וואָס אַ פֿידעלע קען…

גאָר אין גיכן וועט אין ישׂראל דערזען די ליכטיקע שײַן אַ נײַ בוך זכרונות פֿונעם באַקאַנטן מוזיקער אַלכּסנדר פּאָוואָלאָצקי „אַן אָדע פֿאַר יענער צײַט‟. אַ פֿידלער און קאָמפּאָזיטאָר האָט פּאָוואָלאָצקי לאַנגע יאָרן געאַרבעט אין באַרימטע סימפֿאָנישע אָרקעסטערס — אין מאָסקווע, און די לעצטע עטלעכע צענדליק יאָר — אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זובין מעטאַ. ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר איז ער באַוווּסט מיט זײַנע קאָמפּאָזיציעס אויף שלום־עליכמס ווערק.

איך לייג אײַך פֿאָר עטלעכע אויסצוגן פֿון אַלכּסנדר פּאָוואָלאָצקיס נײַ בוך „אַן אָדע פֿאַר יענער צײַטאין מײַן איבערזעצונג פֿון רוסיש.
באָריס סאַנדלער

אַלכּסנדר פּאָוואָלאָצקי
וואָס אַ פֿידעלע קען…

דעם פֿידלס נשמה
אַ פֿידל איז די סאַמע רעטענישפֿולע מוזיקאַלישע כּלי! דעם פֿידלס שטים קלינגט ווי דער פֿולקומסטער מוזיקאַלישער אינסטרומענט — דאָס קול פֿון אַ מענטשן. און נישט נאָר לויטן קלינגען. אַפֿילו אייניקע פֿידל־טיילן טראָגן דעם זעלבן נאָמען וואָס בײַם מענטשן, דהײַנו: קאָפּ, האַלדז, קערפּער. אַלטע און צעשלאָגענע פֿידלען, פּונקט ווי זקנים און קראַנקע לײַט, פֿילן שאַרפֿער דעם וועטערס בײַט, הייבן אָן סקריפּען און כריפּען, ווי דערמיט וואָלטן זיי געוואָרנט: עס רוקט זיך אָן אַ געוויטער!

אַ פֿידל, ווי געזאָגט, טראָגט אין זיך אַ סך סודות, און דער גרעסטער סוד איז — זײַן נשמה; טאַקע אָט די נשמה, וואָס דער פֿידל־מײַסטער האָט אין איר אַרײַנגעאָטעמט מיט הונדערטער יאָרן צוריק. אפֿשר האַלט זי זיך אינעווייניק אין דעם קורצן שטעקעלע, וואָס פֿאָקוסירט דעם צאַפּל פֿון די צוויי דעקעס — די אונטערשטע און אייבערשטע? אויף רוסיש רופֿט מען טאַקע דאָס דאָזיקע שטעקעלע „דושקאַ‟, וואָס מיינט, נשמהלע.

אַנו, גיט נאָר אַ פּרוּוו די „דושקע‟ אַ רוק טאָן פֿון אָרט, וועט דער פֿידל גלײַך אָנהייבן אַרויסצוּווײַזן אַן אַנדער שטים!

שוין איבער דרײַ הונדערט יאָר, אַז די גרעסטע פֿידל־מײַסטערס האָבן ענדגילטיק באַשטימט די פֿאָרעם און דאָס קלינגען פֿונעם אינסטרומענט. זיי האָבן אַוועקגעטראָגן אין דער אייביקייט דעם סוד, וואָס נאָר זיי האָבן אים געוווּסט — וווּ זשע געפֿינט זי זיך, דעם פֿידלס נשמה? און זייערע קינדער, די פֿידלס, טראָגן אָט דעם סוד דורך דורות ווײַטער! סײַדן זיי דערלאָזן די מעגלעכקייט פֿאַר יענע, ווער אויף די פֿידלען שפּילט, צו אַנטפּלעקן דעם נשמה־סוד. נאָך מער: זיי, די פֿידלען, היטן אָפּ די סודות פֿון יענע מענטשן, וועלכע האָבן אַרײַנגעלייגט אין זיי זייער אייגענע נשמה. אָפּגעגעבן זייער טאַלאַנט ביזן לעצטן טראָפּן און אָטעם. פֿאַר אַזעלכע פֿידלערס ווערט דער פֿידל דער גרעסטער און געטרײַסטער חבֿר!

דער פֿידל קאָן אָבער זײַן אַן אַנדערער. ער פֿאַרטראָגט נישט קיין פֿאַרראַט, קיין פֿאַלש! מיט זײַן גאַנצער פֿאַרבאָרגענער קראַפֿט קאָן דער פֿידל זיך נוקם זײַן אין דעם, ווער פֿאַרבײַט אים! צומאָל טרעפֿט זיך אויך, אַז דער פֿידל אַנטפּלעקט אַ געהיים־שפּאַרונקעלע פֿון דעם פֿידלערס לעבן..

אַ פֿידל־וואַמפּיר
דער פֿידל הייבט אָן לעבן פֿילבלוטיק נאָר דעמאָלט, ווען דער פֿידלער דורך זײַנע פֿינגער לייגט אין אים אַרײַן אַ טייל פֿון זײַן האַרץ. וואָס מער דער פֿידלער לייגט אַרײַן, אַלץ מער קערט אים דער פֿידל אום, ענטפֿערט אים מיט זײַן קלינגען.

ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַן אַנדער זאַך, וואָס באַשטייט אין דעם, ווי גיך נאָכן אויפֿטריט קאָן דער פֿידלער אויפֿשטעלן זײַנע כּוחות. איז ווידער — אויך אין דעם העלפֿט אים אַרויס דער פֿידל; ווי ער וואָלט געזאָגט: „כ׳בין דיר זייער דאַנקבאַר פֿאַרן אָפּגעבן מיר דײַן ליבע, נשמה און דײַן ענערגיע און וויל, דו זאָלסט וואָס גיכער זיך צו מיר אומקערן. איך קער דיר אום דײַנע כּוחות!‟ דער פֿידלער, שפּילנדיק אויף אַזאַ פֿידל, פֿילט כּמעט נישט קיין מידקייט, און קאָן מוזיצירן אַ סך שעה נאָך אַנאַנד.

און דאָך זײַנען פֿאַראַן אינסטרומענטן, וואָס נאָכן שפּילן אויף זיי, קאָן דער פֿידלער אַ לענגערע צײַט נישט קומען צו זיך, קאָן נישט אויפֿשטעלן זײַנע כּוחות.

די ווײַטערדיקע געשיכטעס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די אָנהייב 1970ער. איך וועל בכּיוון נישט אָנרופֿן די נעמען פֿון די באַטייליקטע אין די געשעענישן, צוליב געוויסע סיבות.

אין מאָסקווע האָט איינער פֿון די פֿידל־קאָלעקציאָנערן אַרויסגעשטעלט צום פֿאַרקויף אַן אַלטן פֿידל פֿון אַ באַוווּסטן איטאַליענישן מײַסטער. אויף דעם דאָזיקן פֿידל האָט במשך פֿון צענדליקער יאָרן קיינער נישט געשפּילט. דער פֿידל האָט געהאַט אַ שלעכטן שם. ווער עס זאָל אויף אים נישט געווען שפּילן, האָט אָנגעהויבן קרענקען; עס זײַנען אַפֿילו געווען פֿאַלן, ווען מ׳איז געשטאָרבן.

און פֿאָרט האָט זיך מיטן פֿידל פֿאַראינטערעסירט אַ באַוווּסטער פֿידלער, וועלכער, נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, האָט געוווּנען די ערשטע פּריזן אויף דרײַ פּרעסטיזשפֿולע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן. אין יענע יאָרן זײַנען מוזיקאַלישע קאָנקורסן פֿון אַזאַ הויכן ניוואָ געווען נישט צו פֿיל. פֿאַר זײַנע פּראָמינענטע פֿאַרדינסטן איז דעם סטודענט צוגעטיילט געוואָרן די העכסטע מלוכישע פּרעמיע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער איז אַרומגעפֿאָרן מיט קאָנצערטן איבער דער וועלט, אויפֿגעטראָטן אויך ווי אַ דיריגענט, געוואָרן פּראָפֿעסאָר אין דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע.

אײַ, ווי מ׳האָט אים אָפּגערעדט נישט צו קויפֿן דעם פֿידל, וועלכער האָט נאָך דערצו געקאָסט משוגענע געלטער, אָבער דער פֿידלער האָט קיינעם נישט געהערט. ער איז פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון דעם פֿידלס אויסטערלישן קלינגען. גאָר נישט קיין לאַנגע צײַט האָט גענומען נאָכן קויפֿן דעם פֿידל, ווי די פֿינגער בײַ דעם וועלט־באַרימטן פֿידלער האָבן אים אויפֿגעהערט צו פֿאָלגן. ער האָט אויפֿגעהערט צו שפּילן.

נאָך אים האָט דעם פֿידל געקויפֿט אַן אַנדער באַרימטער פֿידלער, אויך אַ לאַורעאַט פֿון פֿיל אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן, פּראָפֿעסאָר פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע. כּדי צו קויפֿן דעם פֿידל האָט ער אויספֿאַרקויפֿט אַלע אַנדערע זײַנע פֿידלען, וואָס ער האָט געהאַט, געבאָרגט אַ גרויסע סומע געלט בײַ זײַנע פֿרײַנד און קרובֿים. מ׳האָט געפּרוּווט אים אָפּצורעדן פֿון דער קניה. געטענהט, אַז דער פֿידל האָט „אַ שוואַרצן שם‟, אָבער ער האָט דערויף נאָר געשמייכלט.

נישט לאַנג האָט דער מוזיקער געשעפּט נחת פֿון זײַן פֿידל! אַ געזונטער, הויכער מענטש האָט ער ממש אויף די אויגן אָנגעהויבן צאַנקען. דער פּסק־דין פֿון דאָקטוירים איז געווען — אַ לונגען־ראַק. ער איז אַוועק בײַ זײַנע נישט פֿולע זיבן און פֿערציק…

נאָך לאַנגע יאָרן האָט די משפּחה נישט געקאָנט פֿאַרקויפֿן אָט דעם פֿאַרשאָלטענעם פֿידל.

פֿידלען מיט אַ טראַגישן גורל

כ׳האָבן שוין לאַנג געוואָלט קויפֿן זיך אַן אַנדער אינסטרומענט, מחמת כ׳האָב געשפּילט אויף אַ פֿידל, וואָס מײַנע עלטערן האָבן מיר נאָך געקויפֿט, ווען כ׳האָב זיך געלערנט אויפֿן צווייטן קורס אין דער אָדעסער קאָנסערוואַטאָריע.

די דירה פֿון איין צימער, אין וועלכער דער אַלטער האָט געוווינט, איז געווען ממש פֿאַרשטעלט מיט גלעזערנע פּאָליצעס, אויף וועלכע עס האָבן געפֿונען זייער רו די פֿידלען. אַפֿילו אונטער דער בעט אויף הויכע פֿיסלעך האָבן זיך אויסגעלייגט פֿוטליאַרן מיט פֿידלען. אין יענעם אָוונט זײַנען מיר געווען נישט די איינציקע געסט, וואָס זײַנען געקומען אַ קוק טאָן און קויפֿן זיך אַ פֿידל. אין דער ענגער קיך האָבן זיך געשטופּט באַקאַנטע פֿידלערס און פֿידל־מײַסטערס. דער באַלעבאָס, אַן אָנגעכמורעטער זקן מיט צוויי בייזע אויגן האָט יעדעס מאָל אַרײַנגערופֿן אין צימער אַן אַנדער גאַסט, צו ווײַזן אים זײַנע אוצרות. צו מאָל איז מען פֿון דעם צימער אַרויסגעקומען שוין מיט אַ טײַערער קניה אין די הענט.

סוף־כּל־סוף האָב איך זיך אויך דערוואַרט. דער אַלטער האָט מיך געפֿרעגט, אויף אַ וואָסער סומע געלט האָב איך בדעה צו קויפֿן אַן אינסטרומענט. האָב איך אים געענטפֿערט, אַז צווישן צוויי און דרײַ טויזנט רובל. האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿון אונטער דער בעט אַ פֿוטליאַר, אין וועלכן ס׳איז געלעגן דער פֿידל פֿונעם רוסישן מײַסטער מאָראָזאָוו.

— דרײַ טויזנט און קיין קאָפּיקע נישט ווייניקער! ווילסט — נעם! ווילסט נישט — פֿאַרלאָז די מינוט מײַן שטוב! קויפֿערס, ווי דו זעסט, פֿעלן נישט אויס!

איך האָב באַשלאָסן צו קויפֿן דעם פֿידל. מאָראָזאָוו איז געווען אַ גענוג באַקאַנטער פֿידל־מײַסטער, און זײַנע פֿידלען האָב גוט געקלונגען. איין קלייניקייט — כ׳האָב אַזאַ סומע געלט נישט געהאַט — ניט מיט זיך און ניט אין דער היים. אַ האַלבע נאַכט בין איך מיט מײַן פֿרוי אַרומגעפֿאָרן איבער מאָסקווע, געזאַמלט געלט בײַ אַלע אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים.

אין דער פֿרי האָב איך אָנגעקלונגען אין דער טיר צום אַלטן. זײַן אויסזען האָט נאָך מער איבערגעראַשט ווי נעכטן פֿאַר נאַכט. אויפֿן נאַקעטן לײַב האָט ער געטראָגן אָנגעטאָן אַ שמוציק־בלויען צעריסענעם כאַלאַט, וואָס עס טראָגן געוויינטלעך די טרעגערס ערגעץ אויף אַן אײַזנבאַן־סטאַנציע. די באָרוועסע פֿיס — אַרײַנגעשטעקט אין צוויי אָפּגעטראָגענע פּוישטן. זײַן פּנים האָט אויסגעזען נאָך בייזער ווי נעכטן.
— וואָס דאַרפֿט איר? — האָט ער אומצופֿרידן אַ בורטש געטאָן.
— מיר זײַנען געקומען נאָך מאָראָזאָווס פֿידל.
— וואָסער פּרײַז האָבן מיר אָפּגערעדט?
— דרײַ טויזנט רובל.
— ניין! פֿאַר דרײַ טויזנט וועל איך דעם פֿידל נישט אָפּגעבן! כ׳האָב זיך באַרעכנט! דרײַ מיט אַ האַלב טויזנט און דער פֿידל איז אײַערער!

דער אַלטער האָט שוין איבערגעכאַפּט די מאָס. אינעם זעלבן טאָג זײַנען מיר מיט מײַן פֿרוי ווידער אַרומגעפֿאָרן איבער דער שטאָט אומצוקערן דאָס געבאָרגטע געלט. אין אַ וואָך אַרום האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער אַלטער איז געשטאָרבן. און נאָך איין קלייניקייט: עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אין די 1930ער יאָרן בעת סטאַלינס רעפּרעסיעס, ווען ס׳זײַנען פֿאַרפּײַניקט געוואָרן טויזנטער און טויזנטער מענטשן, האָט דער אַלטער פֿידל־קאָלעקציאָנער געאַרבעט אינעם אויספֿאָרש־אָפּטייל בײַ נ.ק.וו.ד., ווי דער הויפּט איבער קולטור.

ס׳איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן וויפֿל פֿינגער און הענט האָט דער דאָזיקער „קאָלעקציאָנער‟ צעקאַליעטשעט בײַ די אומשולדיקע פֿידלערס, אויב ער האָט געקאָנט צונויפֿקלאַפּן אַזאַ רײַכע קאָלעקציע פֿידלען! זיי, די פֿידלען, זײַנע געווען שטומע עדות פֿון מענטשלעכע טראַגעדיעס.

פֿידלען, וואָס האָבן גובֿר געווען דעם טויט

דער ישׂראלדיקער פֿידל־מײַסטער אַמנון ווײַנשטיין

אַמנון ווײַנשטיין איז געווען אַ פֿאַרברענטער פֿידל־קאָלעקציאָנער, אָבער קאָלעקציאָנירט האָט ער נאָר יענע אינסטרומענטן, וועלכע האָבן צוזאַמען מיט זייערע באַלעבאַטים געשמאַכט אין דער געטאָ אָדער אין אַ קאָנצענראַציע־לאַגער. אַז ער פֿלעגט זיך דערוויסן וועגן אַזאַ פֿידל, האָט אים שוין נישט געקאָנט אָפּשטעלן נישט דער מהלך און נישט קיין פּרײַז, וואָס מ׳האָט פֿאַר אַזאַ פֿידל געבעטן. ער פֿלעגט גענוי אויספֿאָרשן אַלץ וועגן דעם פֿידל און וועגן דעם גורל פֿונעם פֿידלס באַלעבאָס. אויב דער אינסטרומענט האָט זיך געפֿונען אין אַ שלעכטן מצבֿ, פֿלעגט אים אַמנון רעסטאַוורירן אויף זײַן אייגענעם חשבון.

אָט אַזעלכע פֿידלען האָבן, אַ דאַנק ווײַנשטיינען, געדאַרפֿט אַרויסווײַזן זייער קול צום ערשטן מאָל נאָך צענדליקער יאָר שווײַגן. דער פּראָיעקט איז געווען אַן אינטערנאַציאָנאַלער. צווישן די געלט־שטיצערס זײַנען געווען די גרעסטע קאָמפּאַניעס אין דער וועלט. איך האָב געזאָלט צוטראַכטן דעם פֿינאַל־נומער פֿונעם קאָנצערט. דער מוזיקאַלישער מאַטעריאַל איז מיר געווען אָנגעוויזן קאָנקרעט — „פּאַרטיזאַנישער הימען‟ פֿון הירש גליק און דער ישׂראל־הימען „התּיקווה‟. אינעם קאָנצערט האָבן זיך באַטייליקט צוויי אָרקעסטערס — פֿון ישׂראל און טערקײַ; און צוויי סאָליסטן — דער וועלט־באַרימטער פֿידלער שלמה מינץ און אַ ייִנגעלע, וואָס האָט געזאָלט סימבאָליזירן דאָס נײַן־יאָריקע ייִנגעלע מאָטל פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. אין זײַן פֿידל־פֿוטליאַר פֿלעגט מאָטעלע דורכשמוגלען געווער פֿאַר די אויפֿשטענדלער. די דײַטשן האָבן אים געכאַפּט און דערשאָסן.

אויף די זעכציק פֿידלען, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, האָבן געשפּילט זעכציק יונגע פֿידלער פֿון ישׂראל.

מע האָט מיר געזאָגט, אַז גלײַך פֿאַרן פֿינאַל־נומער וועט אויף דער בינע מיט אַ פֿידל פֿון סטראַדיוואַריוס אַרויסגיין דער זון פֿונעם געוועזענעם קאָנצערטמײַסטער בײַם האָלענדישן סימפֿאָנישן אָרקעסטער. זײַן פֿאָטער, אַ האָלענדישער ייִד, האָט געאַרבעט אין אַמסטערדאַם, ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט דאָס לאַנד. דער זון האָט געדאַרפֿט דערציילן זײַן פֿאָטערס געשיכטע. די דײַטשן זײַנען געקומען אַרעסטירן דעם פֿידלער גלײַך אויפֿן קאָנצערט, נאָר עמעצער האָט אים באַוויזן צו וואָרענען און דעם פֿידלער מיט זײַן פֿידל האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן. דעם קאָנצערטמײַסטערס זון האָט איבערגעגעבן דעם אוניקאַלן פֿידל צו שלמה מינץ און יענער האָט אויף דעם לעגענדאַרן אינסטרומענט געשפּילט זײַן סאָלאָ.

צוליב דעם האָב איך ספּעציעל געשאַפֿן אַ באַזונדערע ניגון־„תּפֿילה‟. נאָך אַ געוויסן מאָמענט האָט דאָס ייִנגעלע, ווי ער וואָלט איבערגעריסן דעם ניגון, אָנגעהויבן שפּילן אַ פֿראַגמענט פֿונעם „פּאַרטיזאַנישן הימען‟, וועלכן ס׳האָבן ממשיך געווען אַלע 60 יונגע פֿידלערס. ווי אַ קולמינאַציע, האָבן די ביידע ניגונים זיך איבערגעפֿלאָכטן און אונטערגעכאַפּט געוואָרן פֿון די ביידע אָרקעסטערס, און זיך אויסגעלאָזט אינעם ישׂראלס הימען „התּיקווה‟.

דער קאָנצערט, דורכגעפֿירט אין ירושלים, האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג. דרײַ טויזנט מענטשן האָבן זיך געפֿונען אינעם זאַל און אַ סך טעלעוויזיע־קאַנאַלן האָבן דעם קאָנצערט טראַנסמיטירט איבער דער וועלט.

Leave a comment