האָט ליב דאָס לעבן

משה לעמסטער

מיט געפֿילטע פֿיש אויפֿן טיש

ווילסטו לעבן —
שטאַרב זשע נישט,
גיי אין מאַרק
גרייט צו צום טיש —
געפֿילטע פֿיש, געפֿילטע פֿיש!

ווילסטו אַ שׂימחה —
דאַרף זײַן אָפֿט
אויף דײַן טיש
בײַם טעלער פֿיש —
בראָנפֿן אַ שטאָף, בראָנפֿן אַ שטאָף!

עס טאָר דאָס האַרץ
ניט בלײַבן שטיין,
געשמאַקער פֿון פֿיש
אַ מיידל בײַם טיש,
וואָס פֿול איז מיט חן, פֿול איז מיט חן!

אַ לעבן איך מאַך
מיט האַרץ און חוש:
שטיקער פֿיש איך שלינג,
בראָנפֿן איך טרינק —
און אַ מיידל איך קוש, אַ מיידל איך קוש!..

כ’וועל וויינען
פֿאָלקסמאָטיוו

מסתּמה איז גאָט ניט אויף מײַן צד
פֿאַרלוירן כ’האָב דאָס האָפֿן —
דרײַ טעג האָט ער מיך ליב געהאַט
און דערנאָך אַנטלאָפֿן.

פֿונעם לעבן כ’בין שוין זאַט
הער אויף זשע, האַרץ מײַנס, פֿאָכן —
דרײַ טעג האָט ער מיך ליב געהאַט
און דערנאָך אַנטלאָפֿן.

עס זאָל אים אָפּגיין דאָס ניט גלאַט…
כ’וועל וויינען טעג און וואָכן —
דרײַ טעג האָט ער מיך ליב געהאַט
און דערנאָך אַנטלאָפֿן…

פֿאַרזוך מיך
פֿאָלקסמאָטיוו

אין שאָטן פֿון אַן עפּלבוים
אין סאָד ביסטו געלעגן —
דאָס בין איך געווען דער בוים
איך דעם שאָטן האָב געגעבן.

פֿון אַן עפּלבוים אַ צווײַג
געקלאַפּט האָט אין דײַן פֿענצטער —
דאָס בין איך געווען די צווײַג
איך, מײַן טײַערע, שענסטע.

אויף דײַן טעלער ליגט אַן עפּל
ער האָט טעמען זיבן —
דאָס בין איך געווען דער עפּל,
פֿאַרזוך, פֿאַרזוך מיך, ליבע…

פֿון לאַנג נישט געפֿלויגן

כ’בין שוין פֿון לאַנג ניט געפֿלויגן פֿרײַ
צווישן בליִענדיקע סעדער אין מײַ,
ניט געשמעקט די ריחות פֿון צוויט —
הייסטע עס, איך בין ניט פֿאַרליבט.

כ’בין שוין פֿון לאַנג ניט געפֿלויגן פֿרײַ
צווישן די וואָלקנס וואָס זענען ווײַס
און מיט די דלאָניעס זיי ניט באַרירט —
הייסט עס, איך בין ניט פֿאַרליבט.

כ’בין שוין פֿון לאַנג ניט געפֿלויגן פֿרײַ
צווישן די שטערן, וואָס שײַנען געטרײַ
און ניט געגלעט זייער שטעכיקן גלי —
הייסט עס, איך בין ניט פֿאַרליבט…

וווּ זשע ביסטו, מײַן איינציקע, וווּ
די, וואָס וועט ברעכן מײַן שלאָף און מײַן רו,
פֿון וועמענס ליכטיקע בריִיִקע בליקן
וועל איך באַקומען מעכטיקע פֿליגל?..

וווּ זשע ביסטו, וווּ?..

האָט ליב דאָס לעבן

וואָס אויף דער ערד איר זאָלט ניט טאָן
אין אַ באַליביקן געביט
טוט עס אַזוי, אַז יעדער זאָל זען —
דאָס לעבן האָט איר ליב!

צי אַ טראַקטאָר פֿירט איר אין פֿעלד,
צי אויפֿן ים אַ שיף
טוט עס אַזוי, אַז יעדער זאָל זען —
דאָס לעבן האָט איר ליב!

צי אויף אַ פֿידל ערגעץ איר שפּילט,
צי איר בויט אַ שטוב,
טוט עס אַזוי, אַז יעדער זאָל זען —
דאָס לעבן האָט איר ליב!

צי איר אַרבעט אין מידבר שווער
צי אין אַ סאָד, וואָס בליט
טוט עס אַזוי, אַז יעדער זאָל זען —
דאָס לעבן האָט איר ליב!..

און אויב אַ מלאך וועט זאָגן אײַך שטיל:
— גענוג, צו די הימלען פֿלי…
טוט עס אַזוי, אַז דער הימל זאָל זען —
אירט געהאַט דאָס לעבן ליב!


אין אַפּריל 2023, איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין פֿאַרלאַג ‪Beit-Nelly‬ משה לעמסטערס נײַ בוך לידער אין דער רוסישער איבערזעצונג: „ראָדסטוואָ‟ — קרובֿישאַפֿט. דער איבערזעצער, וואַלעריִי פֿאָקין, איז אַ רוסישער פּאָעט, וואָס וווינט אין דער שטאָט קיראָוו, רוסלאַנד. לעמסטער און פֿאָקין האָבן זיך ביידע געלערנט אויף די „העכסטע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט‟. די אילוסטראַציעס האָט געמאַכט דער באַוווּסטער קינסטלער, עדואַרד גראָסמאַן ז”ל, דעם פּאָעטס אַ בן־עיר. אינעם בוך זײַנען אַרײַן לידער, געשאַפֿן אין די לעצטע יאָרן.

Leave a comment