וועגן זײַן לעבן און טעטיקייט דערציילט עדי אין זײַן ווידעאָ־אויטאָגראַף, איך וויל נאָר צוגעבן, אַז צום ערשטן מאָל האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אים אין דער רעדאַקציע פֿון “פֿאָרווערטס”, ווען ער איז נאָך געווען גאָר אַ “גרינער” אַספּיראַנט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. עדי האָט זייער געוואָלט זיך דרוקן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אַלטער ייִדישער צײַטונג, וואָס ס׳האָט נאָך געלייענט זײַן עלטער־זיידע. אַ סאַברע, געוואַקסן און דערצויגן אין עבֿריתּ, האָט ייִדיש פֿאָרט “געשפּילט” אין זײַן בלוט. און ס׳איז אַוועק אַ גאַנג — דער נײַער מחבר האָט אַלץ פֿעסטער און פֿעסטער געשטעלט זײַנע טריט אויפֿן פֿעלד פֿון דער ייִדישער זשורנאַליסטיק.