אויטאָגראַף — נחום לערנער


ייִדיש איז פֿאַר נחומען אַ צונויפֿשמעלץ פֿון לערע און ליבע. ס׳האָט אים אָפּגעגליקט: די שפּראַך האָט ער געקענט נישט פֿון דער היים, נאָר פֿונעם לערנען זי בײַ די בעסטע ייִדיש־לערערס אין ניו־יאָרק, אַזעלכע ווי שבֿע צוקער, דוד פֿישמאַן, חווה לאַפּין. זײַן ליבע איז געקומען דורך דעם ייִדיש געזאַנג, וואָס האָט אים געבראַכט צום זינגען אין דעם פֿילהאַרמאָנישן ייִדישכאָר, אָנגעפֿירט פֿון אַזאַ קענער פֿון ייִדיש און ייִדישער מוזיק ווי בנימין שעכטער. איצט איז ער אַליין אַ לערער פֿון ייִדיש און זײַנע תּלמידים לערנען די שפּראַך נישט בלויז דורך די גראַמאַטישע כּללים, נאָר אויך דורך דעם געזאַנג, אַ וויכטיקער עלעמענט פֿון לערנערס מעטאָדיק.

Leave a comment