יעווגעני קיסין
אַפּריל 9
לױט דער אינטערנאַציאָנאַלער געזונט–אָרגאַניזאַציע, האָט די פּאַנדעמיע זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט — איז פֿאַר װאָס זשע נישט ממשיך זײַן דאָס טאָגבוך? דאָ, אין אַמעריקע, טראָגן נאָך פֿיל מענטשן מאַסקעס; אַזױ איז נישט געװען אין ערגעץ–ניט, װוּ איך בין געװען פֿאַרן לעצטן חודש: נישט בײַ אונדז אין טשעכיע, נישט אין אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער, נישט אין ישׂראל.
נאָך דער נעכטיקער װאַקצינאַציע טוט מיר אַ ביסל װײ דער אָרעם, װען איך הײב אים אױף און ריר אים אָן, נאָר אַ חוץ דעם, איז אַלץ, דוכט זיך, אין אָרדענונג.
הײַנט איז אַליאָשע געװאָרן 19. װי איך האָב אָנגעשריבן קאַרינאָטשקען, „נישט בלױז אָט דער טאָג, נאָר אַליאָשע אַלײן איז אַ יום–טובֿ‟! ס׳איז אױך מאַשעס געבױרן–טאָג. גוט צו טרעפֿן אַלטע באַקאַנטע און צו דערװיסן זיך, אַז זײ זײַנען דײַנע מיטדענקערס, באַזונדערס אין אַזאַ צײַט, װי אַצינד. און אַליאָנעס טאַטע איז הײַנט געשטאָרבן. „אַלץ גראַמט זיך‟… אפֿשר אַצינד װעט זי סוף–כּל–סוף קאָנען אַרױספֿירן איר מאַמע פֿון רוסלאַנד?
דער מענטש פֿון ישׂראל, װאָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק פֿאַרטײדיקט עמירן, האָט הײַנט אָנגעשריבן, אַז „די קעגנערס פֿון דער רעפֿאָרם זײַנען האַסער פֿון אַלץ, װאָס איז ייִדישס‟. מיר האָט זיך פֿאַרװאָלט אים אָפּענטפֿערן, װי געהעריק (אַזױ פֿיל מײַנע ישׂראלדיקע פֿרײַנד און קרובֿים זײַנען קעגנערס פֿון דער רעפֿאָרם!), נאָר קאַרינאָטשקע האָט מיך אָפּגערעדט דערפֿון, זאָגנדיק: „דײַן נשמה װעט נישט סטײַען אױף זײ אַלעמען. היט אָפּ זיך אַליין‟. עס בלײַבט אײן טרײסט: באַלד װעלן אָט די אַלע אַלטע קאַקערס אױספּגרן — און די ייִנגערע דורות „אונדזעריקע‟ סײַ אין ישׂראל, סײַ אין אַמעריקע זײַנען גאָר אַנדערע. פֿאַרשטײט זיך, ס׳טרעפֿן זיך צו מאָל אין מײַן דור אױך „רעכטיסטן‟, אָבער אַ סך װײניקער, װי צװישן די עקס–סאָװעטישע. אַבי נאָר איך זאָל פֿאַרהיטן דעם שׂכל–היושר אױפֿן גאַנץ לעבן און קײן מאָל נישט געבן די ייִנגערע (און נישט בלױז ייִנגערע) מענטשן אַ געלעגנהײט צו לאַכן פֿון מיר.

געגאַנגען אין „פֿערװײ‟ נאָך שפּײַז–פּראָדוקטן און מיסט–פּאַקעטן. נאָכן אָנבײַסן שפּאַצירט אינעם ריװערסײַד–פּאַרק, געשפּאַנט צװעלף מיט אַ האַלבן קילאָמעטער. עס בליִען דאָרט שײנע ראָזעװע און װײַסע סאַקורע־ביימער, און כאָטש ס׳איז געװען אַ האַלבער–טאָג און די זון איז געשטאַנען הויך, זײַנען פֿיל לאַמטערנס צוליב עפּעס געװען אױפֿגעלױכטן. פֿאַר װאָס פּטרט מען דאָ אַזױ פֿיל עלעקטריע?!
געאַרבעט 5 שעה. אױף מײַן לעצטן קאָנצערט (אין תּל–אָבֿיבֿ) איז מאָצאַרטס סאָנאַטע מיר נישט געלונגען. געאַרבעט איבער איר זײער אַ סך. אַנע פּאַװלאָװנע ע״ה פֿלעגט זאָגן, אַז „מאָצאַרטן שפּילן גוט קלײנע קינדער און גרױסע מײַסטערס‟. מאָצאַרט האָט געשאַפֿן אָט די סאָנאַטע אין מאַנהײַם. אינטערעסאַנט, װאָס מאַנהײַם האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אין יענער צײַט. איך האָב געשפּילט דאָרטן, אױף װיפֿל איך געדענק, דרײַ מאָל, און די שטאָט האָט אױף מיר קײן באַזונדערן אײַנדרוק נישט געמאַכט. מסתּמא צעשטערט געװאָרן בשעת דער מלחמה.
געלײענט ביז גאָר אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל: דער איטאַליענישער היסטאָריקער קאַרלאָ װעטשע, אײנער פֿון די גרעסטע ספּעציאַליסטן וועגן לעאָנאַרדאָ דאַ װינטשין, איז געקומען צום אױספֿיר, אַז לעאָנאַרדאָס מאַמע קאַטערינע איז געװען אַ טשערקעסישע ייִדישקע! פֿירגענומען האָט װעטשע זײַנע אױספֿאָרשונגען װעגן קאַטערינען מיטן מײן אָפּצופֿרעגן, װי ער האָט געמײנט, דעם מיטאָס, אַז זי איז געװען אַן אױסלענדערין, נאָר צום סוף איז ער געקומען גראָד צו אַזאַ אױספֿיר.
אַפּריל 10
געשלאָפֿן לענגער, אײדער אין די פֿאָריקע נעכט. דער לעצטער חלום, װאָס איך האָב געזען, איז געװען אַזאַ: איך בין בײַ די שערלינגס׳ [1] אױף עפּעס אַ שׂימחה. שערלינג אַלײן איז דאָרטן נישט געװען, געװען זײַנען דאָרטן אָליעסיאַ, זײערע קינדער (נאָר נישט די קינדער, װאָס זײ האָבן אין דער אמתן, װי איך האָב פֿאַרשטאַנען נאָכן אױפֿכאַפּן זיך) און פֿיל געסט, אַרײַנגערעכנט אײניקע מענטשן פֿונעם פֿעסטיװאַל אין װערביע. דאָס הױז זײערס איז געװען זײער גרױס און האָט זיך געפֿונען נישט אין מאָסקװע, נאָר ערגעץ–װוּ אין אײראָפּע.

סאַראַ חנעװדיק מײדל איז אָליעסיאַ געװען אין שול… כ׳געדענק, אינעם 4טן קלאַס בין איך אין איר געװען פֿאַרליבט. זי האָט זיך דאַן געלערנט, דוכט זיך, אינעם 9טן קלאַס, און ס׳איז געװען בשעת אונדזער שול–רײַזע אין קיִעװ. דערבײַ האָב איך דעמאָלט גערײצט אַן אַנדער ייִנגל פֿון אונדזער שול, דימאַ רוכלאָװן, װאָס איז געװען אױף 2 יאָר ייִנגער פֿון מיר; ער איז אױך געװען פֿאַרליבט אין אָליעסיאַן, כ׳האָב אַפֿילו פֿאַרפֿאַסט אַ לידעלע װעגן דעם.
אין קיִעװ האָבן מיר, צו ערשט, געגעבן דעם קאָנצערט, און נאָך דעם זײַנען מיר פֿאַרבליבן דאָרטן אױף עטלעכע טעג, כּדי צו באַקוקן די מערקװירדיקײטן. אױפֿן אַנדערן טאָג נאָכן קאָנצערט האָט מען אונדז געװיזן דעם קיריל–קאַטעדראַל (מיט בלױע קופּאָלן), דעם אַנדרײ–קאַטעדראַל (מיט גרינע קופּאָלן אױף לענגערע, דינע טורעמס), דעם סאָפֿיע–קאַטעדראַל (דאָרטן איז אין יענער צײַט פֿאָרגעקומען אַ רעסטאַװראַציע, אַזױ אַז מיר האָבן נישט געקאָנט אים דערזען אין זײַן גאַנצער שײנקײט) און די קיִעװ–פּעטשערסק לאַװרע, װאָס האָט געמאַכט אױף מיר, אַ קינד פֿון צען יאָר, דעם סאַמע גרעסטן אײַנדרוק, װײַל דאָרטן זײַנען געװען סקעלעטן. כ׳געדענק, װי מיר זײַנען געװען אינעם קיריל–קאַטעדראַל און האָבן זיך אָפּגעשטעלט אַנטקעגן דער איקאָנע, אױף װעלכער עס זײַנען געווען אָנגעשריבן מיט דער קירך–סלאַװישער שריפֿט די װערטער „דאָס קריצן פֿון די צײן‟, האָט אָליעסיאַ מיר שטיל דערקלערט: „דאָס זײַנען גהינום–לײדן,‟ — און איך האָב, דוכט זיך, גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען.
אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך דעם האָבן מיר באַזוכט דעם באַבי–יאַר, און דערצײלט האָט אונדז װעגן אים אונדזער שול–לערער פֿון מיליטער–קלאַסן. לױט זײַן איבערדערציילונג, איז דער באַפֿעל פֿון די פֿאַשיסטן צונױפֿצוקומען זיך אין אַ באַשטימטן אָרט געװענדט געװאָרן צו די קאָמוניסטן, ייִדן און ציגײַנער.
װען אין יענע טעג אין קיִעװ האָט מיר אָליעסיאַ, צוליב עפּעס געזאָגט: „איך בין דאָך אַן אוקראַיִנערין‟, — איז עס געװען פֿאַר מיר אומדערװאַרט. הגם איר פֿאַמיליע–נאָמען איז געװען שעלודקאָ, פֿלעג איך זיך דעמאָלט נאָך נישט פֿונאַנדערקלײַבן אין אָט די זאַכן.
אָליעסיאַ האָט געהאַט אַ ייִנגערן ברודער טאַראַס, װאָס האָט זיך אױך געלערנט אין אונדזער שול. אין אונטערשײד פֿון זײַן שװעסטער, האָט ער קײן חן נישט פֿאַרמאָגט, נאָר איך געדענק, װי מע האָט גערעדט װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ גוטער ברודער ער איז געװען: װען מע האָט אים פֿאָרגעלײגט פֿאַרברענגען אַ זומער אינעם באַרימטן פּיאָנער־לאַגער „אַרטעק‟ (כ׳געדענק שױן נישט, פֿאַר װאָסערע פֿאַרדינסטן), האָט ער געענטפֿערט, אַז ער װעט פֿאָרן נאָר אױב מע װעט נעמען אַהין אױך זײַן שװעסטער.
מיט אַן 8 יאָר שפּעטער האָב איך צופֿעליק געטראָפֿן אָליעסיאַ אינעם פֿליפֿעלד „שערעמעטיעװאָ‟ און בין שטאַרק אַנטױשט געװאָרן: זי האָט קורץ אָפּגעשאָרן אירע שײנע לאַנגע האָר און אָפּגעפֿאַרבט זײ אין עפּעס אַ מאָדנעם קאָליר. דעמאָלט האָט זי גערעדט מיט ענטוזיאַזם װעגן גלען גולדס רעקאָרדירונגען. אין מײַן חלום הײַנט זײַנען אירע האָר געװען אַ סך קירצער, אײדער אין שול, נאָר נישט אַזױ קורץ, װי בשעת אונדזער לעצטער טרעפֿונג, און דער קאָליר איז געװען אַ נאַטירלעכער.
מײַן אָרעם טוט מער נישט װײ, װען איך הײב אים אױף, בלױז אַ ביסעלע, װען איך ריר אָן דאָס אָרט, וווּ מע האָט געמאַכט די איניעקציע.
הײַנט האָב איך געהאַט אַן אָנגעזעטיקטן טאָג. צו ערשט בין איך געפֿאָרן מיט אַלאָטשקען צו אַ דאָקטער, דערנאָך — אַלײן געגאַנגען צום פֿיזיאָטעראַפּעװט, װאָס פֿאַרבײַט שמואלן און בײַ װעמען איך בין געװען מיט עטלעכע טעג צוריק, און אין אָװנט, פֿון 6 ביז 10 אַזײגער, בין איך געװען אין קאַרנעגי האָל: כ׳האָב אױסגעקליבן דאָרטן דעם פֿאָרטעפּיאַן פֿאַר מײַנע קומעדיקע קאָנצערטן און געאַרבעט אױף אים. ס׳איז אַ גוטער אינסטרומענט, און פֿריִער האָב איך אױף אים נאָך נישט געשפּילט. געאַרבעט אױך אין דער הײם. אױפֿן װעג צום פֿיזיאָטעראַפּעװט האָב איך געטראָפֿן בײַם לינקאָלן צענטער סטיװען האַפֿן: ער האָט אױך אַ װױנונג אין ניו–יאָרק און פֿאַרברענגט דאָ איצט אַ פּאָר טעג צװישן זײַנע קאָנצערטן אין סינסינאַטי און דעטרױט.
דער קאָשמאַר אין באַכמוט און אין אוקראַיִנע בכלל גײט אָן װײַטער, נאָר עס זײַנען דאָ אײניקע פּאָזיטיװע נײַעס. לױטן אַמעריקאַנער קריג–אױספֿאָרשונג אינסטיטוט, האַלט רוסלאַנדס אָנגריף–פּאָטענציאַל אין אײן פֿאַרקלענערן זיך מחמת דעם דעפֿיציט פֿון שיסװאַרג. לױט דער בריטאַנישער אױסשפּיר–דינסט, זײַנען רוסלאַנדס פּרוּװן צו פֿאַרניכטן די אוקראַיִנישע ענערגעטיק דורכגעפֿאַלן. פּענטאַגאָנס געהײמע דאָקומענטן, װאָס זײַנען „אױסגערונען‟ אין סאָציִאַלע נעצן, װײַזן, אַז די אַמעריקאַנער אױסשפּיר–דינסט האָט זיך אײַנגעגלידערט כּמעט אין אַלע רוסלענדישע אַמטן.
און אַ גוטע בשׂורה אין אונדזער משפּחה: זאַראָטשקאַ און אַנדרײ האָבן געפֿונען קונים און װעלן באַלד פֿאַרקױפֿן זײער מאָסקװער דירה, אַזױ אַז זי װעט נישט אָנקומען צו פּוטינען.
אַפּריל 11
געשלאָפֿן שלעכט: אױפֿגעכאַפּט זיך זײער פֿרי, לאַנג נישט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן, אױפֿגעשטאַנען שפּעט אַ נישט אױסגעשלאָפֿענער…
הײַנט איז די מאַמע געװאָרן 86. הלװאַי ביז 120! מיר האָבן אָפּגעפּראַװעט אירע אימענינעס אין „שאַן לי‟ מיט גאָלדען, ראָזען און די ראָסמאַנס. איך האָב אײַגעלאַדן ליאָניע און טאָני, נאָר ליאָניע האָט זיך אָפּגעזאָגט, װײַל זײ זײַנען בײדע נישט אין גאַנצן געזונט. די מאַמע איז געבליבן צופֿרידן.

בעת דער װעטשערע האָט גאָלדע מיר געװיזן אַ קורצן אַרטיקל װעגן די מערבֿדיקע מוזיקאַנטן, װאָס טרעטן איצט אַרױס מיט קאָנצערטן אין רוסלאַנד. אינטערעסאַנט: צי האָבן זײ קײן קאַפּעלע געװיסן נישט, צי זײַנען זײ פּשוט פֿולע אידיאָטן? צי פֿאַרשטײען זײ ניט, אַז אױף די הענט פֿון רוסלאַנד איז דאָס בלוט פֿון צענדליקער טױזנטער פֿרידלעכע אוקראַיִנער, בתוכם קינדער און אַפֿילו זױגקינדער? נײן, אַזױנס זאָל בשום–אופֿן נישט בלײַבן אומבאַשטראָפֿט. מע דאַרף אָנװענדן צו די אָט מוזיקאַנטן די זעלבע סאַנקציעס, װי צו די רוסלענדישע מוזיקאַנטן, װאָס זײַנען נאָענט צו פּוטינען און האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַראורטײלן די מלחמה. ראָמאַנאָװסקין האָט מען דאָך אַרױסגעטריבן פֿונעם קיניגלעכן מוזיק–קאָלעדזש פֿאַר דעם, װאָס ער האָט געהאַט געשפּילט אינעם אָקופּירטן (און צעשטערטן) מאַריִופּאָל! — איז מיט װאָס זשע זײַנען פֿרעדי קעמפּף און אַנדערע, װאָס שפּילן אַצינד אין רוסלאַנד, בעסער פֿון ראָמאַנאָווסקין?
גאָלדע האָט אױך דערמאָנט, אַז אין ישׂראל, פֿון װאַנען זי האָט זיך אומגעקערט נעכטן, קומען איצט פֿאָר שפּאַלטונגען אין פֿאַמיליעס, צװישן די לינקע קינדער און די רעכטע עלטערן. װען איך בין געװען אין ישׂראל סוף מערץ, האָב איך גאָרנישט אַזױנס ניט באַמערקט, און קײנער האָט מיר נישט דערצײלט װעגן דעם. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מײַן קאָנצערט (און פֿונעם רובינשטײן–קאָנקורס) זײַנען געװען באַיאָרטע מענטשן, נאָר זײ האָבן אונטערגעהאַלטן די דעמאָנסטראַנטן, און דער הױפּט–אָרגאַניזאַטאָר, אַריאל כּהן, האָט זיך באַטייליקט אין אײנער אַזאַ דעמאָנסטראַציע — צוזאַמען מיט 4 זשורי–מיטגלידער פֿונעם קאָנקורס. װען איך בין אַ מאָל דאָרטן דורכגעפֿאָרן אין אַ טאַקסי, האָט דער באַיאָרטער שאָפֿער געגעבן אַ סיגנאַל די צװײ פֿאַרבײַגײענדיקע יונגע דעמאָנסטראַנטן און געװיזן זײ דעם גראָבן פֿינגער. גרשון האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן טאַטע איז זײער אַ רעכטער, נאָר זײ זײַנען בײדע געקומען אױף מײַן קאָנצערט: הײסט עס, אַז זײ האָבן זיך נישט צעקריגט.

אין ישׂראל האָב איך זיך געפֿונען אין סאַמע ברען פֿון אָט די געשעענישן, װײַל אין תּל–אָבֿיבֿ זײַנען די דעמאָנסטראַציעס פֿאָרגעקומען דװקא בײַם „היכל התּרבותּ‟, װוּ איך האָב געהאַט דעם קאָנצערט און געאַרבעט אין די פֿאָרקאָנצערט–טעג. אױף די באַלקאָנען פֿון דערבײַיִקע הײַזער זײַנען געהאָנגען טראַנספּאַראַנטן מיט אױפֿשריפֿטן פֿאַר דעמאָקראַטיע און קעגן דיקטאַטור. קײן מאָל פֿאַר דעם האָב איך נישט געזען אַזױ פֿיל ישׂראלדיקע פֿאָנען! און װאָס פֿאַר אַ װוּנדערשײנע פּנימער האָבן געהאַט יענע מענטשן! קײן מינדסטער שפּור פֿון אַגרעסיע אָדער װאָסערער–ניט–איז נעגאַטיװער ענערגיע איז נישט געװען ניט אין זײער אױסזען, ניט אין זײער אױפֿפֿירונג. ס׳איז געװען קלאָר, אַז זײ האָבן באמת ליב זײער לאַנד. פֿון די „אונדזעריקע‟ האָבן מיר געהערט פֿאַרשײדענע מײנונגען װעגן די דעמאָנסטראַציעס, נאָר אַלע געבױרענע ישׂראלים, מיט װעמען מיר האָבן זיך געטראָפֿן, האָבן זײ אונטערגעהאַלטן.
נישט באַװיזן אָפּצואַרבעטן גענוג… געלײענט אַ ביסעלע „די ציון–ליבע‟.
אַפּריל 12
הײַנט האָב איך אױך געהאַט זײער אַן אָנגעזעטיקטן טאָג: צו ערשט האָב איך געגעבן אַ װידעאָ–אינטערװיו מײַען [2], נאָך דעם בין איך געפֿאָרן מיט דער מאַמען צו אַ דאָקטער, שפּעטער געגאַנגען צום פֿיזיאָטעראַפּיסט, דערנאָך — אין אַפּטייק נאָך אַ רפֿואה פֿאַר דער מאַמען, און נאָך דעם — מיט דער מאַמען אין „פֿערװײ‟ נאָך שפּײַז–פּראָדוקטן… דעריבער האָב איך אָנגעהױבן אַרבעטן בלױז נאָך זיבן אַזײגער אין אָװנט און װידער נישט גענוג געאַרבעט. גוט, װאָס כאָטש אין שיקאַגע װעל איך קאָנען אַרבעטן גאַנצענע טעג, און גאָרנישט װעט מיר דאָרטן ניט שטערן.
נישט באַװיזן צו לײענען די נײַעס, בלױז די קעפּלעך.
שלו (שאַלעוו) [3] איז געשטאָרבן נעכטן. גאָר נישט אַלט געװען לױט די הײַנטיקע סטאַנדאַרטן. דער לאַנג־יאָריקער טרױם מײַנער צו באַקענען זיך מיט אים איז טאַקע נישט מקױם געװאָרן… אַ ליכטיקער אָנדענק.
יהושע [4] איז אַװעק אין דער אײביקײט פֿאַר אַ יאָרן, עמיחי [5] — מיט דריטהאַלבן יאָר צוריק… מע דאַרף זיך אײַלן, כּל–זמן גראָסמאַן [6] לעבט נאָך — װער װײסט, װאָס קאָן געשען אין אַ באַליביקן מאָמענט (מיט יעדערן פֿון אונדז)? דן װאָלט מסתּמא געקאָנט מיך באַקענען מיט אים. װען זשע אָבער װעל איך האָבן צײַט װידער צו קומען קײן ישׂראל גלאַט אַזױ, אָן קאָנצערטן? צום באַדױערן, סײַדן אין דעצעמבער, נאָך מײַנע קאָנצערטן, נישט פֿריִער. און, װי אין פֿאָריקן דעצעמבער, בלױז אױף עטלעכע טעג, נישט מער.
גלײַך פֿאַר דעם, װען איך בין געװען אין ישׂראל צום לעצטן מאָל, איז רבֿקה באַסמאַן בן–חיים געשטאָרבן. די מאָהיקאַנען גײען אַװעק…
אַפּריל 13
הײַנט איז דער זעקסטער יאָרטאָג פֿון אונדזער ייִדישער חתונה. צװײ טעג פֿאַר איר איז געװען דער מאַמעס 80סטער יוביליי, דעריבער האָבן מיר געמאַכט דער מאַמען אַ סורפּריז, אײַנגעלאַדן אירע פֿרײַנד פֿון דער גאָרער װעלט, געדונגען אַ שיף, װאָס האָט אונדז געפֿירט אין פֿאַרלױף פֿון עטלעכע שעהען איבער װלטאַװאַ, — און מיט צװײ טעג שפּעטער האָבן מיר אַלע אָפּגעפּראַװעט אונדזער חתונה.

װען מיר האָבן אָנגעהױבן זיך צוגרײטן צו יענעם געשעעניש, האָבן מיר זיך דערװוּסט, אַז די װוּנדערשײנע פּראָגער רעפֿאָרמיסטישע שפּאַנישע סינאַגאָגע האָט קײן רבֿ נישט געהאַט. װי באַלד קאַרינאָטשקע איז אַ ייִדישקע בלױז פֿונעם פֿאָטערס צד, האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ פּראָבלעם צו געפֿינען אַפֿילו אַ רעפֿאָרמיסטישן רבֿ, װאָס װאָלט מסכּים געװען אונדז געבן חופּה–קידושים, אױך אין די שכנישע סלאָװאַקיע און דײַטשלאַנד. צום סוף האָבן מיר זיך פֿאַרבונדן מיטן מאָסקװער רבֿ זינאָװי קאָגאַן [7] (נאָכן פּוטש אין אױגוסט 1991 האָט ער געבראַכט צו קבֿורה איליאַ קריטשעװסקי, און געװען איז דאָס אום שבת), און ער האָט מיט חשק מסכּים געװען צו העלפֿן אונדז. װען מיר האָבן אים געפֿרעגט מכּוח כּשרות אין שײַכות מיט דער חתונה–װעטשערע, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער איז אַ ליבעראַלער און עסט אַלץ, אַזױ אַז אױף אונדזער טיש נאָך דער חופּה זײַנען געװען, אַ חוץ דעם אַלעם, שרצים, און רבֿ קאָגאַן האָט זײ געגעסן מיט אַפּעטיט.
זינאָװי לװאָװיטש איז געװען זײער ליבלעך. ערבֿ דער חתונה האָט מאַריאַשע אים געװיזן פּראָג, און ער האָט פֿאָרגעלײגט, אױב זי װיל, געבן חופּה–קידושים איר און איר דעמאָלטיקן חבֿר (אַ פֿולן גױ). װען זי האָט אים דערצײלט, אַז די מערהײט טשעכן זײַנען אַטעיִסטן, האָט ער געענטפֿערט: „נו יאָ, זײ זײַנען קלוגע מענטשן, איך בין אַ פֿאַנטאַזיאָר.‟ בשעת דער חופּה האָט ער געזאָגט, אַז „מיר פֿאַרגרעסערן די פֿרײד, װײַל אַצינד איז פּסח‟, און נאָך דעם, בעת דער װעטשערע, האָט ער אונדז דערקלערט, אַז ס׳איז אײגנטלעך נישט דערלױבט צו נעמען חופּה–קידושים בשעת פּסח, כּדי נישט צו פֿאַרגרעסערן די פֿרײד…
געהאַלטן האָבן די חופּה–שטאַנגען זינאָװי לװאָװיטשס זון איליאַ, מאַריאַשעס חבֿר, אַנדרײ און מאָריץ. אַנדרײ האָט עס געטאָן נישט ריכטיק, און אין אײנעם אַ מאָמענט האָט ער שיִער נישט געחלשט — די שטאַנג איז געווען צו שװער. צום גליק, האָט דאַניע עס דערזען און אים באַלד פֿאַרביטן. בעת דער װעטשערע האָט דאַניע געזאָגט זײער אַ רירנדיקן טאָסט: „נישט אָפֿט קומט אַ מענטשן אױס בײַזײַן אױף זײַן מוטערס חתונה. אַצינד, װען איך װױן אין לאָנדאָן, בין איך זײער צופֿרידן, אַז מײַן מאַמע איז אין אַזעלכע גוטע הענט.‟
אױף דער װעטשערע האָבן מיר געדונגען דעם אײבערשטן גאָרן פֿונעם האָטעל „אינטער–קאָנטינענטאַל‟, דעם רעסטאָראַן „זלאַטאַ פּראַהאַ‟ מיט אַ װוּנדערשײנעם בילד פֿון דער שטאָט. װען מיר זײַנען אַרײַן אַהין נאָך דער חופּה, האָבן מיר דערזען אױף זינאָװי לװאָװיטשס פּידזשאַק אַ צײכן: די רוסלענדישע פֿאָן. „נו, מילא‟, — האָבן מיר געטראַכט, — „ער װױנט דאָך אין רוסלאַנד‟. װען לענע אָבער האָט דערזען דעם צײכן, האָט זי אַ שעפּטשע געטאָן קאַרינאָטשקען און מאַריאַשען: „מײדעלעך, איר פֿאַרשטײט, אַז ער איז אַ מיטגליד פֿון ׳יעדינאַיאַ ראָססיִיאַ׳?!‟
נו, װאָס קאָן מען זאָגן… „יעדינאַיאַ ראָססיִיאַ‟ צי נישט, איז ער פֿאָרט אַ כּהן, און דאָס קאָן מען נישט ענדערן.
אַװעקגעפֿלױגן צוריק קײן מאָסקװע איז רבֿ קאָגאַן אום שבת: װי ער האָט אַלײן געזאָגט מיט אַ שמײכל: „אױף אַ ייִדישן אופֿן‟…
מיט אַכט טעג צוריק בין איך אַװעקגעפֿלױגן קײן אַמעריקע, אין אַכט טעג אַרום װעט קאַרינאָטשקע קומען צו פֿליִען צו מיר.
אָפּגעאַרבעט העכער צװײ שעה פֿאַרן אָפּפֿאָרן. אױפֿן װעג אין „לאַ גואַרדיאַ‟ געלײענט די נעכטיקע נײַעס. אינעם אַעראָפּאָרט געקױפֿט זיך אַ האַנט–זײגערל און אַ רימען. אינעם עראָפּלאַן געלײענט די הײַנטיקע נײַעס און „די ציון–ליבע‟. װאָס שײך די נײַעס פֿאַר די בײדע טעג — אין אַלגעמײן קיין גוטס נישט…
„די אײנציקע װעסטו זײַן בײַ מיר, אַניט װעט נישט װערן זיס אונדזער זיװג,‟ — צום גליק, װײס איך, װאָס עס מײנט. ס׳רובֿ מענער בפֿירוש האָבן נישט אַזאַ געפֿיל, נאָר איך האָב עס תּמיד געהאַט, זינט קאַרינאָטשקע האָט מיר „געשאָנקען אירע צערטלונגען‟.
אױס פּסח. לשנה הבאה בירושלים! אױב עס װעט זיך מיר פֿאָרט אײַנגעבן זיך אַרױסרײַסן קײן ישׂראל אין דעצעמבער (האָפֿנטלעך מיט קאַרינאָטשקען) כאָטש אױף עטלעכע טעג, װאָלט געװען גוט דאָס מאָל זיך אָפּצושטעלן דװקא אין ירושלים.
כ׳װאָלט זײער געװאָלט זיך װידער טרעפֿן מיט שלמה אַבֿינרי. פֿון אײן זײַט, איז ער בפֿירוש נישט קײן רעכטער און נישט קײן אָנהענגער פֿון נתּניהו, נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, געדענק איך, אַז אײנער אַן אָנהענגער פֿון דער געריכט–רעפֿאָרם האָט זיך פֿאַררופֿן אױף דעם, אַז אַבֿינרי האָט געהאַט אָנגערופֿן די איצטיקע סיסטעם „בגצאָקראַטיע‟.
ס׳װאָלט געװען זײער אינטערעסאַנט זיך צו דערװיסן, װאָס ער מײנט. מילא — אײנער פֿון אונדזערע באַקאַנטע אין ישׂראל האָט אונדז געזאָגט, אַז ער האַלט, אַז ס׳איז נייטיק אַ געריכט–רעפֿאָרם, נאָר אין דער זעלבער צײַט האַלט ער די דעמאָנסטראַציעס אונטער, װײַל ער מײנט, אַז די רעפֿאָרם מוז דורכגעפֿירט װערן בײַ אַ ברײטערן געזעלשאַפֿטלעכן קאָנסענסוס.
האַלט איך אין אײן טראַכטן װעגן שלון… אַ מאָל האָט ער געזאָגט, אַז ס׳איז פֿאַר אים אַ רעטעניש, פֿאַר װאָס ייִדן, װאָס עסן טריף מיט חשק און היטן נישט אָפּ שבת, באַשטײן אױף האַלטן זיך אָן אַזאַ באַרבאַרישן מינהג װי ברית–מילה. מיר דוכט זיך, אַז איך פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס: װײַל אין משך פֿון יאָרטױזנטער איז דאָס געװען, אַזױ צו זאָגן, דער הױפּט–סימן פֿון אַ ייִד. עסן אָדער נישט עסן עפּעס, װי אױך טאָן אָדער נישט טאָן עפּעס אום שבת זײַנען צײַטװײַליקע זאַכן, נאָר מילה איז עפּעס אַזוינס, װאָס בלײַבט אױפֿן גאַנצן לעבן.
אַװדאי האָט עס אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד קײנעם נישט געאַרט: „אַ ייִדישער פּרצוף‟ איז שטענדיק געװען „אַ ייִדישער פּרצוף‟, און מע האָט קיינעם נישט געדאַרפֿט אױסטאָן די הױזן צו דערזען עס; דעריבער האָט עס ס׳רובֿ סאָװעטישע ייִדן אױך נישט געאַרט. נאָכן אָנקומען אױפֿן מערבֿ אָבער, האָב איך זיך בהדרגה דערװוּסט, אַז דאָ, אין אונטערשײד פֿון דער בייז–אימפּעריע, איז ברית–מילה אַן אַלגעמײן–אָנגענומענער מינהג בײַ די ייִדן, נישט װיכטיק, צי זײ זײַנען פֿרום, צי נישט. אַפֿילו מײַנע צװײ פֿרײַנד, אַמעריקאַנער ייִדן, װאָס זײערע עלטערן זײַנען געװען קאָמוניסטן, האָבן מיר דערצײלט, אַז זײ זײַנען געמלט („אין מײַן פֿאַל איז עס געװען כּמעט אױטאָמאַטיש‟, — האָט אײנער פֿון זײ געזאָגט). פֿון דעם האָב איך געמאַכט דעם אױספֿיר, אַז בלױז פֿאַנאַטישע באָלשעװיקעס האָבן געקאָנט זײַן קעגן אָט דעם מינהג. שפּעטער בין איך געװױר געװאָרן, אַז מילה איז זײער פֿאַרשפּרײט צװישן דער בריטאַנישער אַריסטאָקראַטיע, אַרײַנגערעכנט די קיניגלעכע פֿאַמיליע. דאַן איז מיר אױפֿגעקומען אַ געפֿיל: סטײַטש, זײ זײַנען געמלט, און איך, אַ ייִד — נישט? דערנאָך האָב איך זיך דערװוּסט, אַז אױך די מערהײט אַמעריקאַנער, אױסטראַלישע, דרום–קאָרעיִשע און פֿיליפּינישע מענער זײַנען אויך געמלט…
בקיצור, איך בין געװאָרן, װי מײַן טאַטע (און נישט בלױז ער) װאָלט געזאָגט, אַן עכטער ייִד. אַלץ איז דורכגעגאַנגען גוט, און איך האָב דערפֿילט אַ מין אינערלעכע „פֿאַרגאַנצטקײט‟ — פּונקט װי װען איך האָב באַקומען אַ ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט. אױף מײַן פֿראַגע האָט דער רבֿ (אַ קאָנסערװאַטיװער) באַשטעטיקט, אַז מע קאָן האָבן דרײַ ייִדישע נעמען, און איך בין געװאָרן מרדכי–עקיבֿה–שלמה בן–יצחק — אין אָנדענק פֿון מײַן עלטער–עלטער–זײדן מרדכי אַגראַנאַט, װאָס איז געװען אַ רבֿ, און מײַנע עלטער–זײדעס עקיבֿה אָטמאַן און שלמה קופּערשמידט.
ס׳האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזן, אַז מע האָט לחלוטין נישט געדאַרפֿט זײַן קײן פֿאַרביסענער באָלשעװיק, כּדי זיך צו באַציִען נעגאַטיװ צו ברית–מילה. אַ מאָל, בײַם לײענען י.–ל. פּרצס אַ בוך אַרטיקלען, האָב איך אָנגעטראָפֿן אױפֿן אָפֿענעם בריװ מיטן נאָמען „װעגן מילה–סקאַנדאַל‟. און װאָס זשע האָב איך אין אים איבערגעלײענט?
„קײן ראַסע און קײן פֿאָלק איז נישט באַפֿרײַט פֿון אַטאַװיזם; מיר — אַ פֿאָלק אָן זעלבשטענדיקער קולטור — געװיס נישט… און אַ קרבנות–גאָט רעגירט נאָך, אַזױנער, װאָס שמעקט נאָך פֿעטן רױך… נאַטירלעך נישט מולך; גאַנצע קינדער נעמט ער נישט. לײַטזעליק איז ער, און באַרעמהאַרציק… ער איז יוצא מיט ׳אַבי װאָס׳…‟ „א י ז מילה אַ קרבן, מוז עס זײַן אַ גערנװיליק קרבן: נײטן צו קרבנות קען מען נישט, טאָר מען נישט…‟
דאָס האָט אָנגעשריבן לחלוטין נישט קײן פֿאַרברענטער באָלשעװיק און נישט אַבי װער, נאָר י.–ל. פּרץ אַלײן: דער מחבר פֿון װוּנדערלעכע און האַרציקע חסידישע דערצײלונגען; דער, װאָס האָט היציק, פֿלאַמיק גערעדט צום יונגן פּנחס קאַגאַנאָװיטשן „װעגן דער קלאַסיק פֿון דער ביבל, װעגן אירע עפּישע פֿאָרמען, און להיפּוך צו איר — װעגן דעקאַדאַנס און צעיױרענער מאָראַליטעט פֿון דער עװאַנגעליע‟; דער, װאָס האָט אָנגעשריבן װעגן די ייִדישע אַסימיליאַטאָרן: „דאָס פֿאַרלײקענען אָדער פֿאַרניכטן פֿון אײגענער נאַציאָנאַליטעט, אונטערװאַרפֿנדיק זיך אונטער אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן — דאָס איז קנעכטשאַפֿט.‟ אָט, הײסט עס, װאָס האָט געמײנט אײנער פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער! דערצו נאָך האָט ער אָנגעשריבן װעגן דער באַציִונג פֿון אַ סך ייִדן (װאָס ער האָט זײ אָנגערופֿן „סימבאָל–ייִד‟) צו ברית–מילה, אין תּוך גענומען, דאָס זעלבע, װאָס שלו, מיט אַ סך יאָרן שפּעטער: „קײן שבת, קײן יום–טובֿ, קײן תּשעה–באָבֿ, קײן ייִדישע פֿרײד און לײד. און דאָך לעבט נאָך דער פֿאָלק– און ראַסן–אינסטינקט.‟
דעמאָלט האָט פּרץ געהאַלטן, אַז „די מילה–פֿראַגע איז בײַ אונדז נאָך נישט צײַטיק‟, בפֿרט װײַל „דאָס ייִדישע לעבן שװעבט צװישן אַזױ פֿיל געפֿאַרן‟ און „טױזנטער אַנדערע לעבנספֿראַגן געפֿינען פֿאַר זיך קײן צײַט, קײן אָרט און קײן האַנט‟. נאָר אָט מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ שמועס מיט מײַנעם אַן אַלטן באַקאַנטן, אַ ייִד פֿון רוסלאַנד, װאָס איז מלע געווען נאָך אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, װען ער איז געװען אַלט עטלעכע–און–צװאַנציק יאָר (ער איז דעמאָלט פֿאַרכאַפּט געװאָרן מיט יודאַיִזם). ער האָט מיר דערצײלט, אַז זײַן זון האָט געהאַט פּראָבלעמען נאָכן ברית (שױן אין אַמעריקע), און אַז עס איז געשען מיט נישט װײניק אַנדערע זױגקינדער; אַז ס׳איז דאָ אַ געזעץ אין יודאַיִזם, לױט װעלכן, אױב די ערשטע צװײ זין זײַנען געשטאָרבן נאָכן ברית, טאָר מען די אַנדערע זין נישט מלען — און דאָס איז אַ דערװײַזונג, אַז עס זײַנען געװען אַזעלכע פֿאַלן אין דער ייִדישער געשיכטע; אַז ס׳איז דאָ אין אַמעריקע אַ גאַנצע באַװעגונג פֿון ייִדן, װאָס זײַנען קעגן מילה צוליב אָט דער סיבה. איך האָב אַ קוק געטאָן אין דער אינטערנעץ און בין געװױר געװאָרן, אַז יאָ, ס׳איז דאָ אַזאַ באַװעגונג אין אַמעריקע, און אױך אין ישׂראל זאָגן זיך אַלץ מער און מער עלטערן אָפּ מלען זײערע קינדער, און אײניקע פֿון זײ ניצן אין תּוך דעם זעלבן אַרגומענט װי פּרץ: ס׳איז נישט דער אײנציקער צײכן פֿון ייִדישקײט. איך האָב אױך געזען דעם ייִדישן קינאָרעזשיסאָר װיקטאָר שאָנפֿעלדס דאָקומענטאַלן פֿילם “It’s a boy”, איבער װעלכן דער אײראָפּאַרלאַמענט האָט געװאָלט פֿאַרװערן מילה אין אײראָפּע (איך האָב דעמאָלט אונטערגעחתמעט אַ פּעטיציע פֿון פּראָטעסט קעגן דעם), װײַל מע האָט געהאַט דערצײלט אין אים װעגן פֿאַרשײדענע פֿאַלן, װען קינדער האָבן געהאַט ערנסטע פּראָבלעמען און אַפֿילו זײַנען געשטאָרבן נאָך דער מילה. און שלו, הײסט עס, האָט אױך געהאַלטן אָט דעם מינהג פֿאַר באַרבאַריש…
װער װײסט, װי אַזױ עס װעט זיך אַנטװיקלען אין דער צוקונפֿט? די פֿרומע װעלן מסתּמא זאָגן, אַז אַזױנס איז שױן געװען אין אונדזער געשיכטע: מיט טױזנטער יאָר צוריק, בשעת דער גריכישער הערשאַפֿט איבער יהודה, האָבן נישט װײניק ייִדן אױפֿגעהערט מלען זײערע קינדער, נאָר נאָך דעם נצחון פֿון די מכּבעער און דעם לאַנדס באַפֿרײַונג, איז אַלץ װידער געװאָרן אַזױ װי געװען, אַזױ אַז די איצטיקע באַװעגונג קעגן ברית–מילה צװישן די ייִדן איז אױך אַ צײַטװײַליקע זאַך. מעגלעך. אָדער… מע קאָן דורכפֿירן אַן אַנדער פֿאַרגלײַך: בשעתּו האָט י. זאַרעצקי אָנגעשריבן אַ סך נאַרישקײטן װעגן דעהעברעיִזאַציע פֿון ייִדיש; פֿון דעסטװעגן, אײניקע העברעיִזמען, װאָס ער האָט געװאָלט „אױסרײניקן‟ פֿון ייִדיש, ניצט מען הײַנט נישט, װײַל זײ זײַנען געװאָרן פֿאַרעלטערט: אַזאַ איז געװען די נאַטירלעכע אַנטװיקלונג פֿון דער שפּראַך. אַ מאָל האָבן די באָלשעװיקעס de facto פֿאַרװערט ברית–מילה — און אַצינד, װען דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד איז שױן לאַנג נישטאָ, זאָגן זיך אײניקע ייִדן אין דער פֿרײַער װעלט און אַפֿילו אין דער ייִדישער מלוכה פֿרײַװיליק אָפּ מלען זײערע קינדער. צי װעלן זײ בלײַבן מאַרגינאַלן אין אונדזער געשיכטע, צי איז עס איר נאַטירלעכע אַנטװיקלונג אינעם 21סטן יאָרהונדערט? כ׳װײס נישט. כ׳נעם זיך נישט אונטער צו מישפּטן און פֿאָראױסזאָגן. װי אונדזערס אַ פֿאָלקס–װערטל זאָגט: „אַ מענטש טראַכט, און גאָט לאַכט‟. מירן זען — אָדער אונדזערע קינדער און קינדס–קינדער װעלן זען.
אַלנפֿאַלס, בײַ אַלע מײַנע חסרונות, האָב איך געװיס קײן מאָל נישט געהערט צו יענע „סימבאָל–ייִדן‟, װאָס, װי פּרץ האָט געזאָגט, „פֿאַרמאָגן קײן ייִדישן אינהאַלט נישט‟, װאָס „דער תּוך פֿון זײער ייִדישער נשמה איז אױסגעװעפּט; דאָס ליכטיקע פּינטעלע ייִד איז באַגראָבן אין פֿרעמדן אַש‟. דעריבער טאַקע שרײַב איך אױף ייִדיש (כאָטש ס׳איז נישט מײַן ערשטע שפּראַך); דעריבער טאַקע פּראָפּאַגאַנדיר איך אי ייִדישע פּאָעזיע, אי ייִדישע מוזיק; דעריבער טאַקע בין איך געװאָרן אַ בירגער פֿון ישׂראל און טרעט אַרױס מיט פּראָ–ישׂראלדיקע דערקלערונגען און אינטערװיוען. פֿאַרשטײט זיך, טו איך דאָס אַלץ אונטערן נאָמען, אונטער װעלכן מע קען מיך: יעװגעני קיסין, נישט מרדכי–עקיבֿה–שלמה בן–יצחק; פֿון דעסטװעגן, דערגאַנצן פֿאַר מיר דער „סימבאָל‟ און דער „אינהאַלט‟ איינער דעם אַנדערן אױפֿן סאַמע נאַטירלעכסטן אופֿן.
[1] שערלינג, יורי (1944) — טעאַטער־רעזשיסאָר, כאָרעאָגראַף. גרינדער פֿונעם ייִדישן קאַמער־מוזיקאַלישן טעאַטער (1977־1985)
[2] פּריצקער, מײַע — סאָוועטיש־אַמעריקאַנער זשורנאַליסטין, מוזיק־קריטיקערין
[3] שלו, מאיר (1948־2023) ישׂראלדיקער שרײַבער, זשורנאַליסט און דראַמאַטורג
[4] יהושע, אַבֿרהם ב. (1936־2022) — ישׂראלדיקער שרײַבער, דראַמאַטורג, עסיייִסט
[5] עמיחי, יהודה (1924־2000) — ישׂראלדיקער פּאָעט, דראַמאַטורג, איבערזעצער
[6] גראָסמאַן, דוד (1954) — ישׂראלדיקער פּראָזאַיִקער, פּאָעט, עסיייִסט
[7] כּהן, זינאָווי (1941־2020) — רוסלענדישער רעליגיעזער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער
המשך קומט