יעווגעני קיסין
קאַפּיטל ב
7
קאַטיע האָט זיך קױם דערװאַרט דעם סוף פֿון די לעקציעס. מישעס בריװ, װאָס זי האָט באַקומען הײַנט אין דער פֿרי און אים דורכגעלײענט אױפֿן װעג אינעם אינסטיטוט, האָט זי באַהאַלטן אינעם סטאַניקל. איצט האָט זי געפֿילט, װי דער בריװ בריט איר ברוסט. אָפֿט האָט זי אַפֿילו נישט געהערט, װאָס די לעקטאָרן האָבן גערעדט. װען אַלץ האָט זיך סוף–כּל–סוף פֿאַרענדיקט און מע האָט שױן אָנגעהױבן באַהאַלטן די העפֿטן און די פּענעס אין די רענצלעך, איז װאַסקאַ פֿעדיוקין, דער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמיוגישער אָרגאַניזאַציע, פּלוצעם געבליבן שטײן און האָט הילכיק געמאָלדן: „אַלע — אױף דער קאָמיוג־פֿאַרזאַמלונג!‟. „אָ, גאָט מײַנער!‟ — האָט קאַטיע טרױעריק אַ טראַכט געטאָן, — „איצט װעט מען מוזן אױסהערן אױך אָט די נאַרישקײטן…‟.
אין דער גרױסער, העל באַלױכטענער אױדיטאָריע, װוּ ס׳פֿלעגן פֿאָרקומען אַזעלכע אונטערנעמונגען, האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט גאָר אַ סך מענטשן. קאַטיע, אַ פֿאַרלױרענע צװישן זײ, האָט אָנגעהױבן זינקען אין אירע פֿריִערדיקע מחשבֿות. מיט אַ מאָל האָט זי מיט דערשטױנונג דערהערט: „די אַמאָראַלישע אױפֿפֿירונג פֿון דער קאָמיוגיסטקע יעקאַטערינע שטולבערג…‟. אַ געפּלעפֿטע, האָט זי אַ טראַכט געטאָן: „אַ מין אידיאָטיש לאַנד: באַקומען בריװ פֿונעם ׳ברידערלעכן׳ פּױלן איז עס שוין אַן ׳אַמאָראַלישע אױפֿפֿירונג׳! נאָר אױב מ׳האָט זײ פּערליוסטרירט, האָט מען דאָך געמוזט זען, אַז זײ זײַנען געשריבן פֿון אַ סאָװעטישן בירגער און קײן מינדסטן שפּור פֿון ׳אַמאָראַלישקײט׳ איז דאָרטן נישט געװען!‟ דאָס זעלבע אײַזערנע מאַנצבילשע קול פֿונעם פּרעזידיום האָט זיך געהערט װײַטער: „…זי האָט זיך געטשעפּעט צו אױסלענדער אין אַ געזעלשאַפֿטלעך אָרט, קאָקעטירט מיט זײ…‟ — און דאַן האָט זי אַלץ פֿאַרשטאַנען…
מיט בערך אַ װאָך פֿאַר דעם האָט קאַטיעס פֿרײַנדינע נאַטאַשע װאָלפֿסאָן (זי האָט זיך געלערנט אין אַן אַנדער אינסטיטוט) איר פֿאָרגעלײגט גײן צוזאַמען אינעם קיראָװ–טעאַטער אױף „לאָהענגרין‟. נאַטאַשע איז געװען אַזױ פֿעסט אין איר כּװנה צו האָבן חתונה פֿאַר אַן אױסלענדער, אַז צו מאָל פֿלעגט זי זיך אַפֿילו נישט שעמען צו פֿאַרנעמען זיך מיט דער אוראַלטער פּראָפֿעסיע. װי מיר װײסן, האָבן קאַטיעס געדאַנקען און געפֿילן צו יענער צײַט שױן מער נישט געפֿירט אין אָט דער ריכטונג, נאָר היות זי האָט ליב געהאַט אָפּערע און װאַגנערן בפֿרט, האָט זי מסכּים געװען צו גײן מיט איר פֿרײַנדינע, כּדי פּשוט צו הערן גוטע מוזיק. שױן בשעתן ערשטן אַנטראַקט זײַנען צו זײ צוגעגאַנגען צװײ מאַנספּאַרשױנען, ענגלענדער פֿון מיטעלע יאָרן. זײ האָבן פֿאַרפֿירט מיט די מיידלעך אַ שמועס און גענומען זײ אײַנלאַדן אין בופֿעט אויף אַ „באָקאַל שאַמפּאַן–װײַן‟. נאַטאַשע, װאָס איז געװען אָנגעטאָן און אָנגעשמינקט, לױט די סאָװעטישע סטאַנדאַרטן, גאָר אױסרופֿעריש, האָט באַלד אָנגעהױבן פֿלירטעװען מיט זײ און מיט חשק אָנגענומען די אײַנלאַדונג. קאַטיע, אָנגעטאָן שײן, נאָר לגמרי „קאָרעקט‟, האָט זיך, פֿאַרקערט, געהאַלטן באַשײדן און האָט תּחילת געװאָלט זיך אָפּזאָגן, נאָר מיט אַ מאָל דערפֿילט, אַז ס׳װעט נישט פּאַסטן אָפּצושטײן פֿון דער קאָמפּאַניע. די אױפֿגערײצטע דזשענטלמענען האָבן זיך דערװוּסט פֿון נאַטאַשען, װוּ די מײדלעך זיצן, און האָבן באַקומען פֿון איר אַ דערלױבעניש צוקומען צו זײ נאָכן צװײטן אַקט. װי נאָר עס האָט זיך אָנגעהױבן דער צװײטער אַנטראַקט, האָט קאַטיע געזאָגט איר פֿרײַנדינע, אַז זי דאַרף גײן אין טואַלעט, און איז דאָרט אָפּגעװען ביז ס׳האָט זיך דערהערט דאָס דריטע גלעקל. אױפֿן װעג אין זאַל האָט זי זיך פֿאָרט צופֿעליק אָנגעטראָפֿן אױף די צװײ זין פֿון אַלביאָן, און זײ האָבן זיך איבערגעװאָרפֿן מיט אַ פּאָר װערטער. צום סוף פֿונעם ספּעקטאַקל זײַנען די ענגלענדער װידער אַרױסגעװאַקסן װי פֿון אונטער דער ערד און האָבן פֿאָרגעלײגט צו באַגלײטן די מײדלעך אַהײם. דאָ האָט זיך קאַטיע קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט, דערקלערנדיק, אַז זײ װױנען װײַט און פֿון דאָרטן װעט פֿאַר די אױסלענדישע אורחים זײַן זײער שװער זיך צו דערקלײַבן אין האָטעל. דעמאָלט האָבן יענע געבעטן בײַ די מײדלעך זײערע טעלעפֿאָן–נומערן; קאַטיע (אין אונטערשײד פֿון נאַטאַשען) האָט זײ געגעבן אַן אױסגעטראַכטן נומער, און אױף דעם האָבן זײ זיך אָפּגעזעגנט. מיט נאַטאַשען האָט קאַטיע אין די ווײַטערדיקע טעג זיך מער נישט געזען און נישט גערעדט, דעריבער האָט זי קײן אַנונג נישט געהאַט, װאָס ס׳איז געשען שפּעטער צװישן איר פֿרײַנדינע און די ענגלענדער. אַצינד אָבער איז געװאָרן קלאָר, אַז אַ „שטרענג אױג‟ האָט געהאַט געזען די מיידלעך מיט די אױסלענדער און צוגעטראָגן אױף זײ בײדן, נישט מאַכנדיק קײן אונטערשײד.
— ס׳איז נישט אמת! — האָט קאַטיע אַן אױפֿגעבראַכטע אױסגעשריגן, — קײן מאָל האָב איך זיך צו קײנעם נישט געטשעפּעט און באַזונדערס נישט קאָקעטירט!
— זיך נישט געטשעפּעט? און װוּ זײַט איר געװען דעם נײַן–און–צװאַנציקסטן אָקטאָבער אין אָװנט?
קאַטיע האָט זיך געמאַכט כּלא–ידע:
— דעם נײַן–און־צװאַנציקסטן אָקטאָבער? הממם… און װאָסער טאָג איז עס געװען?.. אַ! דעם נײַן–און–צװאַנציקסטן אין אָװנט בין איך געגאַנגען אין אָפּערע. אױף „לאָהענג…‟… אַך, אָט װעגן װאָס איר רעדט! יאָ, איך בין געגאַנגען מיט אַ חבֿרטע אינעם קיראָװ–טעאַטער, און עס זײַנען צו אונדז דאָרטן צוגעגאַנגען צװײ אױסלענדער. גראָד זײ צו אונדז, נישט מיר צו זײ! אַװדאי בין איך געװען העפֿלעך מיט זײ, נאָר איך האָב זיך צו זײ בשום–אופֿן נישט געטשעפּעט! ס׳איז אַלץ אַ פּליאָטקע, באַרײדערײַ!
— און װי אַזױ װעט איר עס דערװײַזן?
קאַטיע איז צעמישט געװאָרן אױף אַ רגע, נאָר איר איז גלײַך געקומען אױף אַ שׂכל, װאָס צו ענטפֿערן:
— נאָר פֿאַר װאָס, אײגנטלעך, מוז א י ך עפּעס דערװײַזן? איר באַשולדיקט — דאַרפֿט איר דערװײַזן, אַז כ׳בין שולדיק. איך טענה, אַז אָט די באַשולדיקונגען זײַנען אַבסאָלוט פֿאַלש, און האָבן קײן שום באַװײַזן נישט!
און דאָ פּלוצעם האָבן אָנגעהױבן אױפֿשטײן אײנער נאָכן אַנדערן פֿאַרשײדענע סטודענטן. מיט אײניקע פֿון זײ איז קאַטיע בכלל נישט געװען באַקאַנט; די אַנדערע האָט זי יאָ געקענט און האָט אַפֿילו געהאַט מיט זיי אױב נישט קײן פֿרײַנדלעכע, איז על–כּל–פּנים גאַנץ גוטע באַציִונגען. אײנער האָט דערצײלט, װי קאַטיע האָט אַ מאָל געהאַט געזאָגט, אַז „ס׳װאָלט געװען אינטערעסאַנט צו פֿאָרן אין שפּאַניע‟ („אין דער פֿאַשיסטישער שפּאַניע!‟). דער צװײטער האָט מיטגעטײלט דעם עולם, אַז זי האָט געהאַט דערצײלט, װי דורך איר מאַמען, װאָס אַרבעט װי אַן איבערזעצערין, איז איר אױסגעקומען זיך טרעפֿן מיט ענגלענדער און אַמעריקאַנער. נאָך עטלעכע מענטשן האָבן געזאָגט עדות, אַז זײ האָבן געהאַט געזען קאַטיע מיט אַ סטודענט פֿון פּאָרטוגאַל…
— יאָ, אַזעלכע זײַנען זײ, — האָט דערקלערט עפּעס אַ מיטל–יאָריק װײַבל פֿונעם פּאַרטײ–קאָמיטעט, װאָס איז געזעסן אינעם פּרעזידיום, — דאָס היימלאַנד גיט זײ אומזיסטע בילדונג, האָט זײ געראַטעװעט פֿון פֿאַשיזם — און זײ, אומדאַנקבאַרע, לױפֿן אַרום איבער טעאַטערס, כּדי צו געפֿינען זיך חתנים פֿון אױסלאַנד!
ס׳איז אױפֿגעקומען גאָר אַ פּאַראַדאָקסאַלע סיטואַציע. בלױז מיט אָנדערטהאַלבן חדשים צוריק װאָלט דאָס אַלץ געװען הױלער אמת. נאָך מער: דעמאָלט איז קאַטיע געװען גרײט צו אַזאַ קאָמיוגישער פֿאַרזאַמלונג און צו דעם, װאָס זי װעט דערהערן אױף איר דװקא אָט די װערטער. אַצינד אָבער, װי באַלד אין איצטיקן מאָמענט איז עס געװען נישט אמת, האָט זי זיך ממש אױפֿגעריסן פֿון אױפֿריכטיקן כּעס — און אױסגערופֿן גאַנץ אומגעריכט פֿאַר זיך אַלײן:
— איך זוך זיך חתנים פֿון אױסלאַנד?! צי װײסט איר, װער איז מײַן חתן? מײַן חתן איז אונדזער באַרימטער פּיאַניסט, — זי האָט באַטאָנט דאָס װאָרט „אונדזער‟, נאָר האָט אַרײַנגעלײגט אין דעם גאָר אַן אַנדער באַטײַט: מישע האָט טאַקע משפּיע געװען אױף איר! — װאָס האָט נאָר װאָס געװוּנען אױפֿן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס אין װאַרשע! אָט, טוט אַ קוק, װאָס פֿאַר אַ בריװ איך האָב הײַנט באַקומען פֿון אים!
דורכגעשטופּט זיך צװישן עטלעכע רײען בענקלעך, האָט קאַטיע האַסטיק געשפּאַנט צום פּרעזידיום, צעשפּיליענדיק די אײבערשטע קנעפּלעך פֿון איר קלײד און אַרױסנעמענדיק דעם װײַסן קאָנװערט מיט אַ פּױלישער מאַרקע.
— אָט, לײענט, װאָס ס׳שרײַבט מיר מײַן חתן! — זי האָט אַ טײַט געטאָן מיטן בריװ אונטער דער נאָז פֿונעם מאַן, אָנגעטאָן אין אַ שװאַרצן קאָסטיום, װאָס איז געזעסן אין מיטן דעם פּרעזידיום. פֿאַר זײַנע אױסגעגלאָצטע אױגן האָבן גענומען שװינדלען די שורות:
„קאַטיושע, געליבטע מײַנע! איך האָב געװוּנען — צעטײלט די ערשטע פּרעמיע מיטן אַמעריקאַנער גאַרי עלסאָן! אַזױ האָט געמוזט זײַן — װײַל די גאַנצע צײַט ביסטו געװען מיט מיר! שאָפּען האָט געטראַכט װעגן זײַן געליבטער קאָנסטאַנצאַ גלאַדקאָװסקאַ בײַם שרײַבן דעם 2טן טײל פֿון זײַן 1טן קאָנצערט — און איך האָב געטראַכט פֿון דיר, בעת כ׳האָב אים געשפּילט אױפֿן לעצטן טור! קאַטיושע, געליבטע מײַנע, ס׳איז נישט נאָר מײַנער, נאָר אױך דײַנער, אונדזער געמײנזאַמער נצחון…‟
— װאָס איז געשען, קאַטענקע?! — האָט די מאַמע געפֿרעגט, זעענדיק דער טאָכטערס פּנים, װען יענע האָט זיך אומגעקערט אַהײם.
קאַטיע האָט שװײַגנדיקערהײט דערלאַנגט דער מאַמען מישעס בריװ. די מאַמע האָט אים דורכגעלײענט, געקוקט אױף קאַטיען און אַ פֿרעג געטאָן:
— קאַטענקע… און דו — האָסטו אים ליב?
דער ענטפֿער, װאָס קאַטיע האָט נישט געהאַט די העזה אַרױסזאָגן אױף אַ קול, איז איר געװען אָנגעשריבן אױפֿן פּנים.
המשך קומט