נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 60

דער קער נאָך 70 יאָר

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אויגוסט האָבן מיר אָפּגעמערקט דעם יאָרצײַט נאָך די דערמאָרדעטע טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. 70 יאָר זײַנען אַדורך זינט דעם מערדערישן אורטייל איבער די 13 געטרײַע בירגער פֿון זייער פֿאָטערלאַנד. דעם 12 אויגוסט 1952 איז עס געשען און אין אַ קנאַפּן האַלב יאָר אַרום, אין מאַרץ 1953 איז צום טיראַן־מיט־וואָנציעס געקומען אַ סוף. 70 יאָר האָט זיך די בלוטיקע ראָד פֿון דער רוסלענדישער געשיכטע געדרייט און געבראַכט אַ נײַעם טיראַן, פּוטין ימח־שמו.

פֿאַר וואָס איז אַזוינס געשען דווקא אין רוסלאַנד? צי שטעקט אין דעם אַ טראַגישע געזעצמעסיקייט? צי איז אַזאַ קער צום טאָטאַליטאַריזם נאָך מעגלעך, למשל, אין דײַטשלאַנד, אינעם לאַנד, וואָס האָט מיט 90 יאָר צוריק געבראַכט דעם מאָנסטער היטלער ימח־שמו? וואָס איז די נער־מאַסע פֿון אַזעלכע אויסטערלישע באַשעפֿענישן?

מעגלעך, אַז צוליב דעם אויך, וואָס אויף די דאָזיקע פֿראַגעס האָט מען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערנאָך אינעם „באַנײַטן רוסלאַנד‟ נישט געזוכט קיין ענטפֿערס, איז דערמעגלעכט געוואָרן, אַז צו דער מאַכט זאָל קומען אַ נײַער דיקטאַטאָר. ער איז דאָך אַרויס פֿון דער יאַטרענדיקער סאָוועטישער טראַכט; קיין אַנדער פֿאַרקריפּלטן יורש איז די דאָזיקע מאַכט, נישט מסוגל געווען צו האָבן.

ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט

אויגוסט 26, 2022, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment