קלאַנגבוך (52) — ייִדישפּיל־טעאַטער

די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישפּיל־טעאַטער פֿירן אונדז אַרײַן אין יענע שיינע צײַטן פֿונעם אָנהייב פֿון דער ייִדישער מדינה. זיי בלעטערן אין די בלעטער פֿון דער געשיכטע און דורך טעאַטראַלע פֿראַגמענטן און בילדער שטעלן זיי פֿאָר די ווערק פֿון באַקאַנטע פּאָעטן, וואָס זײַנען געשפּילט געוואָרן אויף דער ייִדישער בינע אין לאַנד אין פֿאַרשיידענע יאָרן.

הערט די סקיצע „פֿישערכאַפּערס‟, אויפֿגעפֿירט אַמאָל פֿון די באַרימטע דזשיגאַן און שומאַכער. איצט שפּילן די סצענקע אויס יעקבֿ אַלפּערין און יעקבֿ באָדו. 

Leave a comment