אלי שאַרפֿשטיין
— איך וועל דאָס נישט טאָן!
— דו וועסט טאָן!
— איך קאָן נישט, מײַן געוויסן לאָזט מיר נישט. דו ביסט משוגע, אַז דו טראַכסט אַפֿילו וועגן דעם.
— וואָס ווילסטו מיר זאָלן טאָן? וואָס פֿאַר אַ ברירה האָבן מיר? וואָס פֿאַר אַן אויסוועג? ווידער שווײַגן? שווײַגן און מאַכן זיך נישט וויסנדיק? דאָס איז דײַן פֿאָרלייג?— כ’האָב נישט קיין פֿאָרלייג. איך ווייס נאָר, אַז אַזוי פֿירט מען זיך נישט. ווער זײַנען מיר?— מיר זײַנען ייִדן. ייִדישע קינדער. און זיי זענען גויים. זיי האָבן די ערשטע אָנגעהויבן די מלחמה.
— וואָס פֿאַר אַ מלחמה? איך האָב פֿײַנט מלחמות. וואָס האָט עס צו מיר?
— און דײַנע טאַטע־מאַמע, ווי דו רופֿסט זיי? זיי גייען נישט אין שיל אַרײַן פֿון צײַט צו צײַט? כ’האָב אַליין געזען ווי דײַן טאַטע גייט דאַוונען אין שיל. ווער וועט פֿאַרטיידיקן זײַן כּבֿוד?
— זאָלן זיי, די עלטערן, אַליין קעמפֿן. אויב דאָס שטערט זיי, זאָלן זיי זיך אָנשטרענגען און אויספֿירן דײַן קריג־פּלאַן.
— דו מיינסט עס ערנסט? זיי זאָלן אַרײַנגיין אין קלויסטער און…
— מײַן טאַטע וועט נישט אַרײַנגיין אין קיין שום קלויסטער! מ’זאָל אים אַפֿילו באַשיטן מיט גאָלד! און די מאַמע אַוודאי און אַוודאי נישט!
— נו, זעסטו שוין אַליין, אַז נאָר מיר, דער יונגער דור, זענען מסוגל נקמה נענען. דו פֿילסט זיך נישט מחויבֿ? דיך אַרט נישט, וואָס די שקאָצים האָבן אָפּגעטאָן? וואָס האָבן זיי געמאַכט פֿון אונדזער בית־הכּנסת?
— מיך אַרט עס נישט. וואָס פֿאַר אַ שותּף בין איך מיט די שיל־ענינים? איך באַזוך זי זייער זעלטן, נאָר אויף יום־טובֿים, און אויך נישט אויף אַלע.
— און די בר־מיצווה?
— ביז מײַן בר־מיצווה האָב איך נאָך כּמעט צוויי יאָר. דאַן וועל איך גיין אין שיל, דורכלייענען די הפֿטורה און דאָס איז אַלץ.
— לאָמיר זאָגן, אַז דו ביסט גערעכט, כאָטש איך מיין, אַז דו האָסט אַ טעות. אָבער נישט דאָס איז דער עיקר. עס פּאַסט דיר אַרײַנגיין אין שיל, אַפֿילו איין מאָל אין אַ יובֿל, און זען די צעהאַקטע שויבן?
— די שויבן זענען גאַנץ. מ’האָט זיי נישט צעהאַקט. איך האָב אַליין געזען.
— די שויבן אפֿשר ניט, נאָר די וווּנדערלעכע קאָלירטע וויטראַזשן האָבן זיי צעהאַקט און צעטראַסקעט אויף פּיץ־פּיצלעך!
— ווער זענען די „זיי‟?
— די פֿאָניעס, די גוייִשע ייִנגלעך… ווי אַזוי? מיט ראָגאַטקעס. און זיי האָבן אויך געוואָרפֿן שטיינער. דו האָסט עס נישט געזען?
— ניין. איך האָב עס נאָר פֿון דיר געהערט.
— און אויב פֿון מיר, דײַן לײַבלעכן חבֿר? בײַ דיר האָט עס נישט קיין ווערדע?
— אַ ווערדע האָט עס. אָבער דו האָסט אויך געקאָנט האָבן אַ טעות.
— וואָס האַקסטו אַ טשײַניק? איך זאָג דיר: די שקאָצים פֿון דער פּוילישער גאַס, זײַנען געקומען מיט ראָגאַטקעס און געבויגענע טשוועקעס, און צעשאָסן די וויטראַזשן פֿון דער שיל. זיי האָבן אויך געבראַכט מיט זיך אַ פּאָר ציגל, צעהאַקט זיי אויף שטיקער, און פֿאַרוואָרפֿן מיט זיי דעם שול־הויף.
— אוי וויי…
— און צו דעם האָבן זיי געשריגן שרעקלעכע קללות אַקעגן אונדז און אַלע ייִדן אין דער וועלט.
— וואָס פֿאַר אַ קללות?
— זיי האָבן געשאָלטן מיט ווערטער, וואָס מײַן צונג קאָן זיי נישט אַרויסרעדן.
— דאָס האָסטו מיר נישט דערציילט.
— דערצייל איך איצטער. פֿאַרשטייסטו שוין, אַז ס׳קומט זיי אַ שטראָף. נאָר מיר וועלן נישט קעמפֿן קעגן זיי מיט זייערע מיטלען. מיר וואַרפֿן נישט קיין שטיינער. דו ווייסט דאָך מײַן פּלאַן.
— דײַן פּלאַן געפֿעלט מיר נישט. דער שטות, וואָס דו האָסט אויסגעטראַכט איז פּשוט נישט אײַנגענעם!
— נישט אײַנגענעם, נישט שמײַגענעם! דאָס וועלן מיר זיי אָפּטאָן און אַזוי וועלן זיי פֿאַרשטיין, אַז מ’דאַרף זיך באַציִען מיט אָפּשײַ צו אונדז, אונדזערע עלטערן, אונדזער גלויבן און אונדזער שיל. גלייב מיר, אַז זיי וועלן מער קיין שטיינער נישט וואַרפֿן!
— ווי אַזוי וועלן זיי פֿאַרשטיין? זיי וועלן דאָך אונדז נישט זען, ווי וועלן זיי וויסן, אַז די נקמה איז אונדזערע?
— זיי וועלן וויסן, גלייב מיר. דער גלח וועט זיי שוין זאָגן.
— דער גלח? די שקאָצים, זיי גייען נישט אין קלויסטער. זיי וועט נישט אַרן דעם גלחס דערציילונגען.
— דו ווייסט, אַז זייערע טאַטעס און מאַמעס גייען אַרײַן כּמעט יעדן טאָג אין קלויסטער צו איבערצלמען זיך?
— נו איז וואָס? זייערע עלטערן האָבן אונדז קיין זאַך נישט געטאָן.
— געטאָן. דאָס איז זייער שולד, וואָס זייערע קינדער זענען אויסגעוואַקסן אַזעלכע באַנדיטן.
— קען זײַן…
— ווען זיי וועלן זיך צלמען, וועלן זיי שוין דערשפּירן אונדזער „אַרבעט‟, אונדזער נקמה.
— דו רופֿסט עס „אַרבעט‟?
— גלייב מיר, זיי וועלן עס דערציילן זייערע שכנים. דאַן וועלן אַלע גויים פֿאַרשטיין, אַז אונדזער קלויז איז נישט אויף הפֿקר! זיי וועלן פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אונדזער נקמה, דעם ריכטיקן טעם!
— איך בין מסכּים, אַז מ’דאַרף עפּעס טאָן, נאָר אָפּטאָן אַזאַ־אָ זאַך? מיר געפֿעלט עס נישט.
— און מיר געפֿעלט עס? דו מיינסט, אַז איך האָב הנאה פֿון דעם?
— טאָ וואָס האָסטו זיך אַזוי פֿאַרביסן מיט דײַן פּלאַן?
— דו האָסט אַ בעסערן? עמעצער מוז ווײַזן די אַנטיסעמיטן, ווער ס׳איז דער בעל־הבית אין שטאָט.
— דו מיינסט מסתּמא, אויף אונדזער גאַס…
— שטאָט, גאַס, געגנט… וואָס איז די נפֿקא־מינה? מיר וווינען אַנטקעגן דער שיל, הייסט עס, אַז מיר זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך.
— פֿאַראַנטוואָרטלעך?
— דאָס איז אונדזער שיל, און קיין שייגעץ וועט דאָ נישט מאַכן קיין פּאָגראָם!
— אפֿשר וועט זײַן פּשוטער, אַז מיר זאָלן אויסהאַקן די שויבן פֿון זייער קלויסטער?
— דער פּוילישער קלויסטער האָט פּראָסטע פֿענצטער, נישט קיין וויטראַזשן, נישטאָ וואָס צו ברעכן. דערפֿון זאָג איך דיר, אַז מײַן פּלאַן איז דער בעסטער.
— דײַן פּלאַן איז אַ משוגענער פּלאַן! דײַן פּלאַן שטינקט!
— ער שטינקט פֿאַר זיי, נישט פֿאַר אונדז. מיר וועלן עס דורכפֿירן איינס און צוויי, און פֿאַרשוווּנדן ווערן.
— אויב אַזוי, גיי איך מיט דיר.
— אָ! דאָס פֿאַרשטיי איך! ביסט אַן אמתער חבֿר.
— אָבער… לאָמיר שוין גיין… עס דריקט מיר אין בויך פֿון די פֿיר גלעזער וואַסער, וואָס דו האָסט מיר געצוווּנגען אויסטרינקען…
די עלף־יאָריקע ייִדישע „העלדן‟ האָבן מיט איין שטופּ געעפֿנט די שווערע הילצערנע טיר פֿון דעם פּויליש־קאַטאָלישן קלויסטער. אינעווייניק איז געווען שטיל און רויִק, ווי אויף אַ בית־עולם. קיין באַזוכערס האָט מען נישט געזען, און אַפֿילו דער גלח איז הײַנט נישט געווען צו זאָגן זײַן דרשה. מיט איין שפּרונג זענען זיי צוגעלאָפֿן צו דער מידניצע מיטן הייליק וואַסער, אַראָפּגעשלעפּט די הויזן, און מיט הויכע בויגנס אויסגעליידיקט זייערע אורין־בלאָזן. די „הייליקע וואַסער‟ האָט געקראָגן אַ שיינעם גאָלדענעם קאָליר.
מײַ, 2023