אַ בוקעט בלומען אין האַרצן
אַז עס גייט אַוועק פֿון אונדזער וועלט אַ מענטש, וואָס דו האָסט אים גוט געקענט, קומט דאָס ערשטע אויפֿן זינען: זינט ווען זײַנען מיר מיט אים באַקאַנט געווען? אַזוי איז אויך געשען נאָכן באַקומען די ביטערע בשׂורה, אַז חוה לאַפּין איז דעם 21סטן יוני געשטאָרבן.
איך גיב זיך אַ גראָב אין זכּרון אין דעם אָנדענק־מחסן פֿון מײַן לעבן, וווּ אַלץ — ביז אַ מינדסטער קלייניקייט, — ווערט אָפּגעהיט און האָט אַ ווערט, כ׳זאָל פֿון דאָרט אַרויסשלעפּן יענע טרעפֿונג אין מאָסקווע אין האַרבסט 1982, ווען ס׳איז אויפֿן שטח בײַ דער אַלפֿאַרבאַנדישער אויסשטעלונג פֿון דערגרייכונגען פֿון דער פֿאָלקסווירטשאַפֿט („ווע־דע־ענ־כאַ‟) פֿאָרגעקומען די דריטע אינטערנאַציאָנאַלע ביכער־אויסשטעלונג. שטעלט זיך פֿאָר, ס׳איז דאָרט געווען אַן עקספּאָזיציע פֿון „אַרבעטער־רינג‟, פּאָליצעס, פֿאַרשטעלט מיט ייִדישע ביכער. אָנגעפֿירט האָט מיט איר אַ זשוואַווע, באַריידעוודיקע פֿרוי מיטן נאָמען חוה. איר נאָמען, אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות, האָב איך זיך דערוווּסט פֿון דעם צייכן, צוגעטשעפּעט צו דער טונקעלער בלוזע פֿון דער לינקער זײַט. מעגלעך, אַז צווישן די פֿיל טויזנטער באַזוכערס פֿון דער דאָזיקער אויסשטעלונג בין איך און מײַן חבֿר, מיט וועלכן כ׳בין אַהין געקומען, זײַנען געווען די איינציקע, וואָס האָבן מיט חוהן גערעדט ייִדיש. זי האָט גערעדט און אירע אויגן האָבן „אַרומגעשאָסן‟ די טעריטאָריע אַרום אונדז, צי קיין צו נײַגעריק אויג קוקט זיך צו אונדז נישט צו און קיין אָנגעשפּיצטער אויער איז אויף אונדז נישט אָנגעשטעלט.
— כ׳קען אײַך שענקען עטלעכע ייִדישע ביכער.
— מיט פֿאַרגעניגן… אפֿשר האָט איר סטוטשקאָווס „אוצר‟?
— צום באַדויערן…
פֿאַרלאָזט האָבן מיר דעם ווינקל פֿון „אַרבעטער־רינג‟ מיט אַ פּעקל ייִדישע ביכער. אויפֿן וועג צום אַרויסגאַנג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויסשטעלונג האָבן מיר זיך מיטן חבֿר נישט איין מאָל אומגעקוקט, צי קיינער גייט אונדז נישט נאָך…
די צווייטע טרעפֿונג אונדזערע איז פֿאָרגעקומען שפּעטער מיט 15 יאָר, הגם מיר האָבן זיך מיט חוהן געהאַט איבערגעשריבן נאָך דעם, ווי כ׳האָב אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אין ישׂראל דעם זשורנאַל פֿאַר קינדער „קינד־און־קייט‟. זי האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיטן בילדונג־אָפּטייל בײַם „אַרבעטער־רינג‟, און כ׳האָב געזוכט בײַ איר אַן עצה סײַ מכּוח איר לאַנג־יאָריקער דערפֿאַרונג אין ייִדיש־לערערײַ, סײַ אין פֿינאַנציעלער שטיצע. ווי חוה האָט מיר שפּעטער דערקלערט, האָט זי דער טאַטע שטענדיק גערופֿן „חנניה דער ניין־זאָגער‟. נישט תּיכּף האָט חוה געזאָגט „יאָ‟, אָבער שוין אין צווייטן נומער, צווישן אַנדערע שטיצערס פֿון דער פּובליקאַציע איז אָנגעוויזן דער „אַרבעטער־רינג‟. אַוודאי, האָט צו דעם צוגעלייגט איר האַנט חוה לאַפּין.
שוין בשעתן אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אינעם זעלבן בנין מיטן “אַרבעטער־רינג” אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן, פֿלעגן מיר זיך אָפֿט זען, מערסטנס, נישט אין די אָפֿיסן, נאָר בײַם אַרײַנגאַנג אין בנין, וווּ מ׳האָט געקאָנט טרעפֿן חוהן אויף אַ רייכער־הפֿסקה. צו כאַפּן מיט איר אַ שמועס איז געווען אַ מחיה־נפֿשות. כ׳פֿלעג שטענדיק נאַשן פֿון איר מאַמע־לשון; זי האָט נישט גערעדט מיט סתּם ווערטער, נאָר מיט אידיאָמען, ווי בײַ אונדז אין דער היים האָט מײַן באָבע גערעדט מיט מײַן מאַמען, — יאָדערדיק און צומאָל למדניש, וואָס כ׳האָב זי געבעטן עס מיר צעקײַען. ס׳האָבן גערעדט אין חוהן די אויגן, מיט אַ קלוגן בלישטש אין די שוואַרצאַפּלען.
אין מײַן אינטערוויו מיט חוה לאַפּין, געמאַכט אין 2010 פֿאַרן „צוקונפֿט‟־זשורנאַל, האָב איך זי געפֿרעגט: „ווי מיינט איר, פֿון וואַנען נעמט זיך, באַזונדערס לעצטנס, און בײַ דער ייִדישער עסטאַבלישמענט בפֿרט, אַזאַ אומחן צו ייִדיש? ס׳איז דאָך נישט קיין סוד, אַז ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע קאָכלעפֿל קאָנען אַפֿילו נישט אָנרופֿן דרײַ נעמען פֿון ייִדישע שרײַבערס?‟ — חוהס ענטפֿער: „ווער זײַנען הײַנט די אָנפֿירער פֿון דער געזעלשאַפֿט? די וואָס האָבן כּוח, השפּעה און געלט. קוקט מען אויף דעם מהות פֿון ייִדיש מיט פּראַקטישע אויגן: ווער דאַרף ייִדיש? מע דאַרף אַ גוטן פֿאַך, פּרנסה! און דאָס וויכטיקסטע איז דאָך צו ווערן אַן אַמעריקאַנער, כאַפּט עס די גוטע יאָר! און אַז אַ סטודענט קומט שוין הײַנט יאָ, לערנט מען אַ סעמעסטער, מע לערנט צוויי זמנים — און מ׳האָט יוצא געווען. דאָס עם־הארצות בײַ דער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס שייך דער אייגענער קולטור, איז געווען גרויס נאָך מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, אַפֿילו בײַ יענע מענטשן, וואָס זײַנען געווען גראַדויִרטע פֿון די ייִדיש־שולן, וווּ מ׳האָט געלערנט פֿינף טעג אַ וואָך. ווער רעדט שוין פֿון הײַנטיקן שפּיץ־מעסער לערנען… פֿון דעסטוועגן, אָפּלאָזן טאָר מען עס נישט — מע לאָזט דעמאָלט אָפּ אויף הפֿקר אַ יאָרטויזנט ייִדיש־לעבן. ייִדיש איז ווי אַ בוקעט, וואָס מע דאַרף אים לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן, און האָפֿן, אַז פֿון דעם בוקעט וועלן זיך שאַפֿן וואָרצלען און זריעה, קערנדלעך אויף ווײַטער…‟
לאָמיר זיך צוהערן צו אָט די ווערטער פֿון חוה לאַפּין ע״ה און לאָזן דעם שענסטן קראַנץ בלומען אויף איר פֿרישן קבֿר!
כּבֿוד איר אָנדענק!