אין דעם מוזיקאַלישן געשטערן פֿון אַנדריי סאַכאַראָוו

דעם 21סטן מײַ איז אין דעם באַרימסטן ניו־יאָרקער קאָנצערט־זאַל „קאַרנעגי האָל‟ פֿאָרגעקומען אַן אוניקאַלע אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון אַנדריי סאַכאַראָוו (1921־1989) — געלערנטער־פֿיזיקער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, קאָמפּראָמיסלאָזער קעמפֿער פֿאַר מענטשן־רעכט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אייגנטלעך האָט דער קאָנצערט געזאָלט דורכגעפֿירט ווערן מיט צוויי יאָר פֿריִער צום 100סטן געבוירן־טאָג פֿון סאַכאַראָוו, נאָר די פּאַנדעמיע האָט זיך דאָ אויך אַרײַנגעמישט.
צווישן די הויפּט־איניציאַטאָרן פֿון דעם אָנדענק־קאָנצערט איז געווען אונדזער פֿרײַנד און מחבר יעווגעני קיסין. אין זײַן טאָגבוך „אין די טעג פֿון קאָראָנאַווירוס‟, וועלכן מיר האָבן געדרוקט יעדן חודש זינט די עפּידעמיע האָט אויסגעבראָכן, שרײַבט קיסין אינעם טאָג פֿון סאַכאָראָווס יוביליי:
„װי קײן מאָל פֿריִער ניט, אַצינד, בעת אַלץ אין דער װעלט איז אַזױ פֿאַרפּלאָנטערט און קײן מאָראַלישע אױטאָריטעטן זײַנען ניטאָ, — פֿעלט אונדז זייער אַזאַ מענטש, װי סאַכאַראָוו, װאָס װאָלט הײַנט געװאָרן אַלט הונדערט יאָר! נאָך מער: זײַנע אָנשױונגען מכּוח פֿאַרשײדענע ענינים זײַנען הײַנט פּונקט אַזױ אַקטועל, װי בײַ זײַן לעבן!‟
און ווײַטער ברענגט קיסין אַ ריי אויסצוגן פֿון סאַכאַראָווס קוקווינקל אויף פֿאַרשיידענע „אַקטועלע ענינים‟. אָט, למשל, וואָס דער געלערנטער האָט אין זײַן צײַט געשריבן אַרום דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט:
„עטלעכע װערטער מכּוח דעם, װי איך באַצי זיך צו דער פּאַלעסטינישער פּראָבלעם בכלל. געװיס האָט יעדעס פֿאָלק דאָס רעכט אױף אַן אייגענער טעריטאָריע — דאָס איז שײך אי די פּאַלעסטינער, אי די ישׂראלים, אי, אַשטײגער, די קרימער טאָטערן. נאָך דער טראַגעדיע, װאָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין די 1940ער יאָרן, זײַנען די פּאַלעסטינער געװאָרן אַן אָביעקט פֿון מאַניפּולירונג, פּאָליטישער שפּיל און ספּעקולאַציע; זײ האָבן זיך געפֿונען אין די הענט פֿון די אױסערלעכע קראַפֿטן, װאָס זײַנען פֿאַר זײ פֿרעמד.
אין דער צוקונפֿט זײַנען מעגלעך פֿאַרשײדענע װאַריאַנטן פֿון אַ פֿרידלעכן אופֿן אײַנרעגולירן און דערגרייכן אַ פּאַלעסטינישע אױטאָנאָמיע. פֿון דעסטװעגן, קאָן ישׂראל ניט דערלאָזן דערבײַ אַן אױסבילדונג, װאָס איז אָפּהענגיק פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אינעװײניק אין דער מלוכה גופֿא אָדער לעבן איר. בלױז די פֿולשטענדיקע אָנערקענונג פֿון ישׂראל, דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון טעראָריזם, דאָס שאַפֿן די גאַראַנטיעס פֿאַר דער אומאָפּהענגיקײט פֿון די אױסערלעכע װירקונגען קאָנען װערן אַן אמתער יסוד פֿונעם לייזן דעם גורל פֿון די פּאַלעסטינער.
שױן לאַנג װאָלט געװען מעגלעך צו באַזעצן די פּאַלעסטינער פּליטים איבער די רײַכסטע אַראַבישע לענדער, צו געבן זײ אין די הענט טעכניק און ערד, געלט און בילדונג אָנשטאָט צו לאָזן מע זאָל אויף זיי וואַרפֿן באָמבעס, ווי אַן ענטפֿער אויף די זינלאָזע טעראָריסטישע אַטאַקעס…‟
עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אין דער הײַנטיקער צײַט, ווען אין אייראָפּע שוין איבער אַ יאָר גייט אָן אַ בלוטיקע שחיטה, צעבונדן קעגן אוקראַיִנע מצד רוסלאַנדס פֿאַשיסטישער קליקע אין שפּיץ מיט פּוטינען ימח־שמו, — האָט די קאָנצערט־אונטערנעמונג, געווידמעט דעם גרויסן הומאַניסט און קעמפֿער פֿאַר שלום אין דער וועלט, געטראָגן אויך אַ פּראָטעסט קעגן דער אַגרעסיווער מלחמה, אַז אויך די מוזעס טאָרן נישט שווײַגן, ווען עס שיסן די האַרמאַטן!
דאָס געשטערן פֿון די באַטייליקטע מוזיקער אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם האָבן אַרויסגעוויזן מיט זייער שאַפֿונג די באַציִונג סײַ צום אָנדענק פֿון אַנדריי סאַכאַראָוו און סײַ צו דער אָנגייענדיקער מלחמה. אין דעם אָוונט האָבן געקלונגען די אומשטערבלעכע ווערק פֿון בראַמס און שאָסטאַקאָוויטש, ראַכמאַנינאָוו און דוואָרזשאַק, ווײַנבערג און לאָבאָדאַ, אויסגעשפּילט פֿון אַזעלכע גרויסע מוזיקער ווי די פֿידלערס גידאָן קרעמער און מאַקסים ווענגעראָוו, טשעליסט סטיווען איסערליס, פּיאַניסטן לעראַ אַוערבאַך און געאָרגי אָסאָקין, עמערסאָנס סטרונע־קוואַרטעט און אַוודאי יעווגעני קיסין. אין דער פּראָגראַם האָט ער אַרויסגעוויזן זײַן אויספֿילערישן טאַלאַנט אינעם זשאַנער פֿון קאַמער־מוזיק.
לעצטנס קומען אַלץ אָפֿטער פֿאָר היציקע פּילפּולים אַרום דער רוסישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור; נישט זעלטן קלינגען די פּראָטעסטן מצד געוויסע אוקראַיִנישע הוראַ־פּאַטריאָטן נישט באַרעכטיקט. שוין זשע, וואָלט אויך דאָס קול פֿון אַדריי סאַכאַראָוון, וואָס האָט געטראָגן אין זיך דעם ווייטיק פֿאַרן אומיושר צו פֿאַרשיידענע פֿעלקער, פֿאַרשטימט געוואָרן, נאָר דערפֿאַר, ווײַל די שפּראַך, אויף וועלכער ער פֿלעגט קעמפֿן איז געווען רוסיש?
די מוזיקאַלישע שפּראַך איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַלע מענטשן אין דער וועלט, נישט וויכטיק וואָס איז זייער נאַציאָנאַליטעט און רעליגיע. דאָס מוזיקאַלישע געשטערן אויפֿן קאָנצערט לכּבֿוד אַנדריי סאַכאַראָוון, האָט עס אַרויסגעוויזן מיט דער שײַן פֿון יעדן באַטייליקטן שטערן באַזונדער.
מײַ 29, 2023, ברוקלין, ניו־יאָרק


