
לעצטנס איז דערשינען באָריס סאַנדלערס בוך לידער אין דער רוסישער איבערזעצונג (В осколке зеркала (V oskolke zerkala. די נײַע זאַמלונג נעמט אַרײַן לידער פֿון פֿאַרשיידענע יאָרן. די לידער זײַנען איבערגעזעצט פֿון דער מאָסקווער איבערזעצערין מירע מאָסטאָוואָי (בערעזינאַ). דאָס אַרײַנפֿירוואָרט האָט אָנגעשריבן די ליטעראַטור־פֿאָרשערין דר. ליודמילאַ גאָזון. די זאַמלונג איז אילוסטרירט מיט גראַפֿישע בילדער, געמאַכט פֿון די באַקאַנטע קינסטלערס פֿון דער „קולטור־ליגע‟ (1918). אַ פֿאַראייניקונג פֿון ייִדישע שאַפֿערישע מענטשן — שרײַבערס, מאָלערס, אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, פֿאַרלעגערס.
אַלע פֿראַגעס וועגן דעם בוך שיקט אויפֿן עלעקטראָנישן אַדרעס: