לאַפּסוס־קאַקטוס — 69

נישט זעלטן קאָן מען אין די הײַנטיקע ייִדישע טעקסטן אָנטרעפֿן זיך אויף אַ פּלאָנטער, ווען דער מחבר פֿאַרבײַט דעם „אַלס‟ אויף „אַלץ‟ און פֿאַרקערט. וואָס זשע מיינט „אַלץ‟ און וואָס מיינט „אַלס‟. דער דײַטשמעריזם „als‟, שפּילט אין זאַץ די ראָלע פֿונעם פֿאַרגלײַכלעכן פּאַרטיקל „ווי‟ — „שיין, ווי די וועלט‟, „ביטער, ווי כריין‟, „מיאוס, ווי דער טויט‟ וכדומה. ווי אויך: „ווי אַ בײַשפּיל‟, „ווי אַ מוסטער‟… אינעם מאָדערנעם ייִדיש ווערט דער דײַטשמערישער פּאַרטיקל „אַלס‟ כּמעט אויסגעמעקט פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך.

דאָס וואָרט „אַלץ‟ קאָן האָבן אַ ברייטערן זין. לאָמיר עס באַטראַכטן אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן:

  1. פּאַרטיקל „אַלץ‟ אין זין פֿון „אַלע, אין גאַנצן‟ —
    אַלע ביימער אין סאָד און אַלץ אַרום האָט געגרינט און געבליט.
  2. אַדווערב „אַלץ‟ אין זין פֿון „שטענדיק, תּמיד, כּסדר‟ —
    ער אַרבעט נאָך אַלץ גאַנצענע טעג, פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט.
  3. ווי אַ באַווײַז פֿון אַ גראַדועלן פּראָצעס —
    זײַן קול האָט זיך געהערט אַלץ העכער און העכער.
    דער אָנדענק פֿון יענע שווערע טעג האָט זיך פֿון אים אַלץ מער און מער דערווײַטערט

אויסטרעטן — אַרויסטרעטן — אויפֿטרעטן

אַן אַנדער אָפֿטער פּלאָנטער קומט פֿאָר צוליב דעם פּרעפֿיקס, וואָס אין ייִדיש, ווי באַוווּסט, שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. ער קאָן אין גאַנצן ענדערן דעם באַטײַט פֿון וואָרט.

  1. אויסטרעטן אין זין פֿון באַטייליקן זיך, אָננעמען אַ טייל. צו קאָנטראָלירן דעם ריכטיקן באַניץ פֿון וואָרט קאָן אַרויסהעלפֿן די פֿאָלגנדיקע פּראָפּאָזיציע אויף אָדער אין, למשל:

דער רעדנער איז אויסגעטראָטן (זיך באַטייליקט) אויף דעם מיטינג.
דער באַרימטער פֿידלער איז אויסגעטראָטן (אָנטייל גענומען) אין דעם קאָנצערט, געווידמעט בעטהאָווען.

אויפֿטרעטן ווערט גענוצט אינעם זעלבן זין וואָס אויסטרעטן.

  1. אויסטרעטן — האָט נאָך אַן אַנדער זין, דהײַנו: אויסטרעטן אַ סטעזשקעלע פֿון מײַן שוועל צו דײַן טיר.

  • אַרויסטרעטן ווערט בדרך־כּלל גענוצט ווי „פֿאַרלאָזן‟ מיט דער פֿאָלגנדיקער פּראָפּאָזיציע „פֿון‟ —
    ער איז אַרויסגעטראָטן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי נאָכן 20סטן צוזאַמענפֿאָר.

זינט און פֿון

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו לייענען אַזאַ זאַץ:
„זינט סאַמע אָנהײב פֿלעגן די אָנדענק־פֿאַרזאַמלונגען זיך ענדיקן מיטן זינגען צוזאַמען ׳דעם פּאַרטיזאַנער הימן׳.‟

דער פּלאָנטער צווישן „זינט‟ און „פֿון‟ איז גאָר אַ פֿאַרשפּרייטער טעות. אויסצומײַדן אים איז נישט שווער. אויב מע קאָן פֿאַרבײַטן דעם „זינט אָדער פֿון זינט‟ אויף „פֿון יענער צײַט ווי…‟, איז דער „זינט‟ אויפֿן אָרט. למשל,

זינט (פֿון יענער צײַט ווי) איך געדענק אים, האָט ער ליב געהאַט מאַכן אַ צימעס פֿון גאָרנישט.

דער געבראַכטער זאַץ וועגן דער “אָנדענק־פֿאַרזאַמלונג” וואָלט געקלונגען ריכטיק, ווען דער מחבר וואָלט אים אָנגעשריבן אַזוי:
פֿון סאַמע אָנהייב אָן פֿלעגן די אָנדענק־פֿאַרזאַמלונגען זיך ענדיקן מיטן זינגען צוזאַמען ׳דעם פּאַרטיזאַנער הימן׳…‟

וואָס שייך דעם סטיליסטישן אויסלייג פֿון דעם זאַץ, וואָלט ריכטיקער געווען אים אָנשרײַבן אַזוי:
פֿון די סאַמע ערשטע אָנדענק־פֿאַרזאַמלונגען פֿלעגן זיי זיך ענדיקן מיטן זינגען צוזאַמען ‘דעם פּאַרטיזאַנער הימן׳‟.

ווידער מיט אײַך,

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment