ ווערט ברייט פֿאַרשפּרייט ווי אַן אידעאָמאַטישער אויסדרוק: „נאַ דיר אַ מעשׂה!‟ — וואָס מיינט, אַן אומדערוואַרטער קער אין דעם פֿאָרגעקומענעם.
„נאַ דיר אַ מעשׂה! וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז ער וועט אָפּטאָן אַזאַ שפּיצל!‟
צו מאַכן לײַכטער און קלאָרער אַרויסצוזאָגן די ווענדונג „נאַ אײַך‟, שטעלט מען צווישן די צוויי „אַלפֿן‟ אַרײַן אַ „ט‟ — „נאַט אײַך!‟
מיט וואַרעם־שטעכיקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס