דער רוסיש־שפּראַכיקער עזבֿון פֿון שלום־עליכמען: אַלגעמיינער איבערזיכט

פֿאַראַיאָרן איז אין סאַנקט־פּעטערבונרג (רוסלאַנד) דערשינען אויף רוסיש דאָס בוך „אומבאַקאַנטער שלום־עליכם: נײַע איבערזעצונגען, פֿאָרשונגען, פּובליקאַציעס‟. דער מחבר פֿון דער זעלטענער אויסגאַבע איז אַלכּסנדר פֿרענקעל, באַקאַנט אויף דער רוסיש־ייִדישער גאַס ווי דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער אויסגאַבע „עם־הספֿר אין דער וועלט פֿון ביכער‟. דער זשורנאַל גייט אַרויס בײַם ייִדישן קהילה־צענטרע פֿון סאַנקט־פּעטערבורג איין מאָל אין צוויי חדשים. פֿרענקעל איז אויך אַ טאַלאַנטירטער איבערזעצער און רעדאַקטאָר פֿון אַ סך ביכער אויף ייִדישער טעמע. מיר לייגן פֿאָר אַן אויסצוג פֿון דעם אינטערעסאַנטן בוך אין מײַן איבערזעצונג (באָריס סאַנדלער).

אַלכּסנדר פֿרענקעל

צו פֿאַרפֿאַסן לידער, פּאָעמעס, ראָמאַנען, דראַמעס אויף רוסיש האָט שלום־עליכם אָנגעהויבן נאָך אין דער עלטער פֿון 17 יאָר — היפּש פֿריִער איידער אויף ייִדיש. פֿאַרכאַפּט פֿונעם טרוים צו ווערן אַ שרײַבער, האָט דער יונגער־מאַן אַ סך געלייענט און אַ סך געשריבן: „מײַנע ׳ווערק׳ האָב איך שיקט אין אַלע ייִדישע און גוייִשע רעדאַקציעס (איך האָב געשריבן אין לשון־קודש און אין רוסיש), און די רעדאַקציעס ברוך־השם געהאַט מיט וואָס צו הייצן די הרובעס, פֿאַרשפּאָרט קויפֿן האָלץ…‟ — האָט זיך דערמאָנט שלום־עליכם אַ פֿערטל יאָרהונדערט שפּעטער פֿון אַ בריוו צו י. ח. רבֿניצקין, 1903.

סוף־כּל־סוף האָט זיך איין רוסישער טעקסט אין דער פּרעסע באַוויזן. אין יאָר 1884 האָט דער פּובליציסט לעאָן קאַנטאָר, רעדאַקטאָר פֿון דער פּעטערבורגער אויסגאַבע „יעוורעיסקאָיע אָבאָזרעניע‟ (ייִדישער איבערזיכט) און אַן איבערצײַגטער משׂכּיל, אָפּגעדרוקט אין זײַן „וויסנשאַפֿט־ליטעראַרישן חודשניק די דערציילונג „מעטשטאַטעלי‟ (בעלי־חלומות), אונטער וועלכער ס׳איז געשטאַנען דער נאָמען פֿונעם מחבר: ס. ראַבינאָוויטש. די דערציילונג, געווידמעט דער קריטיק פֿונעם רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם — אַ כּסדרדיקע טעמע אין די משׂכּילישע אויסגאַבעס, — האָט געטראָגן אין זיך נישט ווייניק סכעמאַטישקייט און גראָדליניקע דידאַקטיק, אָבער ס׳האָט זיך שוין אין דעם ווערק פֿאָרט געפֿילט די איראָנישע און, אין דער זעלבער צײַט, אַ וואַרעמע באַציִונג צו די העלדן, אייגנטימלעך פֿאַר דער גאַנצער שאַפֿונג פֿונעם שרײַבער. שטאָלצירנדיק מיט זײַן דעביוט אין דער גרויסשטאָטישער אויסגאַבע, האָט דער יונגער מחבר נישט אויסגעמיטן די געלעגנהייט אין זײַן ערשטן בריוו צו מענדעלען מוכר־ספֿרים ניט בלויז זיך פֿאָרצושטעלן ווי אַ געטרײַער נאָכפֿאָלגער פֿונעם אָנערקענטן מײַסטער „אויף די פֿעלדער פֿון אונדזער זשאַרגאָנישער ליטעראַרטור‟, נאָר אויך אָנצוּווײַזן אויף „מעטשטאַטעלי‟, ווי אויף „אַ בלאַסן אָפּגלאַנץ פֿון… פּראַכטפֿולן „מסעות בנימים השלילשי‟. פֿונעם בריוו צו ש.־י. אַבראַמאָוויטשן, 1884

פֿון דעסטוועגן, אונטערן פּסעוודאָנים שלום־עליכם, האָט דער „יונגער מחבר‟ שוין כּמעט אַ יאָר צײַט געדרוקט אין דער פּעטערבורגער וואָכן־אויסגאַבע „אידישעס פֿאָלקסבלאַט‟ זײַנע דערציילונגען, נאָטיצן און לידער אין ייִדיש. די דאָזיקע שאַפֿונגען האָבן בפֿירוש צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די לייענערס צום וואָכבלאַט, דער איינציקער פּעריאָדישער „זשאַרגאָן‟־אויסגאַבע אין דער רוסישער אימפּעריע. פֿאַרן אַמביציעזן סאָלאָמאָן (שלום) ראַבינאָווטש ווערט דער שם צו ווערן אַ „פֿאָלקס־שרײַבער‟, דאָס הייסט, אַ מחבר, וועלכער שאַפֿט אויף „דער פֿאָלקס־שפּראַך‟, ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים, — אַלץ מער צוציִעוודיק…

צום „פֿריִער־פּעריאָד‟ פֿון שלום־עליכמס „רוסיש־ייִדישער שאַפֿערישקייט‟ קאָן מען אויך צורעכענען די צוויי גרעסערע דערציילונגען „ראָמאַן מאָיעי באַבושקי‟ (מײַן באָבעס ראָמאַן) און „גאָריע רעב עליוקימאַ‟ (אליקומס צרה), פֿאַרעפֿנטלעכט שפּעטער, אין די אָנהייב 1890ער יאָרן, אינעם זשורנאַל „וואָסכאָד‟ (אויפֿגאַנג), אָבער אונטערגעשריבן נישט מיטן פּסעוודאָנים, גוט באַקאַנט דער לייענערשאַפֿט, נאָר מיטן אמתן נאָמען פֿונעם מחבר. ביידע ווערק ווערן געווידמעט דער טעמע, וואָס האָט אַזוי באַאומרויִקט דעם מחבר גופֿא, — דער שידוך, געמאַכט אויסער דעם ווילן פֿון די עלטערן, אַנדערש געזאָגט — מחמת ליבע. באַזונדערע העלדן און סוזשעט־גענג פֿון אָט די צוויי דערציילונגען (דער שלימזלדיקער שדכן אין „רב אליקומס צרה‟; דער „נבֿיאישער חלום‟, דורך וועלכן דעם מיידלס מוטער באַקומט פֿון איר פֿאַרשטאָרבענער שוועסטער אָנווײַזונגען וועגן דעם „ריכטיקן‟ באַשערטן פֿאַר איר טאָכטער, — אין „מײַן באָבעס ראָמאַן‟) זעען אויס ווי סקיצעס צו שלום־עליכמס קלאַסישע ווערק — „מנחם־מענדל‟ און „טבֿיה דער מילכיקער‟.

בלי־ספֿק, אַז די צוויי גרעסערע דערציילונגען זײַנען צווישן די שלום־עליכמס רוסיש־געשריבענע ווערק די רײַפֿסטע. אין דער זעלבער צײַט האָט דער מחבר געפֿילט געוויסע שוועריקייטן אַרום דעם, ווי אַזוי צו שילדערן די רייד־כאַראַקטעריסטיקעס פֿון זײַנע העלדן. אין זײַנע ייִדישע ווערק איז עס פֿאַר אים געווען זייער אַ וויכטיקער אויסדריקפֿולער מיטל. ס׳רובֿ פֿונעם טעקסט אין ביידע רוסישע דערציילונגען פֿאַרנעמען די מאָנאָלאָגן. די טראַדיציאָנעלע אויפֿגאַבע פֿון דער רוסיש־ייִדישער פּראָזע — דאָס אויסדריקן די ייִדישע רייד אויף רוסיש — האָט דער שרײַבער געפּרוּווט איבערצוגעבן אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן. דעריבער שווינדלען אין די מאָנאָלאָגן דאָ און דאָרט ייִדישע ווערטער (מגילה, זיווג, שידוחים, חצי־אלול, רח״ש וכדומה), אָנגעשריבן מיט רוסישע אותיות, וואָס ווערן דערקלערט אָדער אין פֿוסנאָטעס, אָדער אין קלאַמערן. עס טרעפֿן זיך אויך ייִדישע פֿראַזעאָלאָגיזמען אין אַ בוכשטעבלעכער איבערזעצונג, למשל, ווי איך בין אַ ייִד, אַ טעלערל פֿון הימל, אַ האַרטער ייִד, צווישן פֿיר אויגן. סאָלאָמאָן ראַבינאָוויטש, ווי אַ סך אַנדערע רוסיש־ייִדישע פּראָזאַיִקער, האָט זיכער געהאַלטן, אַז דער לייענער באַהערשט ייִדיש און וועט געוויס שעפּן נחת פֿון די דאָזיקע שפּראַכלעכע קונצן. פֿון דעסטוועגן, זײַנען די אַלע „קונצן‟ געבליבן נישט מער ווי „דעקאָראַטיווע עלעמענטן‟ און האָבן נישט געבראַכט צו אַ גאַנצער לייזונג. דער מחבר האָט, דאַכט זיך, אַליין געפֿילט, אַז אַ ריכטיקע, אויסגעהאַלטענע, „אינטעליגענטע‟ רוסישע שפּראַך, אויף וועלכער עס זײַנען אָנגעשריבן די דערציילונגען, איז נישט נאַטירלעך אינעם מויל פֿון די העלדן־דערציילערס — פּשוטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. צוויי מאָל, באַנוצנדיק זיך מיט אַ רוסישן אויסדרוק, האָט דער מחבר געבראַכט צו פֿירן אין די קלאַמערן זײַן ייִדיש אַנאַלאָג, אָנגעשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות: „נאַ זדראַוויע‟ (lechaim), „נעבאָם בלאַגאָסלאָווענאַיאַ פּאַראָטשקאַ‟ (Ziveg min haschamaim). דער שרײַבער האָט ווי אונטערגעזאָגט זײַן צוויישפּראַכיקן לייענער, אַז די מאָנאָלאָגן פֿון זײַנע העלדן זײַנען „אין דער אמתן‟ נישט מער ווי איבערזעצונגען.

אָט די צוויי גרעסערע דערציילונגען וועגן ליבע, וואָס האָבן גובֿר געווען די פֿאַרגליווערטע טראַדיציעס, זײַנען אַרויס פֿון אונטער דער פּען פֿון דעם שלימזלדיקן קאָמערסאַנט סאָלאָמאָן ראַבינאָוויטש גיך נאָך זײַן באַנקראָטירן און געצוווּנגענעם אַריבערפֿאָר פֿון קיִעוו קיין אָדעס.

אין זײַנע ביאָביבליאָגראַפֿישע נאָטיצן, אָנגעשריבן פֿון דער דריטער פּערזאָן, האָט שלום־עליכם דעפֿינירט אָט דעם פּעריִאָד אויף אַזאַ אופֿן: „1890־1891 (די געשעפֿטן האָבן זיך אַ וואַקל געטאָן, דער מחבר האָט אַריבערגעוואַנדערט קיין אָדעס) — אַ קליינע הפֿסקה פֿאַרן זשאַרגאָן, געשריבן מער אויף העברעיִש און… אויך אויף רוסיש…‟ אין אַ סך זײַנע לעבנס־באַשרײַבונגען איז דאָס וווינען זײַנס אין אָדעס (פֿון פֿרילינג 1891 ביז מײַ 1893) אַפֿילו פֿאָרגעשטעלט ווי די צײַט פֿון אַן אַקטיווער מיטאַרבעט מיט די שטאָטישע צײַטונגען — „אָדעסקיִי ליסטאָק‟ (אָדעסער בלעטל) און „אָדעסקיִע נאָוואָסטי‟ (אָדעסער נײַעס).

אין דער אמתן, איז די מיטאַרבעט אין אָט די רוסישע צײַטונגען אָנגעגאַנגען אין גאַנצן דרײַ חדשים און איז פֿאָרגעקומען בײַם סאַמע סוף פֿון שלום־עליכמס וווינען אין אָדעס. צו יענער צײַט איז געקומען צום סוף דער בולטסטער עפּיזאָד פֿון דעם אָדעסער פּעריִאָד אין זײַן שאַפֿערישער ביאָגראַפֿיע, דהײַנו, דער פּרוּוו אויפֿצולעבן זײַן באַליבט קינד, דעם ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. צוויי בענד זײַנען פֿריִער דערשינען אין קיִעוו, ווען דער רעדאַקטאָר־פֿאַרלעגער האָט נאָך פֿאַרמאָגט אַ ממשותדיקן קאַפּיטאַל. אין אָדעס האָט שלום־עליכם אויף די לעצטע געלטער אַרויסגעלאָזט די דינע זאַמלונג „קול מבֿשׂר צו דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟, צונויפֿגעשטעלט פֿון זײַנע אייגענע ווערק, צווישן וועלכע מיר טרעפֿן זײַן פּערל — די ערשטע פּאָרציע פֿון מנחם־מענדלס בריוו.

סוף דעצעמבער 1892, אונטערגעשריבן ווי „סער‟ (סאָלאָמאָן ראַבינאָוויטש) האָט זיך אויף די שפּאַלטן פֿון „אָדעסקיִי ליסטאָק‟ באַוויזן די דערציילונג „סטאָ טיסיאַטש‟ (הונדערט טויזנט), וואָס האָט צו וויסן געגעבן די לייענער וועגן אַ נײַעם ציקל „טיפּן פֿון דער קליינער בערזע‟. אויף אַזאַ אופֿן האָט דער מחבר פּלאַנירט צו שילדערן אַ גאַנצע גאַלעריע העלדן, „אונטערגעקוקט‟ צווישן די אָרטיקע בערזע־ספּעקולאַנטן, אַזעלכע, ווי מנחם־בענדל. דער פּלאַן אָבער איז נישט מקוים געוואָרן: קיין אַנדערע טעקסטן פֿון „סער‟ האָבן זיך אינעם „אָדעסער בלעטל‟ נישט באַוויזן.

לענגער איז אָנגעגאַנגען די מיטאַרבעט אין דער אויסגאַבע „אָדעסקיִיע נאָוואָסטי‟. פֿון נאָוועמבער 1892 איין מאָל אין דער וואָך האָבן זיך דאָרט געדרוקט „קליינע פֿעליעטאָנען‟ אונטער דעם אַלגעמיינעם קעפּל „לידער אין פּראָזע‟. פֿאַר דער ערשטער אַזאַ פּובליקאַציע האָט דער רעדאַקטאָר מיטגעטיילט, אַז אָט די „סקיצעס‟ געהערן דעם „פּאָפּולערן צווישן די ייִדן פֿאָלקס־שרײַבער, באַוווּסט ווי שלום־עליכם‟, און אַז זיי „זײַנען ערשט אַרויסגעגעבן געוואָרן אין דער ייִדישער ריידשפּראַך און איצט איבערגעזעצט פֿאַר אונדז פֿונעם שרײַבער אַליין‟. צום ערשטן מאָל האָט זיך צום רוסישן לייענער געוואָנדן נישט קיין רוסיש־ייִדישער פּראָזאַיִקער סאָלאָמאָן ראַבינאָוויטש, נאָר בפֿירוש דער „פֿאָלקס־שרײַבער‟ שלום־עליכם.

סוף יאַנואַר 1893 האָט זיך אין די „אָדעסער נײַעס‟ באַוויזן נאָך איין ציקל „קליינע פֿעליעטאָנען‟ — „באַבושקיני סקאַזקי‟ (באָבע־מעשׂיות). שלום־עליכם האָט אין זיי אויסגעפּרוּווט זײַנע כּוחות, שאַפֿנדיק „מעשׂיות‟ אין נוסח פֿון אַלטע ייִדישע לעגענדעס וועגן פּוילישע פּאַנען, שרעקלעכע גזלנים און אָרעמע, נאָר פֿרומע ייִדן. אין גיכן האָט דער מחבר מיט זײַן משפּחה פֿאַרלאָזט אָדעס.

צו דער ליטעראַרישער טעטיקייט אין רוסיש האָט שלום־עליכם זיך אומגעקערט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1890ער יאָרן. קיין פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין ייִדיש האָבן אין רוסלאַנד נישט עקזיסטירט, זיך צו דרוקן דעם „פֿאָלקס־שרײַבער‟, וואָס האָט געוווינט אין קיִעוו, איז נישט געווען וווּ, האָט ער באַנײַט זײַנע באַציִונגען מיט דער פּעטערבורגער אויסגאַבע „וואָסכאָד‟. אייגנטלעך, איז געגאַנגען די רייד נישט וועגן שאַפֿן נײַע ווערק, נאָר וועגן דעם רעדאַקטירן די פֿריִערדיקע טעקסטן. אינעם חודשלעכן „דיקן‟ זשורנאַל זײַנען געווען געדרוקט (אונטערן נאָמען „מעשׂיות פֿון געטאָ‟) געקליבענע מיניאַטורן פֿונעם ציקל „לידער אין פּראָזע‟, און אין דער וואָכן־בײַלאַגע צום זשורנאַל — צוויי קאַפּיטלען פֿון די באַאַרבעטע „באָבע־מעשׂיות‟. ווי אַ המשך צו דעם ציקל, האָט שלום־עליכם אָפּגעשיקט אין פּעטערבורג אויך דאָס דריטע קאַפּיטל. אויף דער ערשטער זײַט פֿונעם מאַנוסקריפּט האָט דער מחבר אָנגעוויזן אייניקע נײַע באַדינגונגען. זעט אויס, אַז די רעדאַקציע פֿון „וואָסכאָד‟ האָט זיי נישט אָנגענומען, און די דערציילונג האָט נישט דערזען די ליכטיקע שײַן. די אַרבעט איבער דעם ציקל האָט זיך ווידער איבערגעריסן — דאָס מאָל שוין אויף שטענדיק.

אין תּוך גערעדט, איז עס געווען שלום־עליכמס לעצטער פּרוּוו אָנצומעסטן אויף זיך דעם „קאָסטיום‟ פֿון אַ רוסיש־ייִדישן פּראָזע־שרײַבער. אין יאָר 1899 האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין די וואַרשע־קראָקעווער וואָכן־אויסגאַבע „דער יוד‟. אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז עס געוואָרן אַ נײַע תּקופֿה: דער „זשאַרגאָניסט‟ שלום־עליכם האָט באַקומען אַ נײַע טריבונע; פֿאַר זײַנע עקספּערימענטן מיט רוסיש האָט ער שוין נישט געהאַט קיין צײַט און קיין אינטערעס אויך נישט.

און דאָך האָט דער שרײַבער, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער צווישן דעם ייִדישן לייענער, געחלומט ווי פֿריִער אויסנעמען אויך בײַם רוסישן לייענער. ס׳איז גוט באַוווּסט, ווי באַדײַטלעך ער פֿלעגט זיך באַציִען צו די פֿראַגעס פֿון קינסטלערישער איבערזעצונג, ווי טעמפּעראַמענטפֿול און צודרינגלעך אינסטרוקטירט די איבערזעצערס בתוכם זײַן זון מישע ראַבינאָוויטש. ס׳וואָלט געווען מאָדנע, ווען אַ שרײַבער, וועלכער באַהערשט פֿרײַ רוסיש און וואָס האָט אַ קלאָרע פֿאָרשטעלוג וועגן דעם, ווי אַזוי זײַן ווערק דאַרף קלינגען אויף דער שפּראַך, נישט פּרוּוון אַליין עס צו טאָן.

אַזוי איז עס טאַקע געשען. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיך אויף די זײַטן פֿון די רוסיש־ייִדישע זשורנאַלן באַוויזן צוויי דערציילונגען פֿון שלום־עליכמען, „נאַשי דיעטי‟ (אונדזערע קינדער) פֿונעם ציקל „טבֿיה דער מילכיקער‟ און „פּאָ עטאַפּו‟ (מיטן עטאַפּ), מיט אַן אָנווײַזונג, אַז די איבערזעצונג האָט געמאַכט דער מחבר גופֿא. זינט דעמאָלט האָבן זיך מער זײַנע ווערק מיט אַזאַ „אָפֿענער‟ באַמערקונג ניט אין די רוסישע און ניט אין די רוסיש־ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס נישט באַוויזן, אָבער מיט אָט די צוויי אַליין־איבערזעצונגען האָט זיך די זאַך נישט באַגרענעצט. אין 1901, למשל, האָט שלום־עליכם אַליין איבערגעזעצט זײַנע „כּתריאלעווקער‟ מעשׂיות פֿאַר דער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וואָס ס׳האָט פֿאַרטראַכט אַרויסצוגעבן דער רוסישער שרײַבער מאַקסים גאָרקי. דער פּלאַן איז נישט רעאַליזירט געוואָרן, אָבער שלום־עליכמס טעקסטן, זײַנען שפּעטער פּובליקירט געוואָרן אין דער אויסגאַבע „ניזשעגאָראָדסקיִי ליסטאָק‟. דער נאָמען פֿונעם איבערזעצער איז נישט אָנגעוויזן געוואָרן. זעט אויס, אַז אין שלום־עליכמס איבערזעצונג האָט זיך אויך געדרוקט זײַן פֿריִיִקע פּיעסע „אַ חתן אַ דאָקטער!‟ מע קאָן זיכער זאָגן, אַז נישט ווייניק רוסישע ווערסיעס פֿון זײַנע דערציילונגען, דערשינען אין פֿאַרשיידענע קיִעווער צײַטונגען אין די יאָרן 1903־1904, האָט געהאַט איבערגעזעצט שלום־עליכם בכבֿודו־ובֿעצמו.

Leave a comment