אָנשיקעניש

באָריס סאַנדלער

1

די גאַנצע נאַכט האָט געגאָסן אַ רעגן. ס׳האָט געבליצט און געדונערט, כאָטש ס׳איז געווען מיט־מאַרץ, נאָך נישט די רעכטע צײַט פֿאַר אַזאַ געוויטער. אַלפֿרעד האָט דערפֿילט ווי דאָס ווײַב האָט זיך צו אים צוגעטוליעט מיט דער פּלייצע, — צי דערפֿילט זײַן אומרו, צי אַליין געזוכט אינעם מאַנס לײַב זיך צו באַרויִקן. די וואַרעמקייט פֿונעם לײַב האָט זיך דורכגעשלאָגן דורך איר נאַכט־העמד און זײַן פּיזשאַמע. ער האָט זי אַרומגענומען. די האַנט האָט אָנגעטאַפּט איר ברוסט… „שלאָף, שלאָף…‟ — האָט זי אײַליק אַ שעפּטשע געטאָן, וואָס האָט געזאָלט מיינען, אַז צו קיין המשך איז זי נישט גרייט.

אין דער פֿרי האָט דער הימל זיך אויסגעלײַטערט און זיך צעגאָסן מיט זײַן טיפֿער בלויקייט. פֿון דעם נאַכט־שוידער איז קיין זכר נישט געבליבן, סײַדן זיך צעשמאָלצן אין דער פֿײַכטער לופֿט, וואָס האָט געטראָגן אין זיך אַן אָנגעזעטיקטן ריח פֿון פֿאַרברענטן שוועבל. אַלפֿרעד האָט זיך דערמאָנט, ווי אין שול אויפֿן כעמיע־לימוד, האָט דער לערער זיי דעמאָנסטרירט, ווי דער געלער שוועבל־פּראָשיק, אַ צעגליטער, צעברענט זיך אין דער קאָלבע, אָנגעפֿילט מיט זויערשטאָף, מיט אַ העלבלויען פֿײַער.

אַלפֿרעד האָט איצט געמאַכט דעם פֿרימאָרגנדיקן שפּאַציר, וואָס זײַן פֿרוי, טאַמאַרע, האָט גערופֿן „רעטײַרמענט וויי‟ [1]. אַלפֿרעד פֿלעגט אונטערכאַפּן איר וויץ און צוגעבן אויף ייִדיש: „אַבי נישט, אַז אָך און וויי!‟. די שפּאַציר־סטעזשקע פֿון אַן אָנדערהאַלבן מעטער די ברייט, האָט זיך געשלענגלט איבערן ייִשובֿ העמלאָק, דורכגעשניטן אַ שיטער וועלדל, געפֿירט אַרויף און אַראָפּ איבער עטלעכע בערגלעך, דערנאָך זיך אַראָפּגעקײַקלט צו דער סאַזשלקע און פֿון דאָרט פֿאַרקערעוועט צו דער באַקבאָרד־גאַס, לענג־אויס וועלכער, פֿון ביידע זײַטן, האָבן זיך אויסגעשטעלט הילצערנע הײַזער, אַרײַנגערוקט אין הויף, אָפּהיטנדיק די פּריוואַטקייט פֿון זייערע באַלעבאַטים פֿון אַ פֿרעמד אויג.

דאָ, אין דעם פּענסילוואַניער ייִשובֿ העמלאָק, האָבן טאַמאַרע און אַלפֿרעד בריק זיך באַזעצט מיט צוויי יאָר צוריק, גלײַך נאָך אַלפֿרעדס פּענסיאָנירן. אין העמלאָק האָבן שוין געהאַט געוווינט זייערע באַקאַנטע און נאָכן באַזוכן זיי, איז ספּאָנטאַן געקומען דער באַשלוס צו קויפֿן אין העמלאָק אַ הויז; בײַם אָנהייב, ווי אַ דאַטשע, צו פֿאַרברענגען דעם זומער, זיך אַרויסרײַסן פֿון דעם שטיקנדיקן מיט היץ ברוקלין אויף דער פֿרישער לופֿט. די חתונה אָבער פֿון זייער עלטער אייניקל חנה האָט זיך אַרײַנגעמישט אין די פּלענער. זיי האָבן אָפּגעגעבן די דירה אין ברוקלין דעם יונגן פּאָרפֿאָלק, און אַליין זיך אַריבערגעצויגן וווינען קיין העמלאָק.

דער נײַער לעבנס־שטייגער, דאָס אײַנגעהילט ווערן אין אַ סטאַטעטשנער טאָג־טעגלעכקייט, אָן רעש און האַוועניש, אָן דעם אינערלעכן דראַנג פֿון יאָגעניש, אָן דער מורא צו פֿאַרשפּעטיקן, בלײַבן חלילה אָן אַרבעט, — האָט זיי ביידן, נאָך לאַנגע יאָרן פֿון האָרעוואַניע און דעם אײַנוואָרצלען זיך אינעם נײַעם פֿרעמדן לאַנד, פּריטשמעליעט און אײַנגעשלונגען אין דער טויב־שטומער איינזאַמקייט, וואָס קומט פּלוצעמדיק, ווי נאָך אַ לאַנגער לויפֿעניש וואָלט מען געבליבן שטיין פֿאַר אַן אָפּגרונט.

בהדרגה איז עס אַדורך, אויסגעגאַנגען, עס האָב זיך געעפֿנט די פֿאַרשטאָפּטע חושים פֿון הערן, שמעקן, זען, פֿילן דעם אַרום אויף ס׳נײַ. די וואַלדיק־בערגיקע לופֿט האָט ביסלעכווײַז דערפֿרישט די לונגען, די קלאַנגען פֿון פֿייגל און שאָרך פֿון בלעטער, פֿון אַ צעבראָכענער צווײַג האָבן גערייצט דעם אויער. די אויגן האָבן זיך אין די פֿרימאָרגנס געטרערט פֿון די שאַרפֿע פֿאַרבן, ווי אויסגעגאָסן פֿון זיך די שטאָטישע פֿאַרשטויבטקייט, פֿאַרטשאַדעטקייט, אָנגעגריבעטקייט במשך פֿון לאַנגע יאָרן. טאַמאַרע און אַלפֿרעד, אָפּגעפֿרישט און באַנײַט, האָבן אָנגעהויבן פֿילן זיך אַליין און איינער דעם אַנדערן אַנדערש, כּמעט אַזוי ווי ס׳איז געווען אַמאָל אין עפּעס אַן אַנדער לעבן, געבליבן אויף די שיריים פֿון אַ דורכגעאַקערט יוגנטפֿעלד.

זיי, דעמאָלט ביידע סטודענטן פֿון אַן אוניווערסיטעט אין אַ גרויסער סיבירער שטאָט, ווײַט פֿון דער היים, פֿון די טאַטע־מאַמעס, האָבן זיך אַ צי געטאָן איינער צום אַנדערן נאָך דער ערשטער טרעפֿונג אויפֿן ערשטן קורס, בעת אַ חבֿריש קערמעשל. וואָס האָט זיי ביידן צונויפֿגעפֿירט? די אָפּגעריסנקייט פֿונעם היימישן ווינקל? די אָנגעכלינעטע פֿרײַקייט פֿון אַ פֿויגל, אַרויסגעפֿלויגן פֿון דער נעסט? שפּעטער, כּלומרשט אַ שפּאַס אָדער האַלב־ערנסט האָט אַלפֿרעד געפֿרעגט טאַמאַרען, וואָס האָט זי צו אים צוגעצויגן?

— דו האָסט מיר דערמאָנט מײַן שוועסטערקינד. ער איז געווען אַ סך עלטער פֿון מיר און מיך גערופֿן „כּלה‟. מיידעלעך, ווייסט דאָך, האָבן ליב זיך שפּילן אין חתן־כּלה… לעבן דיר האָב איך זיך דערפֿילט זיכער, פֿאַרלאָזלעך… מעגלעך, אויך דערפֿאַר, ווײַל ביסט געווען דער איינציקער ייִדישער בחור אויפֿן קורס…

הגם די סטודענטן און סטודענטקעס האָבן געוווינט אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון אַן אַלגעמיינער צוזאַמענוווינונג, און די „מחיצה‟ האָט דער דעקאַנאַט שטרענג אָפּגעהיט, האָט טאַמאַרע אויפֿן פֿערטן קורס זיך „אַרײַנגעכאַפּט‟, פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. יענעם זומער האָבן זיי חתונה געהאַט…

גרינג אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן ערשטן בערגל, האָט אַלפֿרעד זיך דאָרט אַ ווײַלע פֿאַרהאַלט און זיך אַרומגעקוקט. אין העמלאָק האָט די נאַטור בולט אָנגעצייכנט די צײַט פֿון יאָר און אײַנגעסדרט דאָס לעבן פֿון די אײַנוווינער לויט איר שטייגער. אַרום האָט שוין געשפּילט דאָס גרינוואַרג, זיך געשפּרייט מיט סאַמעטענער ווייכקייט, אָנגעטאָן די ביימער אין די ערשט־צוגעשניטענע און אויפֿגענייטע קליידער; יעדן געוויקס געפֿונען זײַן אייגענעם פֿאַסאָן. די סאַזשלקע האָט נאָכן בײַנאַכטיקן רעגן זיך צעגאָסן, אָפּגעכאַפּט אַ שמאָל־ראַנדיקן פּאַס בײַם זאַמדיקן ברעג. צי וואָלט אַלפֿרעד נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק זיך געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז ער וועט ווערן אַ פֿאַרברענטער פֿישער. מילא אין די וואַרעמע חדשים, נאָר ווינטער, זיצן לאַנגע פֿראָסטיקע שעהען איבער אַ לעכל אין אײַז און וואַרטן ביז אַ נאַריש פֿישל וועט זיך כאַפּן אויף זײַן האַטשיקל. זײַן שכן, פּאַוועל, האָט אים מיט דער חלאַת אָנגעשטעקט. פּאַוועל און זײַן פֿרוי מאַרטאַ זײַנען אויך אימיגראַנטן מיט אַ לאַנגן סטאַזש. בדרך־כּלל, נישט ווייניק פּאָליאַקן, אָפּגעאַרבעט און פֿאַרדינט זיך אַ שיינע פּענסיע אין אַמעריקע, קערן זיך אום צוריק, אין דער „אַלטער היים‟, וווּ זיי האָבן במשך פֿון זייער אַמעריקאַנער לעבן זיך באַוואָרנט מיט אַ הויז און ווירטשאַפֿט אויף להבא. פּאַוועל און מאַרטאַ האָבן בײַם אָנהייב אויך אַזוי געטראַכט צו טאָן, אָבער זייערע קינדער און איצט שוין אייניקלעך אויך, האָבן פֿון זייער אומקער־פּלאַן צו נישט געמאַכט. זיי ווילן אַפֿילו נישט הערן וועגן דעם; זייער ביסל קענען פּויליש, האָט זיי דאָס האַרץ צום טאַטע־מאַמעס לאַנד נישט געעפֿנט.

מאַרטאַ, פֿון איר זײַט, האָט אויסגעלערנט טאַמאַרען זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין שוועמלעך, אין וואַלד־יאַגדעס. אָנהייב האַרבסט ווערן זיי ביידע פֿאַרפֿאַלן אינעם וואַלד אַרום דעם שטעטל פֿון אין דער פֿרי ביז נאָך מיטאָג. די מענער וויצלען זיך: „אַבי אַ בער זאָל זיך אויף אײַך נישט פֿאַרקוקן!‟ וואָלט עס געווען נאָר אַ וויץ; בערן פֿעלן אין די ערטער נישט אויס. נישט זעלטן שטעלן זיי זיך אַרײַן אין העמלאָק, די מיסט־קאַסטנס ציִען זיי באַזונדערס צו.

אין די לאַנגע ווינטער־פֿאַרנאַכטן כאַפּט מען זיך אַרײַן איינער צום אַנדערן. די ווײַבער באַרימען זיך מיט זייערע קנישעס און געבעקס, און פּאַוועל — מיט זײַן „זובראָווקאַ‟, וואָס ער מאַכט אַליין אויפֿן סמך נאָך פֿון זײַן זיידנס רעצעפּט. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך עטלעכע „זאַ זדראָוויע‟ קריכן אַרויס די ביז־אַהער פֿאַרשפּאַרטע דערמאָנונגען וועגן דער אַלטער היים. פּאַוועל, וואָס האָט אין זײַן פּוילישער שול זיך געלערנט רוסיש, הייבט אָן אַרויסצוּווײַזן זײַנע קענטענישן אין דער שפּראַך. ער דערמאָנט זיך, אַז זייער לערערקע פֿון רוסיש איז געווען „זשידאָווסקי‟ — אַזוי קלינגט אויף פּויליש אַ ייִדישע פֿרוי, — דערקלערט פּאַוועל. מיט רוסיש וויל ער אויסנעמען בײַ זײַנע ייִדיש־רוסישע שכנים. אַלפֿרעד, פֿון זײַן זײַט, שיט מיט טענות אויף גאָמולקאַ, הלמאַי יענער האָט אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון פּוילן.
— קאָמוניסטן! — שרײַט פּלוצעם אויס פּאַוועל, — פֿון זיי האָבן זיך גענומען אַלע אומגליקן!
— איינשטימיק! — כאַפּט אונטער אַלפֿרעד, — די לינקע קאַלעמוטשען אויך דאָ דאָס וואַסער…

די ווײַבער, ביז אַהער פֿאַרטאָן אין זייער שמועס אַרום קינדער און אייניקלעך, מוזן זיך אַרײַנמישן.

— אַנו, גייט נאָר ביידע אַרויס אין דרויסן… זאָל דער פֿראָסט אַ ביסל אָפּקילן אײַערע געהירן!..

אַלפֿרעד האָט זיך פּאַוואָליע אַראָפּגעלאָזט פֿונעם פֿעלדזיקן בערגל, די שטיינער זײַנען נאָך געווען נאַס און גליטשיק. ער האָט גוטמוטיק געשמייכלט צו זיך אַליין. יאָ, די צײַט דאָ, אין די בערג, באַוועגט זיך נישט אַזוי גיך, ווי אין אַ גרויסער שטאָט; אָבער דאָך — אָט האָבן געקנאַקט די פֿרעסט און אָט שפּראָצט פֿון אַלע זײַטן דער מילדער פֿרילינג. אויף די פּסח־וואַקאַציעס וועלן קומען צו גאַסט די אייניקלעך. די באָבע־זיידע האָבן זיך שוין נאָך זיי פֿאַרבענקט…

די „פּרי‟ פֿון זייער סטודענטישער ליבע, אַליק, איז זייער איינציק אויג אין קאָפּ. געוויס האָבן זיי געטראַכט צו האָבן נאָך אַ קינד, אָבער פֿון טראַכטן ביז האָבן איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. יעדעס מאָל האָט זיך געפֿונען אַן אַנדער סיבה אָפּצוציִען דערמיט, ביז מ׳האָט זיך אײַנגערעדט, אַז ס׳איז שוין צו שפּעט. אַליק, כאָטש געוואַקסן איז ער אַליין אין דער משפּחה, איז קיין צעבאַלעוועט קינד נישט געווען. זײַנע עלטערן נאָכן פֿאַרענדיקן די לערע זײַנען ביידע, ווי יונגע ספּעציאַליסטן, געשיקט געוואָרן אויף אַרבעט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, וווּ זיי האָבן געוווינט אין אַ דירה פֿון איין צימער און די באַקוועמלעכקייטן — די קיך, דער וואַש־צימער און טואַלעט, — האָבן געטיילט מיט נאָך עטלעכע פֿאַמיליעס. אין זײַנע דרײַ יאָר איז אַליק אָפּגעגעבן געוואָרן אין אַ קינדער־גאָרטן. שוין פֿון די ערשטע טעג איז קלאָר געוואָרן, אַז דער אופֿן פֿון סאָוועטישער דערציִונג־סיסטעם, איז נישט צוגעפּאַסט צו אים. טאַמאַרע האָט געמוזט מיטן קליינעם מער זיצן אין דער היים, צוליב זײַנע שטענדיקע פֿאַרקילונגען, האָט זיך עס פֿאַרענדיקט דערמיט, אַז אַליק איז געבראַכט געוואָרן צו זײַנע באָבע־זיידע, טאַמאַרעס עלטערן, וועלכע האָבן געוווינט אין טשערנאָוויץ. זיך זען מיט די עלטערן פֿלעגט ער זיך איין מאָל אין האַלב יאָר, בעת זייער אורלויב. נאָך צוויי מיט אַ האַלב יאָר האָט אַלפֿרעדן און טאַמאַרען זיך אײַנגעגעבן אַרויסצורײַסן זיך פֿון דאָרטן און אַריבערפֿאָרן צו טאַמאַרעס עלטערן. אַזוי, צוזאַמען אונטער איין דאַך, האָבן זיי אָפּגעוווינט ביז זייער אַוועקפֿאָרן קיין אַמעריקע…

די סאַזשלקע אין העמלאָק איז אין די הייסע טעג געווען דאָס אָרט, וואָס האָט צונויפֿגענומען אויף איר שטיקל זאַמדיקער פּליאַזשע כּמעט דאָס גאַנצע שטעטל. די צעמאָרעטע לופֿט האָט געקלונגען מיט קלאַנגען פֿון קינדער, געבראַכט פֿון די עלטערן צו זייערע באָבע־זיידעס, וואָס פֿלעגן אָפּקומען פֿאַר זייער ליבע צו די אייניקלעך אויפֿן גאַנצן זומער. אַליקס צוויי קלענערע קינדער האָבן פֿון דעם נחת געשעפּט פֿולע זשמעניעס. נאָך מער, זייערע באָבע־זיידע, פֿילנדיק, מעגלעך, אַ געוויסע שולד פֿאַרן נישט דערגעבן זייער זון גענוג ליבשאַפֿט אין זײַנע קינדער־יאָרן, האָבן אויסגעלאָזט דעם גאַנצן חיות צו זייערע זעקס אייניקלעך, באַזונדערס, צו דעם קליינוואַרג, דעם נײַן־יאָריק משהלע און זיבן־יאָריק אַוורעמעלע.

דאָ אויף דער פּליאַזשע, צווישן דער זשומיקער כאָפּטע קינדער האָבן די צוויי ייִדישע ייִנגעלעך אויסגעזען אַנדערש סײַדן בלויז אין די אויגן פֿון דערוואַקסענע; צווישן די קינדער, פּליוסקענדיק זיך אין וואַסער אָדער אַרומלויפֿנדיק אויפֿן ברעג מיט אַ כּיפּהלע אויפֿן קאָפּ, האָבן זיי קיין באַזונדערע אַנדערשקייט נישט אַרויסגעוויזן. אַפֿילו זייערע ייִדישע נעמען האָבן זיך איבערגעמישט אין דער לופֿטן מיט די קלינגעוודיקע אַמעריקאַנער נעמען.

אָבער דווקא בײַ זייער זיידן, וועלכער איז גרייט געווען צו זײַן פֿאַר זיי אַ כּפּרה, האָט געגרילצט אין אויער פֿון די נעמען, וואָס זײַן זון און שנור האָבן געגעבן זייערע קינדער. און דאָ הייבט זיך אָן אַ באַזונדערע מעשׂה…

אַליק, בשעתן לערנען זיך אין קאָלעדזש, האָט זיך פֿאַרחבֿרט מיט אַ בחור פֿון אַ פֿרומער אַמעריקאַנער משפּחה. הלמאַי צו ריידן, איז אַלפֿרעד בפֿירוש געווען דערמיט צופֿרידן; זאָל אַליק זיך אַ ביסל אָננעמען מיט ייִדישקייט, ער איז דאָך אויפֿגעוואַקסן אין אַן אַנדער סבֿיבֿה. דאָס „ביסל‟ האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ „פֿולער שיסל‟, ווי עס פֿלעגט זאָגן די שוויגער. צומאָל, האָט אַליק געקאָנט פֿאַרבלײַבן אויף שבת בײַ זײַן חבֿר. בײַם אָנהייב האָט טאַמאַרע באַמערקט, אַז אַליק האָט אויפֿגעהערט צו עסן אין דער היים פֿליישיקס. „וואָס זשע, האָט זי זיך געחידושט, — ביסט געוואָרן אַ וועגעטאַרער?‟ — „מע קאָן אויך אַזוי זאָגן‟, — האָט געשמייכלט אַליק. טאַמאַרע האָט זיך דעמאָלט נישט אַרײַנגעלאָזט אינעם אויסקלאָרן, וואָס איז דער מער? דערנאָך האָט אַליק אין אַ טאָג זיך אַרײַנגעשטעלט אין שטוב מיט אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ.

— וואָס איז עס, אַ נײַע מאָדע? — האָט אַלפֿרעד געפּרוּווט עס אויסלאָזן אין אַ שפּאַס.
— אָט די מאָדע, — האָט אַליק ווידער געענטפֿערט אויף זײַן אופֿן, — גייט שוין אָן, טאַטע, נישט איין טויזנט יאָר.
— וואָס זשע ווילסטו דערמיט זאָגן? — האָט אַלפֿרעד פֿאָרזיכטיק געפֿרעגט, ווי עס טרעפֿט, ווען מע שטעלט אַ פֿראַגע, נאָר דעם ענטפֿער וואָלט מען נישט געוואָלט הערן.
דער זון האָט יאָ געענטפֿערט — גלײַך, אָן פֿאַרדרייטע גענג:
— איך בין געוואָרן פֿרום, טאַטע… ריכטיקער, כ׳בין אַרויף אויפֿן וועג צו ווערן פֿרום… ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן…
אַלפֿרעד האָט פּלוצעם דערפֿילט, אַז עפּעס אין אים האָט זיך אָפּגעריסן און ער קאָן עס מער ניט כאַפּן… פֿאַרפֿאַלן…
— רעליגיעז? — האָט ער ווי געוואָלט פֿאַר זיך שטעלן פֿעסט דאָס דערהערטע פֿונעם זון, — צו וואָס?.. ביסט דאָך אַ מאָדערנער מענטש… לערנסט זיך אין קאָלעדזש… קאָמפּיוטערײַ…
— טאַטע, קאָמפּיוטערײַ קומט נישט אין סתּירה מיט מײַן גלויבן… עס זײַנען געווען און דאָ הײַנט גרויסע געלערנטע, וואָס גלייבן אין גאָט…
— כ׳זע, דײַן אַמעריקאַנער חבֿר האָט דיר שוין גוט דורכגעשווענקט דעם מאַרך! ווילסטו אויך זײַן אַזאַ, ווי יענע כניאָקעס אין באָראָ־פּאַרק אָדער וויליאַמסבורג?
— זיי זײַנען אַ טייל פֿון אונדזער פֿאָלק…
— אָבער זיי לעבן דאָך אין מיטלאַלטער, אָפּגעשטאַנען…

אַליק האָט זיך לכתּחילה פֿאָרגעשטעלט, אַז דער טאַטע וועט זיך באַציִען צו זײַן קער אין לעבן נישט מיט גרויס התפּעלות; צוריק גערעדט, איז דווקא אַלפֿרעד, אינגיכן נאָך זייער קומען קיין אַמעריקע צוגעקומען צו אַליקן און געפֿרעגט אים, צי וואָלט ער נישט געווען קעגן מע זאָל אים מאַכן אַ ברית־מילה. איצט האָט אַליק עס דערמאָנט אַלפֿרעדן:
— אָבער דו אַליין, טאַטע, האָסט מיך צו דעם וועג צוגעפֿירט.
— כ׳פֿאַרשטיי נישט…
— איך מיין יענעם טאָג, ווען דו, נאָכן ברית, האָסט מיט שטאָלץ מיר געזאָגט: איצט, זון מײַנער, ביסטו אַ פּאָלנער ייִד, כאָטש צוליב דעם האָט מען דיר געמוזט אָפּשנײַדן אַ שטיקל…

דאָס מאָל האָט יענער וויץ אַלפֿרעדן פֿריילעכער אויפֿן האַרץ נישט געמאַכט. אַדרבה, ער האָט דערפֿילט, אַז דווקא אינעם זונס ווערטער שטעקט אַ גרעסערער אמת. נאָר נישט אין אַלפֿרעדס טבֿע איז געווען זיך נאָכגעבן.

— ריכטיק, כ׳האָב גראָד געוואָלט, אַז נאָכן אַרויסרײַסן זיך פֿון יענעם סאָוועטישן גן־עדן, זאָל מײַן זון זיך נישט שעמען מיט זײַן ייִדישן ייִחוס. מײַן טאַטע, דײַן זיידע, עליו־השלום, האָט אין דער שרעקלעכסטער צײַט פֿון דעם סאָוועטישן אַנטיסעמיטישן טעראָר, ווען די ייִדן, נאָך היטלערן האָבן ווידער געהאַלטן שמאָל מיטן לעבן, האָט ער אַראָפּגעבראַכט אַהיים אַ מוהל צו מאַכן זײַן זון אַ ברית־מילה…

זיי האָבן אַ ווײַלע ביידע געשוויגן און אין דעם שטילשטאַנד האָבן זיך צעשמאָלצן זייערע ביידנס אמתן — דעם פֿאָטערס און דעם זונס.

— ניין, אַליק, ייִדישקייט און רעליגיע איז נישט דאָס זעלבע. לעבן מיט גאָט אין האַרצן — איז איין זאַך, און זינגען הללויה דעם אייבערשטן — איז אַן אַנדער זאַך!..

צו קיין פּשרה איז אין זייער פּילפּול נישט געקומען. אויב רעדן וועגן די ווײַטערדיקע באַציִונגען צווישן דעם פֿאָטער און זון, האָבן זיי דערמאָנט די באַקאַנטע פֿאָרמול, פֿאַרשפּרייט אין די צײַטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער קאַלטער מלחמה: פֿרידלעכע קאָעקזיסטענץ.

טאַמאַרע האָט אַוודאי איבערגעלעבט פֿאַר ביידע צדדים אָדער אַרײַנגעזאָגט האָט זי דעם מאַן:
— קוקט אים נאָר אָן, דעם אַטעיִסט! האָסט דאָך פֿײַנט געהאַט יענע מלוכה שׂינאת־המוות, ווי מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן; וווינסט שוין דאָ נישט איין יאָר און קאָנסט נאָך פֿאָרט נישט דורכלופֿטערן זיך דעם קאָפּ, פּטור ווערן פֿון יענע סאָוועטישע זאַבאָבאָנעס! ווילסט, חלילה־וחס, אָפּרײַסן פֿון דער משפּחה אונדזער איינציק קינד?! סוף כּל סוף, האָט ער זיך דאָך נישט געשמדט, געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה… אַזוי הייסט עס בײַ זיי…

די צײַט איז געגאַנגען, אַליקס באָרד און פּאות זײַנען געוואָרן געדיכטער און לענגער, ער האָט חתונה געהאַט מיט זײַן אַמעריקאַנער חבֿרס שוועסטער. זייער שנור, קיילע, האָט, קיין אין־הרע, אויף קינדערלעך נישט געקאַרגט; און די גאַנצע מעשׂה אַרום אַליקן האָט דערמאָנט אַלפֿרעדן אַ סגולה, וואָס היילט די נשמה, נאָר דאָס האַרץ נאָגט פֿאָרט פֿון צײַט צו צײַט…

אַלפֿרעד האָט פֿון דער ווײַטנס דערזען דעם קוסט, וואָס דעם נאָמען פֿונעם געוויקס האָט ער נישט געקענט. נאָך מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן אויף דעם אָרט געדיכט און ווילד אַרויסגעשטעקט פֿון דער ערד אין אַלע זײַטן טרוקענע צווײַגן און צווײַגלעך; און אָט נאַט אײַך — די שוואַרצע מיאוסע בראָדעווקעס אויף זיי האָבן איבער אַ נאַכט געפּלאַצט און שפּיציק־גרינע נעגעלעך האָבן זיך אַרויסגעדראַפּעט אויף דער פֿרײַ. אין אַ וואָך, צוויי וועט דער קוסט באַשאָטן ווערן מיט פֿיאָלעטע בלימלעך־שטערנדלעך… דאָס איז דער כּישוף פֿון דער נאַטור? בײַ אַליקן הייסט עס, „גאָטס כּישוף‟…

שוין זײַענדיק עטלעכע שפּאַן פֿון דעם קוסט, האָט אַלפֿרעד באַמערקט, אַז די צווײַגן רירן זיך, ווי עמעצער וואָלט זיי אונטן געטרייסלט. מעגלעך, האָט זיך דאָרט פֿאַרפּלאָנטערט אַ ווילדער קראָליק אָדער אַן אַנדער חיהלע. אַלפֿרעד האָט שטיל, נישט אָנשרעקן דאָס באַשעפֿעניש, זיך איבערגעבויגן איבערן קוסט, אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך געווען, און אַ קוק געטאָן…

אינעם ערשטן מאָמענט האָט ער נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס די אויגן זײַנע האָבן פֿאַר אים אַנטפּלעקט. אויפֿן גראָז, דאָס פּנים אײַנגעגראָבן אינעם קוסט, איז געלעגן אַ נאַקעטער פּאַרשוין מיט דער פּלייצע אַרויף, די פֿיס צעוואָרפֿן. אַ מײַסטעריש אָנגעמאָלט בילד־טאַטויִרונג פֿון אַ דראַקאָן האָט זיך צעלייגט איבער די ברייטע אַקסלען און מוסקלען, אַרומגעשלענגלט דעם האַלדז און מיטן קאָפּ זיך אָנגעשפּאַרט אינעם נאַקן.
אַלפֿרעד האָט די טאַטויִרונג דערקענט, ער האָט זי געזען דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אויף דער פּליאַזשע. אַ מיטליאָריקער, קליינוווּקסיקער, מיט ברייטע אַקסלען מאַנספּאַרשוין האָט זיך, ווי אומיסטן, אַרומגעדרייט איבער דעם זאַמדיקן פּלעצל, זיך באַרימט, אַז אַלע אַרום זאָלן זען דאָס קונסטווערק אויף זײַן פּלייצע. בשעתן באַוועגן זיך, האָבן זײַנע מוסקלען געשפּילט אונטער דער הויט און ס׳האָט אויסגעזען, אַז דער טאַטויִרטער דראַקאָן, באַפֿאַרבט מיט רויטער און גרינער טינט, לעבט אויף און קריכט איבער זײַן לײַב…
איצט האָט דער פּאַרשוין אונטער דעם קוסט זיך נישט גערירט פֿון אָרט, אָבער די טאַטויִרונג האָט זיך אויף זײַן פּלייצע געשלעגלט און אין דער זעלבער צײַט זיך אויפֿגעבלאָזן, ווי אַ פֿאַרשפּאַרטע באַשעפֿעניש וואָלט געוואָלט זיך פֿון אונטער דער הויט אַרויסרײַסן אויף דער פֿרײַ. אַלפֿרעד אַ פֿאַרציטערטער איז געבליבן הענגען איבערן קוסט פֿאַרגליווערט און דערשיטערט: דאָס דראַקאָן האָט אויף זײַנע אויגן זיך צעוואַקסן אין דער ברייט און אין דער הייך, ווי אַ הויקער. פּלוצעם האָט די הויט געפּלאַצט, זיך צעקראָכן, עלעהיי אַ צעריסן העמד און פֿאַרגאָסן דעם קערפּער מיט בלוט…

אַלפֿרעד איז אָפּגעשפּרונגען פֿונעם קוסט, ריכטיקער, ס׳האָט אים פֿון דעם אָרט אָפּגעוואָרפֿן אויף צוריק, ווי ס׳וואָלט אויפֿגעריסן אַ מינע, אַרײַנגעלייגט אינעם טויטן קערפּער. ער האָט פֿאַרזשמורעט די אויגן און פֿאַרשטעלט זיי מיט דער האַנט. די זעלבע רגע, טיף אין דער פֿינצטערניש פֿון זײַן מוח האָט אַ בליץ געטאָן אַ פֿונק, וואָס האָט משונה־ווילד זיך אַ טראָג געטאָן גלײַך אויף זײַן פּנים. בעתן פֿלי איז דער פֿונק זיך צעוואַקסן און געוואָרן ענלעך אויף אַ צעגליט קײַלעכדיק שטיק פֿײַער… נאָך אַ רגע און אַלפֿרעד האָט דערזען פֿאַר זיך אַ פֿײַערידקן קאָפּ פֿון אַ דראַקאָן…

אַלפֿרעד האָט זיך מיט כּוח אָפּגעריסן פֿונעם אָרט און זיך אַ לאָז געטאָן אין דער ריכטונג, וווּ ס׳איז הינטער די ביימער, פֿאַררוקט אין הויף אַרײַן, געשטאַנען זײַן הויז, זײַן פֿעסטונג…

רעטײַרמענט וויי‟ (ענג.) — פּענסיאָניר־וועג

המשך קומט

Leave a comment