אויטאָגראַף — שׂרה־רחל שעכטער

אינעם וווידעאָ־אויטאָגראַף דערציילט וועגן איר קאַריערע די רעדאַקטאָרין פֿון דער עלעקטראָנישער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟ שׂרה־רחל שעכטער. 25 יאָר דינט זי טרײַ דער ייִדישער אויסגאַבע. איך האָב געהאַט דעם זכות זי פֿאַרבעטן און אַרײַנפֿירן אינעם שטאַט פֿון דער רעדאַקציע. אין דער צײַטונג האָט דער מיטאַרבעטער געמוזט זײַן סײַ אַ שרײַבער, סײַ אַ קאָרעקטאָר, סײַ מאַכן אַ ווידעאָ־אינטערוויו און פֿירן אַ ווידעאָ־פּראָגראַם, מיט איין וואָרט, צו זײַן וואָס אין דער קאָרט. קיין גרינגע לעבערלעך האָט מען דאָרט נישט געזוכט. און אויף שׂרה־רחלען האָט מען זיך געקאָנט פֿאַרלאָזן. 

הײַנט זײַנען איר די אַלע ראָלעס פֿון דער אַמאָליקער צײַטונג צוניץ געקומען, מחמת הײַנט שלעפּט זי אַליינעניו דעם שווערן רעדאַקטאָרישן וואָגן. מע זאָגט: איינער איז קיינער! שׂרה־רחל ווײַזט מיט איר אַרבעט אַרויס, אַז ווען ס׳איז נישטאָ קיין אַנדער ברירה, קאָן איינער זײַן ווי קיינער נישט!

לאָמיר ווינטשן איר געזונט און כּוח אָנגיין ווײַטער מיט איר וויכטיקער אַרבעט.

באָריס סאַנדלער

Leave a comment