אויטאָגראַף — אלי שאַרפֿשטיין

 אלי שאַרפֿשטיין איז גוט באַקאַנט אונדזערע לייענער. ער איז געקומען צום שרײַבן לידער און דערציילונגען אין ייִדיש גאָר שפּעט; אָבער פֿאָרט געקומען, ווײַל זײַן שאַפֿערישער אימפּעט האָט אים נישט געגעבן קיין רו זינט זײַן ווילנער יוגנט. אלי איז זייער אַן אַקטיווער מענטש: ער זינגט, ער דעקלאַמירט, ער שפּילט גיטאַרע, ער מאַכט ווידעאָ־פֿילמען, מיט איין וואָרט, מיט אים איז קיין מאָל נישט סקוטשנע. אין זײַן איצטיקער טרעפֿונג לייענט דער שרײַבער  זײַן ווערק „בילינע‟. וואָס מיינט עס, „בילינע‟, וועט אײַך אלי אַליין דערציילן. 

Leave a comment