מיט דוד בראַון האָב איך זיך באַקענט מיט אַ סך יאָר צוריק, ווען זײַן גורו, דער גרויסער קענען פֿון ייִדיש, דר. מרדכי שעכטער, האָט מיך אין נאָמען פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ פֿאַרבעטן אין יאָר 1990 קיין ניו־יאָרק צו דער פּרעזענטאַציע פֿונעם זאַמלבוך „ווידערוווּקס‟. נאָך גאָר אַ יונגער, האָט מיך דוד איבערגעראַשט מיט זײַן פֿליסיקן ייִדיש. נאָך מער האָט אויף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק זײַן לעבעדיקער אינטערעס צו מײַן בעסאַראַבער ייִדיש; דוד האָט אַ שאַרפֿן אויער צו שפּראַכן בכלל און צו ייִדיש בפֿרט. ער געהערט צו דער גלענצנדיקער פּלעיאַדע לינגוויסטן, וואָס זײַנען אַרויס פֿון מ. שעכטערס חדר. ווי זײַן רבי, „דערשמעקט‟ ער באַלד אין דעם מיטשמועסער, וואָס ער קאָן פֿון אים געניסן ווי אַ ייִדיש־פֿאָרשער. איצט איז דוד בראַון אַליין אַ געניטער ייִדיש־פּעדאַגאָג, אַ וועגווײַזער צו ייִדיש־אוצרות פֿאַר די נײַע דורות.