ייִדישע פּאָעטן פֿון אוקראַיִנע:
שלמה טשערניאַווסקי (1909־1974)
דער דיכטער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט קאָוועל, אוקראַיִנע. בעת אַ פּאָגראָם זײַנען אומגעקומען זײַנע עלטערן, און ער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ קינדערהיים. אָנהייבן 1930ער יאָרן איז ער געקומען אין כאַרקאָוו און געאַרבעט אין דער צײַטונג ”דער שטערן“ ווי אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר. צו יענער צײַט געהערט אויך זײַן דעביוט אין דער ליטעראַטור מיט לידער. די ערשטע לידער־זאַמלונג האָט ער אַרויסגעלאָזט אין 1935. בעת דעם חורבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד סוף 1940ער יאָרן, האָט ער אויסגעמיטן צו זײַן רעפּרעסירט, מע האָט אים אָבער אויסגעשלאָסן פֿונעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד ”מחמת אומשעפֿערישקייט“, דערבײַ האָט מען זיך געמאַכט נישט וויסנדיק, אַז זינט 1948 איז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרבאָטן געוואָרן צו דרוקן אַ ייִדישן אות. שוין אין דעם ערשטן נומער פֿון ”סאָוועטיש היימלאַנד“ (1961) איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַן ליד ”ליבשאַפֿט“, אין וועלכן צווישן די לירישע שורות וועגן אייביקער ליבשאַפֿט, רײַסן זיך דורך ביטערע אַנטוישונגען: ”בליִונג, רײַפֿקייט, בלעטערפֿאַל, זאַווייען, וואָס איז אונדז ניט אויסשטיין נאָך באַשערט?“. ער האָט אַ סך געשריבן, נאָר בלויז פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן זײַנע לידער זיך באַווײַזן אין ”סאָוועטיש היימלאַנד“. עס האָט זיך אים, דעם אינוואַליד פֿון געבורט, געלעבט שווער. די פּרנסה פֿון אַ צײַטונג־פֿאַרקויפֿער בײַ אַ שטעלעכל אויף איינער פֿון די קיִעווער גאַסן האָט קוים געקלעקט פֿאַר דער משפּחה זײַנער. נאָר אויפֿן גורל האָט דער דיכטער זיך נישט געקלאָגט, און געשריבן האָט ער נישט וועגן די אומבאַקוועמלעכקייטן אין לעבן, נאָר וועגן אייביקער ליבשאַפֿט, וועגן ”שליסלען פֿון ליכטיקן מאָרגן“, וועגן ”אַפֿראָדיטען בײַ קיפּרישע ברעגן“. זײַן בוך לידער אין דער איבערזעצונג אויף רוסיש ”По московскому времени“ — (”לויט מאָסקווער צײַט“) איז דערשינען שוין נאָך זײַן טויט אין יאָר 1975.
שלמה טשערניאַווסקי
די אומשולדיקע ליבע
אָן אַ בוים לעבט ניט קיין פֿויגל,
און מײַן האַרץ דאַרף צאַרטע שפּײַזן,
וועלקט און שטאַרבט בײַ מיר דער אומעט,
ווען זי טוט זיך נאָר באַווײַזן —
זי, פֿון לײַדנשאַפֿט די סיבה,
זי, די אומשולדיקע ליבע…
בלעטער וועלקן, בלעטער פֿאַלן,
ווען די זון שיקט קאַרגע שטראַלן.
ווען דו שענקסט מיר ניט קיין שמייכל,
בין איך שטאַרק בײַ זיך געפֿאַלן.
כ׳גריבל זיך און זוך די סיבה:
אַלץ מײַן אומשולדיקע ליבע.
די לבֿנה ברענגט דעם צופֿלוס,
ברענגט דעם אָפּפֿלוס ים דער בלויער.
ווער זשע ברענגט די פֿרייד אין האַרצן
און פֿאַרנעמט פֿון אים דעם טרויער?
כ׳ווייס: פֿון ביידן איז די סיבה —
אַלץ מײַן אומשולדיקע ליבע!
עך, כ׳וואָלט אין אַ פֿאַס אַ שטײַפֿער,
אַ פֿאַרקאָוועטער אין רייפֿן,
זי אַרײַנגעזעצט, געהאַלטן, —
אויף דער עלטער ניט אַנטלויפֿן,
וואַרעמען אין טעג אין טריבע
מיך, מײַן אומשולדיקע ליבע!
אויסגעפּרוּווט כ׳האָב אירע ווײַנען
און צוריק איך בין איצט ניכטער,
אַלע טעמען פֿרייד און פּײַנען —
האָסט געפֿילט אין זיי, מײַן דיכטער,
ווער זשע איז פֿון זיי די סיבה? —
אַלץ מײַן אומשולדיקע ליבע.
1946
ליבשאַפֿט
וואָס מיר האָבן, ליבשאַפֿט, ניט פֿאַרשטאַנען,
אויף דער עלטער וועט אונדז ווערן קלאָר,
ווי אין דער נאַטור, איז זי פֿאַראַנען
אויך בײַ דיר — די צײַטן־בײַט פֿון יאָר.
בליִונג, רײַפֿקייט, בלעטערפֿאַל, זאַווייען,
וואָס איז אונדז ניט אויסשטיין נאָך באַשערט?
נאָר פֿאַרליבטע גייען מיר אין צווייען
אויף דער קיין מאָל וועלקנדיקער ערד.
טײַערע! מיר האָבן זיך געטראָפֿן
אויף אַ לעבן דורכגיין ביזן סוף,
בײַ די קני בײַ דײַנע וויל איך שלאָפֿן
מיט אַ שטילן, קינדערישן שלאָף…
1949
סאָלאָווייען
ווער זאָגט, כ׳האָב דעם פֿרילינג באַגעגנט
אַ זקן, אַ גרײַזער שוין גאָר.
איך שטיי אין לבֿניקן רעגן
און וואַש מיט זײַ זילבער די האָר…
די זעלבע פֿאַרשײַטקייט פֿאַרבליבן,
נאָר שווערער מיט יאָרן דער טראָט.
אין לעבן ביז טוט זיך פֿאַרליבן —
פֿאַר יונגע וועט זײַ מײַ געבאָט.
איך בין מיט לבֿנה אין צווייען.
כ׳פֿאַרטרוי איר אַן ערדישן סוד:
גיך, גיך וועלן סאָלאָווייען
אויך זינגען בײַ איר אין אַ סוד.
אין סאָד, וואָס מיר וועלן פֿאַרפֿלאַנצן,
מיט ערדישע זוימען פֿאַרזייט,
און זײַן וועט ער ערדיש אין גאַנצן —
פֿון בוים ביז דער דופֿטיקער קווייט.
פֿון לאַנג שוין צעגאַנגען די שנייען,
דער ווינטער פֿון לאַנג שוין אַוועק.
עך, טײַערע פֿרײַנד סאָלאָווייען,
קומט קלײַבן מיט אונדז זיך אין וועג!
1964
אַפֿראָדיטע
ווי אַלט און ווי יונג איז די ליד וועגן דיר, אַפֿראָדיטע,
איך פֿאַל צו איר קוואַל און איך טרינק מיט אַ הייליקן ציטער…
ס׳איז אַלט די לעגענדע אין הערצער פֿון דורות פֿאַרשריבן,
איך אויב כ׳בין אַ דיכטער, איז אָנהייבן בלויז מיר פֿאַרבליבן!
ניט ווײַט פֿונעם שטעטעלע פּאַטאָס, בײַ קיפּרישע ברעגן,
עס הויכט זיך אַ מעכטיקער פֿעלדז, און ס׳לויפֿן אים כוואַליעס אַנטקעגן,
זיי פֿאַלן אַרויף אויף זײַן ברוסט און, ווי הויפֿנס בורשטיין, זיך צעשיטן…
און אָט פֿון דעם ימיקן שוין געבוירן ביסטו, אַפֿראָדיטע!
דו ביסט אויפֿן פֿעלדז דאַן אַרויף, די אָרעמס פֿאַר וועלט האָסט צענומען.
געמאָלדן, אַז ביסט צוליב ליבשאַפֿט און פֿרײַנדשאַפֿט געקומען!
איך זינג וועגן דיר און דײַן לאַנד, איך זינג, אַפֿראָדיטע,
זאָל קיין מאָל דײַן היימלאַנד ניט וויסן פֿון פּײַן און פֿון שחיטות.
איך זינג וועגן מענטשן פֿון אַלע קאָלירן און שפּראַכן —
מיר דאַרפֿן די פֿרײַנדשאַפֿט פֿאַרהיטן, פֿון פֿײַנט זי באַוואַכן.
1962