דער נאָמען איז גוט באַקאַנט סײַ דעם ייִדישן לייענער פֿון זײַנע דערציילונגען, סײַ פֿון זײַנע פֿאָרש־ביכער און אַרטיקלען, מערסטנס געווידמעט דער געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן בכלל און די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבערס בפֿרט. גענאַדי עסטרײַך איז אַן אָפֿטער גאַסט אויף די זום־לעקציעס בײַם אַרבעטער־רינג און ייִוואָ. הײַיאָר האָט ער פֿאַרענדיק זײַן לאַנג־יאָריקע אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. מיט זײַנע פּלענער אויף ווײַטער טיילט עסטרײַך זיך מיט די לייענער פֿון “ייִדיש בראַנזשע”.